ישיבות אין ארץ ישראל - וועלכע איז גוט?
אקדים ואומר, ביטע נישט אריינגעפירט ווערן אין די הייסע דיסקאסיע, צי ס'איז יא כדאי צו שיקן בחורים קיין ארץ ישראל אדער נישט. דערויף זענען שוין פארהאן עטליכע אשכולות און דעבאטעס, עיי' שם ותמצא נחת. מ'רעדט יעצט נאך א הנחה אז מען שיקט יא לערנען קיין ארץ-ישראל, די שאלה איז נאר וואו.
אויף וויפיל איך פארשטיי זענען די סטאנדארט ישיבות, טשעבין מיט שערי תורה. עס איז אויך דא חיי משה, דארט איז מער לומדי'ש און שטארק בעל-בתיש. אויב וויל מען גיין מער חסידי'ש, קען מען גיין קיין טשערנאביל אדער רחמסטריבקע. טייל גייען קיין מחנובקע.
וועלכע נאך אפציעס זענען דא און וואס זענען די מעלות און חסרונות פון יעדע פלאץ?