קול מערכת ברסלב

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

חזקיהו
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 22, 2024 6:14 pm

Re: מערכת ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקיהו »

מערכת ברסלב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 1:41 am
די פלא'דיגע לעבן, פון די אינטערסאנטע גר צדק פון אומאן, וואס איז אוועק אין די יעצטיגע טעג,

אנגעהויבן פון זיין א סי.איי. עי. אגענט, און נאכן אייזעהן די אמת פון אידישקייט, איז ער נתקרב געווארן צום היליגן רבי'ן, און ער איז געקומען צו פארן קיין אומאן,
און דארט איז ער געזעצן 22 יאר אין א צו ביים הייליגן ציון.

זיין גרויסע התמדה בתורה.
און זיין עסק בלימוד הקבלה.
זיינע תענתים משבת לשבת,
זיין בהאהאלטע צְדָקוֹת,
און זיינע עבודת אין הצנע לכת, און שתקנות, וואס ער האט כמעט נישט גערעדט מיט קיין מענטשן בכלל.

מ'קען הערן די שמועס, מיט איינער פון זיינע ידידים הר''ר שמחה הוס פון מאנסי

די אינטערוויא איז ארויף דינסטאג תשעה באב אינדערפרי, אויפן מערכת אויף נאמבער 1
ייש"כ @מערכת ברסלב פאר דיינע אפדעיטס.

וואלט איינער געקענט שרייבן אין קורצן די תשובות אויף די שאלות?

ייש"כ ותזכה למצות
מערכת ברסלב
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:50 am
פארבינד זיך:

מערכת ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכת ברסלב »

א איגנערמאן וואס זאגט אז ער איז שוין געווען ביי אסאך פיסכלאגן אין זיין לעבן, און זיי האבן אים גארנישט געהאלפן, וויל ער וויסן צו אפשר קען ער געהאלפן ווערן ביים הייליגן רבי'ן, און ער פרעגט אויב יא, ווי אזוי ווערט מען געהאלפן מיט א מנוחת הנפש דורכ'ן הייליגן רבי'ן?

א איגערמאן וואס איז נישט קיין ברסלב'ער, נאר ער הערט סתם מערכת ברסלב, אבער ער ווייסט ביי זיך אז ער וועט קיינמאל אין זיין לעבן נישט קענען פארן קיין אומאן ר''ה, ער קומט פון גאר א חשובע משפחה, און פון אלע זייטן וועט מען אים קיינמאל נישט לאזן פארן, בפרט אז ער איז זייער א איידל'ע נפש, און ער האט זיך קיימאל נישט געקריגט ח''ו מיט זיינע ארומיגע, פרעגט ער צו ער קען נאך אלץ האבן א שייכות מיט'ן רבי'נס עצות, אדער אן פארן קיין אומאן ר''ה איז עס גארנישט ווערט?

א איד וואס פרעגט אז ס'האט אים אנגעהויבן צו אריינגיין מחשבות פון חקירות און זאכן וואס א איד טאר נישט טראכטןרח''ל, און וויפיל ער האט פראבירט צו זיך מחזק זיין נישט צו טראכטן, גייט עס נישט. וואס קען ער טוהן פארדעם?


תשובות אויף די שאלות קען מען הערן ביים וועכנטליכע ווינקל שו"ת מיט ר' שאול סירוטה, וואס איז ארויף היינט דאנערשטאג, אויפן מערכת אויף נאמבער 1,

מ'קען איבער הערן אלע פריערדיגע תשובות פון ר' שאול, און אזוי אויך פרעגן א שאלה, אויף נאמבער 9 און דערנאך 7 פון די מעין מעניא,
נומערן פון מערכת
אמעריקא 518-752-0444 ארץ ישראל 02-560-7387
האט הנאה
מערכת ברסלב
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:50 am
פארבינד זיך:

מערכת ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכת ברסלב »

די נארישע דיבורים פון די פארביסנע (אזוי גערופענע) קנאי די עם הארץ וואס האט זיך געלאזט הערן די וואך.

מער איבער דעם ווערט אויסגעשמועס ביי די וועכנטליכע ווינקל, א קלארקייט מיט ר' אברהם שמחה.

וואס איז ארויף אויפן מערכת, נעכטן דינסטאג אינדערפרי אויף נאמבער 1.
נומערן פון מערכת
אמעריקא 518-752-0444 ארץ ישראל 02-560-7387
האט הנאה
מערכת ברסלב
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:50 am
פארבינד זיך:

מערכת ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכת ברסלב »

די וואך ווערט ארום גערעדט זייער א פארווייטאגטע שאלה, פון א בחור וואס זאגט אז ער טינקט זיך אין שמוץ, און ער דרוקט זיך אויס אז זיין מח איז א שטיק בית כסא, און טינופת, און רע, ער איז עובר אויף די ערגסטע עבירות,
בחיציניות קוקט ער נאך אויס ווי א חסידישע בחור, און ער גוטע בחור,
אבער פון אינעווייניג איז ער אינגאצן פארדארבן און פאפאלט.

די תשובה אויף די שאלה, ווערט אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט, ביי די וועכנטליכע ווינקל שו"ת מיט הרה"ג המשפיע ר' שאול סירוטה שליט"א, וואס איז ארויף אויפן מערכת אויף נאמבער 1, די פארגאנגענע מיטוואך עקב

מ'קען איבער הערן אלע פריערדיגע תשובות פון ר' שאול, און אזוי אויך פרעגן א שאלה, אויף נאמבער 9 און דערנאך 7 פון די מעין מעניא,
נומערן פון מערכת
אמעריקא 518-752-0444 ארץ ישראל 02-560-7387
האט הנאה
מערכת ברסלב
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:50 am
פארבינד זיך:

Re: קול מערכת ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכת ברסלב »

מ'קען שוין הערן די וועכנטליכע איבער בליק אויף די נייעס פון א גאנצע וואך, ביי די אפטיילונג א בליק נענטער, וואס איז ארויף געגאנגען די פארגאנגענע ליל שישי אויפן מערכת, אויף נאמבער 1,

ווי צווישן אנדערע ווערט ארום געשמועסט:

א באריכט פון די אידישעברסלב'ע קהילה אין קלאמביע.


א שמועס מיט האברך ר' שלום שטיין, ווי ער דערציילט א אינטערסאנטע מופת וואס ס'האט פארסירט מיט אים היי יאר ר''הביים רבי'ן.


די פחד'יגע מעשה פון די איד וואס האט געשריבן לעצטנס א קונטרס מיט'ן נאמען ה' אחד ושמו אחד, קעגן ברסלב'ע חסידים.


די גרויסע הכנות פון די אנ''ש צו די יומא דהלולא קדישא פון הרה''ק מסאטמאר זי''ע.


א שמועס מיט ר' ישראל בריינס די מייסד פון מכון טעם זקנים, איבער די נייע ספר, וואס איז ארויס אין די יעצטיגע טעג.


א באריכט פון די באזוך פון הגה''ח ר' יעקב מאיר שעכטער שליט''א אין בית מדרשינו נחלת חן בי''ש, די וואך.



און אזוי אויך נאך אינטערסאנטע קרישקעלעך, וואס ווערט ארום געשמועט אויפן שמועס,



מ'קען איבער הערן די פריער'דיגע שמועסן, אויף די ספעציעלע אפטיילונג, אוף 9 און דערנאך 1, פון די מעין מעניא,
אזוי אויך קען מען דארט איבער לאזן נייעס, און הערות, געדאנקען, און קרישקעלעך, פאר די וועכנטליכע ליל שישי שמועס,
שמעו ותחי נפשכם.
נומערן פון מערכת
אמעריקא 518-752-0444 ארץ ישראל 02-560-7387
האט הנאה
מערכת ברסלב
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:50 am
פארבינד זיך:

מערכת ברסלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכת ברסלב »

שטייענדיג אין די טעג וואס די עולם קומט צוריק פון די קעמפס און די קאנטרי'ס, און ביי געוויסע ענדיגט זיך די בין המזנים, וואס טוט איינער וואס אפילו נאכן אהיים קומען פון קאנטרי איז ער נאכנישט אפגערוט, און ער האט נאכנישט קיין שלוות הנפש, וואס קען ער טוהן?


תשובה אויף די שאלה ביים ווענכטליכן ווינקל מיט הר''ר מרדכי שלום ראזנפעלד שליט''א, אויף נאמבער 98 פון די הויפט אריינגאג.
נומערן פון מערכת
אמעריקא 518-752-0444 ארץ ישראל 02-560-7387
האט הנאה
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”