שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]
די מייגרענט טשעלענדזש קומט אין א צייט וואס עס קען שטעלן א ערענסטע געזונטהייט געפאר פארן אמעריקאנעם פאבליק שטייענדיג אינמיטן דעם הייסן קאוויד19 פענדעמיק, וואס לויט דר. פאוטשי איז די קאוויד קעיסעס ראטע נאך ווייט פון גוט. אמעריקאנע בירגער זענען נאכנישט ערלויבט זיך צוריקצוקערן צום נארמאלן לעבנסשטייגער, ביזנעסער קענען זיך נישט געהעריג ארויסזעהן פונעם קריזיס און קינדער קענען נישט צוריקגיין אין שולע.. און דא ריקן זיך אן טויזענטער אימיגראנטן אויף א טעגליכע פארנעם אהן איינהאלטן די פראטיקלאן ראקאמענדירט דורך די סייענטיסטן און פארלאנגט דורך די פעדעראלע גאווערמענט.. טעסטס מאן דכר שמיה.. און לויט באריכטן געפונען זיך צווישן זיי אויך מיטל מזרח אימיגראטן פון טעראר אינפעסטירטע לענדער.
במשך די לעצטע עטליכע וואכן האבן לאו אינפארמענט אגענטורן, צווישן זיי ICE זיך מערערע מאל געוואנדן און פארלאנגט פון די ביידען אדמיניסטראציע זיי זאלן טאן עפעס צו העלפן אפצושטעלן דעם שטייגענדן פראבלעם. די אגענטורן זענען איבערגעשטרענגט מיט איבערגעפילטע דיטענשאן צענטערן ווי מ׳האלט אויף די פריש אנגעקומענע אימיגראנטן, צווישן זיי טויזענטער קליינע קינדער וואס לויט די ביידען אדמעניסטראציע ווערן זיי געהאלטן אין א גאר גוטע צושטאנד.
די ביידען אדמיניסטראציע האט אין די זעלבע צייט אנגעהויבן ארבעטן אויף די PR חלק, און נאכאנאנד קלארגעשטעלט אז די פראבלעם ביים גרעניץ איז קיין קריזיס, און ווידער קלארגעשטעלט אז אלע אימיגראנטן ווערן גוט און פאסיג באהאנדלט, אבער אין די זעלבע צייט קלארגעמאכט אז דער גרעניץ איז פארשלאסן, און זיי בעטן אימיגראנטן זאלן אויפהערן מיט זייער פלייץ צום גרעניץ.
מידיע אגענטורן ווערן נאכאנאנד צוריקגעוויזן פון אריינצוגיין אין די צענטערן צו רעקארדירן די מצב אין וואס די חשובע געסט געפונען זיך. און דער DHS סעקרעטאר האט דאס נעכטן פארענטפערט פאר קריס וואלעס פון פאקס, אז די סיבה דערצו איז פשוט אויס זיכערהייט, היות מ׳האלט אינמיטן א פענדעמיק, און זיין אגענטור לייגט געזונטהייט פראטעקאלן אלטס ערשטע פעריאריטעיט.
היינט האט די AXIOS נייעס קוואל געלייגט א יד אויף עטליכע בילדער פונעם 5 שטערן סערוויס וואס די חשובע אורחים קריגן, און ווי עס שטעלט זיך ארויס איז עס כמעט פאראלעל מיט די צושטאנד פון די גוים באנגעלאו אין נעפאנעק אין צייטן פון ר׳ יודל ע״ה, מיט אומזינסט צוגעשטעלטע כשר לפסח מאטראצן.
אבי מ׳רעדט זיך אפ.
דער DHS סעקרעטאר נעכטן אויף קריס וואלעס.
https://1drv.ms/v/s!AltxUozgI9-jgULCWDzMYeAxYXWf
בילדער:
- אטעטשמענטס
-
- 917C5BBA-C18D-45E9-B377-2AFA9BC6C7BA.jpeg (306.34 KiB) געזען 5561 מאל