נייעס פון תרצ"ה-תש"ה - לעבעדיגע נייעס - בלויז נייעס

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

נייעס פון תרצ"ה-תש"ה - לעבעדיגע נייעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בס"ד

אנאליזן, דעבאטעס און מיטלעבענישען
הערות און געדאנקען
פשט פון די אשכול, און חילוק צעווישן די אשכולות


אין קורצן פון פריער:


יעדער דא ווייסט וואס האט זיך אפגעטוהן אין דייטשלאנד מיט כמעט 2 יאר צוריק, ווען די נאציס בראש אדאלף היטלער זענען געקומען צו די מאכט, זינט דאן האבן זיי צוביסליך זיך גענומען צוריק באוואפענען, יארע 1934 האט געזען אסאך פאליטישע אומרוען, אפילו אין באזעצטע לענדער ווי פראנקרייך, ס'איז פארגעקומען די מארד פון די קעניג אלכסנדר פון יוגעסלאוויע, ווי אויך פון דר. דאלפוס די פירער פון עסטרייך. מערץ 1935 איז געלונגען פאר פראנקרייך צו שליסן א בונד מיט ענגלאנד און איטאליע, צו פריוון צו לייגן דרוק אויף דייטשלאנד, אז זי זאל אפשטעלען מיט זייער באוועפנוגען, אין מאי פון 1935, האט היטלער אויפגעטראטען מיט א רעדע, ווי ער האט קלארגעשטעלט אז ער איז וויל בלויז שלום, און ער מיינט בלויז שלום, די דרשה האט עושה רושם געווען, און אין יוני, האט ענגלאנד געחתמט א הסכם מיט דייטשלאנד, אז זיי מעגן פראדיצירן מער קריגס ערעפאלאנען, צו די גרויס אויפברויז פון פראנקרייך און איטאליע, און דאס איז געווען די סוף פון די בונד פון מערץ.

איטאליע, אונטער די פירערשאפט פון די פאשיסטישע בעניטא מוסיליני, איז זייער באזארגט פאר די פאשיסטישע רעגירונג אין עסטרייך, און איז בייז אז דייטשלאנד זוכט דארט אונטערצוברענגען די רעגירונג, און אריינשטלען א נאצי רעזשים, צוליב דעם האט איטאליע מסכים געווען צו די בונד פון מערץ, זינט די בונד, האט איטאליע זוך גענומען טשעפענען מיט די מדינה אביסיניע, און די מצב דארט איז הייס.

ס'איז נישט קיין סוד פאר קיינעם אז די נאציס זענען וויסטע אנטיסעמיטען, דאך זינט די מאי דרשה, האט זיך אין דייטשלאנד אביסל אפגעשטילט די אנטיסעמטיזם, געוויסע געזעצען זענען גרינגער געווארען, מאידך גיסא, זענען דא אינערהאלב די נאצי פארטיי די גרעסערע פאנטיקער, זיי קענען נישט סובל זיין די נאכלאזונג פון די אנטיסעמיטיזם, און זיי בראש פון יוליוס סטרייכער פון דער שטורמער, האבן אנגעפאנגען טיילן נאך מער צרות פאר אידן.

און יעצט ווייטער

אידישע נייעס:

אגוסט 1, ב' אב, ה' דברים:
דער פירער פון די רייכסבאנק און די דייטשע פינאנץ מיניסטער דר. האלמער שאכט, טוהט ווארענען אז די אויפפיררעכץ קעגן אידן איז קעגן די געזעץ, ווי אויך איז ארויסגעקומען א באריכט, אז נאך א זיצונג ווי עס האבן זיך באטייליגט היטלער, גערינג, און גענעראל וואן בלומבורג, איז געקומען די החלטה אז מען דארף מאכן אן אפשטעל אויף לייגן נייע אנטיסעמיטיע געזעצן

מיט דעם אלעם, האט דאס נישט צוריקגעהאלטען פון דעם אז די בערלינער פרעס, ווי אויך די פראפאגאנדע אפיס, פון ארויסקומען מיט א ווארענונג אז אידן זאלן בשום אופן נישט קומען קיין בערלין, דער ווארונוג זאגט אז אידן וואס וועלן אנקומען קיין בערלין, וועלן נישט קענען געניסן פון קיין שום בעניפטיען אדער הילף פון די שטאט, ווי אויך אז מען וועט זיי שיקן ארבייטן אין אויסטויש פאר א פלאץ צו שלאפן, ביז ווי לאנג מען קען זיי פארטרייבן פון די שטאט.

די מאיער פון קוועדלינבורג, א שטאט אין דיישטלאנד, האט פארבאטען אידן פון באזוכן די מוזיאום, ווי אויך די פאלאץ דארט

די דעילי ניוס, האט געדרוקט אן עדיטאריעל, ווי זיי פארלאנגען אז אמעריקע זאל נישט אנטייל נעמען אין די 1936 אלאמפיק געימס, וואס דארפן אפגעהאלטען ווערן אין מינכען צוליב די דייטשע אנטיסעמיטיזם

אידן פון פולין האבן געשיקט א טעלעגראם צו די פעלקער ליגע, ווי זיי בעטן אז מען זאל זען צו באשיצן די אידן פון דאנציג (דאנציג איז א זעלבסשטענדיגע שטאט, וואס שטייט דירעקט אונטער די פעלקער ליגע, די נאציס האבן אבער א מערהייט אין די דאנציג סענעט.

דער דאנציגער עקאו, די איינציגסטע אידיש צייטונג אין דאנציג, איז פארמאכט געווארען דורך די נאציס.

אגוסט 2, ג' אב, ער"ש דברים:

ראלענד פרייזלער, די יוסטיץ מיניסטער פון דייטשלאנד, האט געמאלדען אז יעדע שריט וואס ווערט גענומען ווערן קעגן די נאצי פארטיי, וועט פאררעכענט ווערן ווי פארראט אין דייטשלאנד, און וועט באשטראפט ווערן מיט די טויט.

אין די שטאט גאסלער, האט די סיטי מחליט געווען נישט צו טוישן די נאמען פון די גאס "יודען שטראסע" (די הויפט גאס פון די געטא), און זיי האבן מחליט געווען צו הענגען א טאוועל, אויף די גאס וואס עס שטייט אז אויף די גאס האבן אמאליגע צייטן געוואוינט אידן, וואס מען האט סובל געווען אלץ געסט, אבער זיי האבן געמוזט וואוינען בלויז אויף די גאס.

די קאניגסבערג זו (zoo) האט געמאלדען אז זיי וועלן מער נישט אריינלאזן קיין אידן.

עס קומט א שמועה, אז יוליס שטרייכער, וועלעכע דרוקט די שאנדפולע אנטי-סעמיטשע "שטורמער" צייטונג גייט אין די נאנטע צוקנופט באקומען א נייע שטעלע, דייטשלאנד גייט מאכן א נייע דעפארטמענט "די דעפארטמענט פאר אידישע ענינים, די "פראגער טאגבלאט" באריכטעט, אז די נאצי פארטיי שטופט שטארק אז שטרייכער זאל באקומען די פאזיציע, אבער אז די אויסערען מיניסטער און די האנדעל מיניסטער שטעלן זיך קעגן, אלץ מורא פון די רעאקציע פון די וועלט

און ווארשע איז אפגעהאלטען געווארען א רעלי קעגן די נאציס, עס האבן זיך אויך באטייליגט מיטגלידער פון די פולישע סיים (פארלימענט), מען האט דארט גערופן פאר א באיקאט אויף דייטשלאנד.

די דייטשע פראווינס סעקסאני, האט זיך גענומען פארטרייבן די אידן וואס וואוינען דארט, אנגעפאנגען מיט די אידן וואס זענען אהינגעקומען נאך די מלחמה.

אגוסט 4, ה' אב, זונטאג ואתחנן:

אין פאריז איז אפגעהאלטען געווארען א פראטעסט קעגן נאצי דייטשלאנד, מען האט דארט פאררופן פאר שטערקער אנטי-דייטשלאנד באיקאטס.

אין דענמארק האט די פירער פון די קאנסערוויטיוו פארטיי קריסטמעס מוללער אטאקירט סיהעסטער די פירער פון די פויער פארטיי, פארן זאגן אז די מאכט פון אידישע געלט איז שולדיג פאר די דעפרעסיע, מוללער האט אויפגעוויזן אז סיהעסעטער זעלבסט האט באקומען הלוואות פון אידן, און געפרעגט די פארלימענט, טאמער דעס איז די ריכטיגע מענטש צו רעדן פון שנאה צו אידן?

אגוסט 5, ו' אב, מאנטאג ואתחנן:

דזשאסעף גאעבעלס, די פראפאגאנדע מיניסטער האט נעכטען אפגעהאלטן א שטראק אנטיסעמיטישע רעדע, תוך הדברים האט ער געזאגט "קיין אויסלענדישע פראטעסט וועט נישט צוריקהאלטען דייטשלאנד פון פארניכטיען די איד (היל"ת), וועלעכע איז די שונא פון די דייטשע מדינה. ער האט אויך אנטפלעקט אז דייטשלאנד וועט מער נישט סובל זיין חתונות צעווישן דייטשן און אידן. אויך רייכסמיניסטער ראסט און רייכסמיניסטער פראנק, אין רעדעס אין קאלאון, האבן געלאזט וויסן אז דיישטלאנד וועט נישט געבן קיין מנוחה פאר די אידן, ביז ווי לאנג אידן וועלן גענצליך עלעמינירט ווערן פון דייטשעל לעבן.

היטלער'ס "וואלקישער בעאבאכטער" האט היינט אראפגעריסן די עווענדזשליקעל קירכע פון בערלין, פשוט פאר'ן בעטן רחמנות אויף די אידן, זיי האבן געשריבן אז קיינער זאל זיך נישט נאר'ן אז מען וועט בעסער באהאנדלען די אידן.

אין דרעסדען האט מען געהאנגען פלאקארטען אין אלע אידישע געשעפטען, אז מען זאל נישט דא קויפן, אויף אלע פובליק בענק, הענגט א טאוועל, "אידן טארן זיך נישט אוועקזעצן"

דער יוסטיץ דערפארטמענט האט באפוילן, אז קיינער פון איהר ארבייטער טארן נישט חתונה האבן, אן דעם וואס זיי זאלן נעמען רשות, און אז ווען זיי נעמען רשות, מוזן זיי ברענגען די יחוס ביימער פון די חתן-כלה, זיכער מאכן אז ס'איז ריין דייטש.

א ציפער פון שטעט אין דייטשלאנד, האבן גענצליך איינגעפירט געטאס, די דייטשע יוסטיץ, האט געשריבן אז די וועלט קוקט עס אפשר אן ווי צוריקגיין צו די מיטל אלטער, אבער דייטשלאנד פירט זיך אזוי אויף כדי צוריק צוהאלטען די אידן פון חרוב מאכן די דייטשע פאלק.

אין דאנציג, האט די אידישע קהילה געבעט אז מען זאך זיך האלטן רואיג, אפילו ווען די נאציס טשעפענען, די קהילה זאגט אז סיי וואס פאר א צוריק ענטפער וועט שטעלן אלע אידן אין א סכנה

אין ניו יארק, האט די אמעריקאנע יוגענט קאנגרעס פארלאנגט פון די אמעריקאנע אלאמפיק קאמיטיע, אז זיי זאלן זיך ארויסציען פון די אלאמפיק געימס וואס דארפן אנגעהאלטען ווערן אין בערלין אין אפאר חדשים ארום. אויך די "קריסטליכע סענטרי" א פאפולערע פראטעסטענט צייטונג, האט פארלאנט אז מען זאל אוועקפירן די געימס פון בערלין לגמרי.

אגוסט 6, ז' אב, ג' ואתחנן:

דער נאצי פארטיי האט באפוילן פאר אלע אירע מיטגלידער צו מאכן אגוסט די ביטערסטע חודש אין היסטאריע פאר די דייטשע אידן, דער דייטשע אינערען מיניסטער ווילהעלם פריק, האט געווארענט פאר די אמעריקאנע אידן אז מען זאל זיך נישט איינרעדן אז פראטעסטען קעגן דייטשלאנד וועט העלפן זייערע אידישע ברידער, אזעלעכע פראטעסטען וועלן בלויז פירן שווערער צו מאכן פאר די דייטשע אידן

די נעכטיגע דרשה פון גאעבעלס בנוגע אידן חתונה האבן מיט דייטשן, איז נאכגעפאלגט געווארען מיט ארעסטען דארכאויס דייטשלאנד, אפילו אזעלעכע וועלעכע זענען שוין געווען חתונה געהאט פאר 15 יאר

דער "וואלקישער בעאבאכטער" האט אנגעגעבן אז די געאבעלס דרשה איז א דעקלארציע פון מלחמה קעגן די אידן און קאטיליקען.

צייטונג פארקויפער טארן נישט ווייזן קיין דייטשע-אידשע צייטונגען, ווי אויך טארן זיי נישט פארקויפן קיין שום אויסלענדישע אידשע צייטונג

די שטאט גלעדבעק איז די ערשטע שטאט נישט ארייצולאזן קיין אידן אין שולע.

די דייטשע אלאמפיק טיעם האט נישט געלאזט א אידישע מיידל אויספרובירן צו זיין אין די טיעם

אין קאלאון, איז פארשפרייט געווארן בילדער מיט די טיטל "ווער זענען די פארברעכער"? אויף די בילדער איז געזען געאווירען דייטשן קויפן אין אידישע געשעפטען.

אין פאריז האבן זיך העכער 8000 מענטשען באטייליגט אין אן אנטי-היטלער פראטעסט.

די גאווערנער פון פענסעלוועניע, דזשארדזש עירל, האט פארשריגן די דייטשע אנטיסעמיטיזם.

אגוסט 8, תשעה באב, ה' ואתחנן:


בערלין, דייטשלאנד האט דורכגעפירט א מאסן ארעסט אויף אידן, ווי אויך האט מען פארמאכט אידישע ביזנעסעס. אידישע הייזער זענען פארשטיינערט געווארען דורכאויס די נאכט.

אין א שטאט אין מעקלנבורג, זענען רוב אידן ארעסטירט געווארען,

אין פינסטערוואלד האט מען פארשטיינערט אלע אידישע הייזער, און מען האט נאכגעשריגן די אידן אז זיי זאלן פארלאזן די שטאט.

אין ארענדסי, א שטאט אין מעקלנבורג, איז די פאליציי אנגעוקמען אינמיטן די נאכט צו א אידיש היים פאר קינדער און עלטערע, פונקט אין צייט צוריקצוהאלטען די נאציס פון אויסהארגענען אלע מענטשען דארט, 80 קינדער און 88 עלטערע אידן, זענען געפירט געווארן צו בערלין, נאך די אינצידענען

און באד טאעלז, האט די בורגערמייסטער פאראנדערט די ערשטע עמטליכע גירוש, פארטרייבינדיג די 350 אידן וואס האבן דארט געוואוינט.

פראג, דער טשעכסלאווקיע רעגרונג האט פארבאטען די פארקויף די נאצי צייטונג "דער אויפבראך"

דער "ווארשעווער קאריער" באריכט, אז די דאנציג נאציס פלאנירן א פוטש, איבערצונעמען די מאכט אין דאנציג, די פוטש וואס זיך אנפאנגען מיט א פראגראם אויף די אידן (היל"ת)

אגוסט 9, י' אב, ער"ש ואתחנן:

די נאציס פלאנען אז די אידן זאלן הונגערען דורך דעם וואס זיי פארבאטען דאס פארקויף פון עסן פאר אידן.

איבער גאנץ דייטשלאנד איז פארגעקומען אנטיסעמיטשטע פראטעסטען

דער "וואלקישער בעאבאכעטר" באריכטעט אז די שטאט ברויניגוויילער, האט געמאכט א געזעץ אז אידן קענען נישט קויפן קיין לאנד אין די שטאט, ווי אויך, סיי ווער עס האנדעלט מיט אידן, וועט נישט קענען האנדלען מיט די שטאט

פאליטישע נייעס:

אגוסט 1:

אין גענעווע האבן פארשטייער פון ענגלאנד, איטאליע, רוסלאנד, און אביסיניע זיך געטראפן כדי צו פארהאנדלען איבער די מצב דארט, די געשפרעכען האבן זיך אנגעפאנגן אויף די רעכטע פיס

אגוסט 2:

די פראנצויזען אין די ענגלישע פארשטייער האבן ארויסגעלייגט א שלום הצעה פאר איטאליע און אביסינע, ס'איז ערווארטעט אז סיי איטאליע און סיי אביסינע וועלן צו דעם מסכים זיין, יעצט ווארט מען נאר אז זיי זאלן דאס טאקע חתמנ'ען

אגוסט 3:

אמעירקע פלאנט צו פארשטערקערן איהרע ים באזעס אין די פאסיפיק ים, די החלטה איז געקומען זינט יאפאן האט אנגעפאנגען זיך צו טשעפען מיט כינע.

אגוסט 4:

עס קומט די נייעס אז איטאליע און אביסינע האבן גע'חתמ'ט די הסכם.

אגוסט 6:

טראץ די הסכם צעווישן איטאליע און אביסיניע, טוהט אביסינע נאך אלץ פארזעצן מיט מאדיזינערען איהר מיליטער, א שריט וואס קען מבטל זיין די גאנצע הסכם

אגוסט 7:

דאנציג באשולדיגט פולין אין צומאכן די גרעניץ צעווישן זיי, פולין לייקענט עס, די מצב צעווישן זיי ווערט אביסל היציג

אגוסט 8:

עס קומט ווידער פאר ריאטען אין פראנקרייך, צוליב עקאנאמישט פאליסיס, 5 מענטשען זענען געהארגעט געווארען, און צעווישן 100 און 200 זענען פארוואנודעט געווארען.

אגוסט 9:

איטאליע טוהט פארשטייפערן איהר שטאנד קעגן ענגלאנד, ווי אויך טוהן זיי גיין פאראויס מיט די מאבילאזאציע פון זייער ארמיי
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס פון תרצ"ה-תש"ה - לעבעדיגע נייעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אידישע נייעס

אגוסט 10, י"א אב, שבת נחמו

דער צורר היהודים יוליס שטרייכער איז גערופן געווארען צו געבן א רעדע אין בערלין, זיין רעדע איז געפלאנט פאר אגוסט 15, און דארף פארצוקומען אין די ספארטספלאץ, עס איז פארהאן דארט 15,000 זיץ פלעצער

אין נורעמבורג האט שטרייכער געהאלטען א רעדע פאר אויסלענדישע יוגענטליכע, ער האט צוגעזאגט אז דייטשלאנד וועט נישט רוהן, ביז ווי לאנג די אידן זענען נישט פארניכטעט (היל"ת)

הונדרעטער נאצי סטארם טרופערס (storm troopers), האבן זיך געלאזט אויף די אידן אין טידערסדארף, א וואקציע לאקאציע, און געשריגן "אידן ארויס", היינט איז געקומען די באפעל אז די אידן האבן 24 צו פארלאזן די שטאט.דער מאיער פון רידערסדארף האט פרובירט צו שתדל'ן לטובת די אידן, מבטל צו זיין די גזירה, אבער אן ערפלאג

אין בערלין האט מען היינט פארמאכט אלע אידישע אייז קריעם געשעפטען, סיידן אויב זיי באלאנגען צו אויסלענדישע אידן.

אין מינכען האט מען געלאזט וויסן אז אידן טארן נישט אהין קומען, אפילו פון אין דייטשלאנד, אידן וואס וועלן אנקומען, וועט מען קנס'ען און צוריקשיקן.

אין כעמניץ, האט מען צוגענומען דייטשע בירגערשאפט פון 61 אידן.

רוב אידן פון פרכים, וואס מען האט אנגעזעצט אפאר טעג צוריק, מיט'ן תנאי אז זיי גייען נישט צוריק עפענען זייערע געשעפטען.

אין אסאך שטעט, האבן די שולעס געהייסן די קינדער זיך שטעלן אין פארנט פון אידישע געשעפטען און נישט לאזן קויפן.

אין ריינקענדארף, האט מען ארעסטירט 2 אידישע קינדער פאר'ן באליידיגען א נאצי, דערנאך וואס די נאצי האט זיי געהייסן אויפהערן פארן אויף זייערע ביציקלעך.

אין דאנציג, זענען 20 אידישע סוחרים פארוואונדעט געווארען, ווען א באנדע נאצי אינגעטליכע האבן באפאלען די מארק, דארכאויס די אטאקע, זענען די פאליציי געשטאנען אין א זייט און גארנישט געטוהן.

און סופיא, בולגרייע איז פארגעקומען אן אנטי סעמיטישע דעמענסטראציע.

אגוסט 11, י"ב אב, א' עקב

די אנטי-סעמיטשע צייטונג "יודענקאננער" פארלאנגט אז מען זאל ארעסטירען דייטשע אידן, צוליב דעם וואס אויסלענדישע אידן לייגן דרוק אויף דייטשלאנד נאכצולאזן די אנטיסעמיטיזם.

אין מערב פרייסן, האבן נאצי פירער פארלאנגט אז אלע דייטשע געשעפטען זאל הענגען א טאוועל, אז מען סערווירט נישט קיין אידן

אין עמדם האבן נאצי פירער פארלאנגט אז אויב מען כאפט א דייטש האנדלען מיט א איד, זאל ער פאלירען זיינע אנעמפלוימענט רעכטען

אין וואשינגטען איז פארגעקומען א היציגע דעבאטע, דערנאך וואס די דעמעקראטישע קאנגרעסמאן פון די טעקסעס 16'טע דיסטריקט טאמעס על. בלאנטאן קעגן דעם אז אמעריקע זאל זיך אננעמען פאר די דייטשע אידן, בלאנטאן האט געזאגט אזוי, איך האב באקומען א פראגע אויף די פאסט, ביסטו אין שטיצע פון נעמען שריט קעגן דייטשע אנטיסעמיטיזם? מיין תירוץ איז, א שטארקע ניין, איך וויל אז אמעריקע זאל צורוה לאזן די דייטשען, איך וויל אז אמעריקע זאל זיך נישט מישן אין דייטשלאנד, לאמיר זאגן אז מיר וועלן זאגן פאר דייטשלאנד אויפצוהערען מיט די אנטיסעמיטיזם, זיי וועלן זאגן ניין, דאס וועט מיינען מלחמה, איך זאג פאר מיינע חברים, סיי די אידן, סיי די קאטיליקען, אויב וועלען זיי נישט אויפהערען מיט די קריטיק און זיך אריינמישן, וועט זיך דאס ענדיגען מיט מלחמה, דערנאך האט די דעמעקראטישע קאנגרעסמאן פון ניו יארק'ס 15'טע דיסטריקט דזשאן דזשעי. בוילאן, זיך אויפגעשטעלט און געפרעגט פון בלאנטאן, האט מען דען אריינגעשטעלט א נייע צענזור דא?

אין דאנציג, איז דא ראיות אז די פאליציי האט געוויסט פון פאראויס פון די ראיאטען, און האבן פון דעסטענוועגן האבן זיי גארנישט געטוהן, פולישע בעלי בתים פון אידישע געשעפטען נעמען לעגאלע שריט קעגן די נאציס.

א אידישע ארגאנאזאציע האט ארומגעשיקט בריוון צו אלע סענעטארען און קאנגרעסלייט, טאמער זיי זענען אין שטיצע פון נעמען שריט קעגן דייטשע אנטיסעמיטיזים, דערווייל האלט עס אזוי

פאר נעמען שריט
סענעטער ווארען בארבאר, ר-ניו דזשערשסי
סענעטער וואלטער דזשארדזש, ד-דזשארדזשיע
סענעטער ארטור קעפער, ר-קענזעס
סענעטער העררי מאור, ד-ניו דזשערסי
סענעטער דעוויד וואלש ד-מעססעטושיטס

רעפ. וויליעם ציטראן, ד-קעניטוקוט (קיין דיסטריקט, עט לארדזש)
רעפ. דזשאן דעלעיני, ד-ניו יארק 7
רעפ. דזשעימס קווין, ד-פענסעלוועניע 31
רעפ. דזשאן קאסטעללעאו, ד-קאליפארניע 15
רעפ. טאמעס פארד, ד-קאליפארניע 14
רעפ. דזשעימס שענלי, ד-קעניטוקוט 3

קעגן נעמען שריט
סענעטאר דאנקען פלעטשער, ד-פלארידע

רעפ. הענרי לאקי, ד-נעברעסקע 1
רעפ. וויליעם לעמקע,ר-נארט דאקאטע (עט לארדזש)
רעפ. עירל מיטשנער, ר-מישיגען 2

קיין שטעלונג,

רעפ. עדווארד הארט, ד-ניו דזשערסי 14

די אנדערע האבן נאכנישט צוריקגעשיקט קיין תשובה, מיר וועלן אפשר ברענגען נאך נעמען ווען זיי קומען אריין.

אגוסט 12, י"ב אב, ב' עקב

די שטארקע אנגערייטונגען אין בערלין,פאר די דרשה פון שטרייכער טוהט אנדייטען אז עס קומט אפשר א ראנג העכערונג פאר די צורר היהודים.

די דייטשע מידיע שרייבט אז דייטשלאנד טוהט נישט דיסקרימנירען קעגן קיין שפילער אין די אלאמפיק שפילן, דאס איז אלץ מורא אז מען וועט אוועקפירן די שפילן פון בערלין, זיי ווילן איינרעדן פאר די וועלט אז עס קומט נישט פאר קיין דיסקרימינאציע קעגן אידן

אין די הארץ דיסטריקט איז פארבאטען געווארען פאר אידן צו גיין אין פובליק פלעצער, און עס איז פארבאטן פאר צייטונגען צו לייגען עדווערטייזמענטס פאר אידשע לענדלארדס אז זיי זוכן טענעטס.

אין די אלדענבורג דיסטריקט, זענען די גויים געווארענט געווארען, אז אויב פארדינגען זיי נאכאמאל זייער לאנד פאר אידן, וועט מען צונעמען זייער לאנד, און אין טאבראו, ווי מען האט פארקויפט לאנד פאר אידן, פארלאנגט די "אנגריף" (גאעבלס צייטונג), אז מען זאל מבטל זיין די מקח, און באשטראפן די מוכרים

אין האמבורג, האט מען פארמאכט די אידישע געשעפט גלאבוס, און ארעסטירט אלא אידשע ארבייטער

אין בערלין האט מען צוריק געלאזט דרוקן די ציוניסטשע ציינטונג "אידשע רונדשו" דארנאך וואס פאר כמעט 3 חדשים האט מען נישט געלאזט דאס דרוקן.

דער פעלקער ליגע זאגט צו, צו באהאדלען די דאנציג פראגע ביי זייער נעקסטע זיצונג, וועלעכע פאנגט זיך אן סעפטעמבער 4

אין בראסעלס, בעלגיע, האט די סאסייעטי פאר די צוריקהאלט פון רשעות צו חיות, זיך אונטערגענומען לוחם צו זיין קעגן שחיטה כדי דאס צו מבטל זיין, היל"ת.

און רומעניע האבן די פאליציי אפגעשטעלט אנטיסעמיטשע פראטעסטען

נאך ענטפערס אויף די פראגע צו אמעריקע זאל נעמען שריט קעגן דייטשע אנטיסעמיטיזם.

יא: רעפ. גיי דזשיליעט, ד-אייאוע 9, רעפ. אלבערט ענגענל, ר-מישיגען 9
ניין: רעפ. ראבערט ראמספעק, ד-זשארדזשיע 5
קיין שטעלונג: רעפ אובערט דאן, ד-מיססיפי 5

דערווייל, 5 סענעטארן פאר, איין קעגן, 8 קאנגראסלייט פאר, 4 דערקעגן, 2 קיין שטעלונג

אגוסט 13, י"ד אב, ג' עקב

געבהארד מאסל, וואס איז געבוירען אין מיניכען, אבער איז היינט צו טאגס א בריטישע בירגער, איז ארעסטירט געווארען אין מינכען, צוליב דעם וואס ער האט זיך אנגענומען פאר אידן.

אלע הארץ טרעוועל אגענטורען זענען באפאלען געווארען דארך הער קלאגעס, די הויפט פון די הארץ טראנספארט פאראיין, אז מען מוז אויספאלגען די נאציס, און מודיע זיין אידשע געסט און טוריסטען אז מען וויל זיי נישט דא. ווי אויך טארן אידישע האטעלן נישט עדווערטייזען.

אין פריישטאדט, זענען אידן פארבאטען געווארען פון קויפן לאנד.

די רייכס פעדעראל ספארטס גרופע האט געזאגט אז זיי לייגן אוועק סעפטעמבער פאר די דיסקאסיע איבער די אידשע פראגע, דאס איז אין קעגנזאץ פון וואס די דייטשען האבן צוגעזאגט פאר די אלעמפיק שפילער, אז זיי גייען נישט דיסקרעמינירן קעגן אידן.

אין סעקענבורג, לעבן טליסט, האט די רויטע קרייץ פרויען באטיילונג געזאגט אז זיי גייען נישט ניצן קיין אידשע דאקטוירם

אין לויבעק, האט מען פארמאכט א אידישע דעפארטמענט געשעפט.

אגוסט 14, ט"ו אב, ד' עקב

נאך 3 קאנגרעסלייט זענען ארויסגעקומען אין שטיצע פון נעמען שריט קעגן דייטשע אנטיסעמיטיזים, זיי זענען רעפ. ווירדזשעניע דזשענקעס, ד-אינדיאנע 6, אשר ל. בורדיק, ר-נארט דאקאטא (עט לארדזש), און דזשעימס מעד ד-ניו יארק 42. נאך איין נעמט נישט קיין שטעלונג אדאלף סאבעט, ד-אילינאי 5

אין בערלין יונערוויסטי האט מען געווארענט, אז די וואס לערנען געזעץ מיט אידישע לערערינס, וועלן באשטראפט ווערן.

דורך דרוק פון די בריטישע קאנסאלוט, האט דייטשלאנד ארויסגעלאזט געבהארד מאסאל, וואס איז נעכטען ארעסטירט געווארען.

קאנאדע האט צוריק גערוקט זייער וואלן מיט א וואך, צוליב דעם וואס עס האט געדארפט פאלן אויף יום כיפור, זיי האבן עס צוריקגערוקט צו צום גדלי'

אגוסט 15, ט"ז אב, ה' עקב

קאנגרעסינעלע פירער האבן גערופן פאר ספארטס שפילער נישט אנטייל צו נעמען אין די אלאמפיק שפילן, ווילאנג דייטשע אנטיסעמיטיזם האלט אן.

אין ראטענפעלד, דיישטלאנד, האט מען פארטיילט ליפלעטען קויף בלויז פון אידן, די נאצי שטורעם טרופערס האבן געשווירוען נקמה.

קאניגסווארטערשטראססע, א גאס אין פראנפקורט וואס הייסט נאך א איד, האט מען געטוישט די נאמען צו קוויקענשטראססע, די נאמען פון א נאצי.

די פולישע קאמישינער אין דאנציג, קלאגט אן די דאנציג פאליציי אין מיטהעלפען די ריאטען פארגאנגע שבת.

נאך צוויי קאנגרעסלייט זענען ארויסגעקומען אין שטיצע פון נעמען אקציע קעגן דייטשלאנד, ארטור היעלי, ד-מעססאטושטועטס 8 און דזשאן דינגעל, ד-מישיגען 15, נאך איינס איז ארויסגעקומען דערקעגן, עיב מורדאק, ד-יוטא 1.

יוליס שטרייכער די צורר היהודים האט היינט אפגעהאלטען א העצערישע רעדע אין בערלין קעגן די אידן, עס האבן זיך באטיילגט כמעט 50 טויזענט מענטשען

אגוסט 16, ט"ז אב, ער"ש עקב

די רעדע פון שטרייכער האט געשלאגען ווארצלען, אין קליינמאכאו, איז פארבאטען געווארען פאר אידן זיך צו באזעצן דארט

אין מינדלהיים, איז פארבאטען פאר אידן צו גיין צו די רעזארטען

אין האנאווער, האבן סטארם טרופערס געהאלטען א דעמעסטראטציע קעגן אידישע אייגענטומער פון טיעטערס.

אין אלטנבורג, האט מען מודיע געווען אידישע סוחרים אז זיי טארן נישט פארקויפן מער ביי די פלייש מארק

אין דארטמונד, האט מען פארבאטען אידן פון פאר'משכנ'ען זייערע חפצים פאר געלט, ווי אויך צו קויפן פאר'משכנ'טע זאכן

וועלטליכע נייעס

אגוסט 10:

אין פראנקרייך האט זיך אפגעשטילט די רייאטען.

עס וועט אפגעהאלטען ווערען א קאנפרענס אין פאריז, צו באהאנדלען די אנגעצויגענע מצב צעווישן איטאליע און אביסיניע

אגוסט 13:

אין לוצערן, שווייץ, הייבט זיך אן היינט א רייע קאנפרענסען דורך די ציונים, אין באפארברייטונג צו די וועלטליכע ציונסטישע קאנפרענס, וועלעכע וועט זיך אנפאנגען אין א וואך ארום

אגוסט 14:

די געשפרעכען אין פאריז האבן זיך אנגעפאנגען, אין א פריוו צו מאכן שלום צעווישן איטאליע און אביסיניע

אגוסט 16:

"רעביי" סטעפען ווייז פון ניו יארק, א רפארם "רעביי", און שטארקע ציוניסט, סטראשעט אז אויב די ציוניסטשע קאנגרעס וועט זיך צוריקהאלטען פון רעדן וועגן די נאציס, אדער צענזורערען די נושא אין סיי וועלעכע פארנעם, וועט ער ארויסוואקן פון די ציוניסטישע קאנגרעס. פראנז מעהר, א דעלעגאט פון די דייטשע ציוניסטשע פעדעראציע, זאגט אז אויב וועט די קאנגרעס רעדן קעגן נאציזם, וועט די דייטשע דעלעגאציע פון 34 נציגים, מוזן ארויסוואקן פון די קאנגרעס.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס פון תרצ"ה-תש"ה - לעבעדיגע נייעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אידישע נייעס, אגוסט 18, זונטאג ראה, י"ט אב תרצ"ה

האנס הינקל, דער דייטשער קאמייסער פאר Non-Aryan קולטור האט געזאגט אז די דייטשע "לעזונג" צו די אידישע "פראגע" קענען נישט געטוישט ווערן, זינט זיי זענען געבויט אויף "יוסטיץ", עס וועט נאך נאכגעמאכט ווערן דורך די גאנצע וועלט. דאס קומט נאכדעם וואס הינקל האט איינגעפירט 5 רולס פאר אידישע ארטיסטען.

1. אלע אידשע קולטער ארגאנאזציעס מוזן זיין הויפטקווארטירט אין בערלין, און אנגעפירט דורך א באורד וואס הינקל וועט אויסקלויבן
2. בלויז אידן וועלן מעגן זיין מיטגלידער אין די ארגאנזאציעס.
3. אלע פארשטעלונגען מוזן זיין אויף א פרייוואטע פארנעם, און בלויז אידן מעגן אנטייל נעמען.
4. אלע פארשטעלונגען מוזן באשטעטיגעט ווערן דורך הינקל זעלבסט (און צוגאב צו די הינקל געשטעלטע באורד)
5. די פלעצער פון צוזאמענטרעפענגען זאלן מען בלויז דינגן פון אידן

דער שטורמער האט געדרוקט אן אפענער בריוו צו א אפיס געביידע, אויסדרוקנדיג ברויז אז זיי פארמאגן נאך אידישע קליענטען.

אין מינכען, האט דער מיניסער פון פובליק געזונטהייט, דר. שולץ, געזאגט אז בקרוב וועט מען מאכן א געזעץ אז דייטשן זאלן נישט מעגן הייראטען אידן אדער האלב אידן, וואו אויך וועט זיין א קנס פאר דייטשן וואס וועלן קויפן אין אידישע געשעפטען. אויך וועלן אידישע קינדער נישט מעגן קיין צוזאמען מיט דייטשע אין די שולעס. נאך גזירות וואס שולץ זאגט פאר, אידן וועלן נישט מעגן זיין קיין מענידזעשרס, וואו אויך וועלן זיי נישט מעגן אויפנעמען דייטשע באדינערס.

אין שלוכטערען, האבן דייטשע געשעפטען געהאנגען טאוולען אז אידן טארן נישט קויפן דארט. אידישע געשעפטען זענען אנגעפירקליט געווארן מיט געלע טאוולען מיט די ווארט "איד" און גרויסע שווארצע אותיות.

אין לעמבערג האט מען דורכגעפירט א נייע בודזשעט, עס שטעלט צוריק די אלע שניטען צו די מוסדות וואס די פריערדיגע אנטיסעמיטשע מאיער האט ארויסגעשניטען.

חובות השעה:אגודת הרבנים האט ארויסגעלייגט א קול קורא אז יעדער שטים בארעכטיגיטע זאל גיין שטימען אין די וואלן קומענדיגע י' אלול.

עס דרייען זיך קלאנגען אז די דייטשן גרייטן זיך ארויסצוגעבן א נייע אנטיסעמיטשע געזעץ י"ב אלול ביי די יערליכע נאצי קאנפרענס אין נירנבערג.

פול קרעסס איז היינט אנגעקומען קיין דייטשלאנד, וואו מען האט עם אויפגענומען מיט גרויס כבוד. דאס קומט נאכדעם וואס מאיער לא-גווארדיע פון ניו יארק האט עם ארויסגעשטויסן פון דארט, צוליב וואס ער איז א דייטש, און די מאיער האט געוואלט פראטיסטירען די דייטשע אנטיסעמיטיזים

אלגעמיינע נייעס

אין פאריז פאנגט זיך אן די קאנפרענס צעווישען איטאליע, פראנקרייך, און ענגלאנד, מיט די האפענונג פון ברענגען שלום צעווישען אביסיניע (Abyssinia היינטיגע Ethiopia ) און איטאליע. אנטאני עדען פון ענגלאנד סטראשעט אפצולאזן די גאנצע זאך, זאגענדיג אז די גאנצע זאך איז א שפיל פאר צייט, און צום סוף וועט די פעלקער ליגע מוזן מסדר זיין. לאוועל פון פראנקרייך פראבירט נאך צו פארהאנדלען מיט באראן אלאסי פון איטאליע, איטאליע האט זיך אנטזאגט צו זאגן פונקטליך וואס אירע פארלאנגען פון אביסיניע זענען, בלויז אז זיי ווילן אז גאנץ אביסיניע זאל ווערן א איטליאנער קאליני, פונקט וואו מצרים איז פאר ענגלאנד.

פראנציזשע אינטליגזשעס שאצט אז איטאלע וועט אטאקירען אביסיניע אין די ערשטע וואך פון אקטובער.

יאפאן זאגט אז זי וויל פארהאנדלען מיט אמעריקע איבער די ים קרעפטען באצוימענגן אפמאכן. יאפאן זאגט אז זי איז מסכים אז ענגלאנד, יאפאן און אמעריקע זאלן האבן די זעלבע לימיטס, און פראנקרייך, דייטשלאנד, איטאליע און רוסלאנד, זאלן זיין מער באצוימט. יאפאן ווארפט אפ פארשלאגען צו מאכן א גרויסע קאנפערענס צעווישען אלע מדינות, ענדערש וויל יאפאן פארהאנדלען מיט יעדער מדינה באזונדער.

עסטרייך סטראשעט צו באיקאטירען די 1936 אלימפיק געימס אין דייטשלאנד, נאכדעם וואס היטלער'ס צייטונג האט אטאקירט עסטרייכישע ספארטס פירער

אין לוצערן קומט פאר די וועלטליכע ציוניסטשע קאנגרעס. דר חיים ווייצמאן סטראשעט אז ער וועט נישט אננעמען די פרעזעדענטשאפט, נאר טאמער מען לאזט עם אויך וועלן די עקזיטיוו. דאס וועט שטארק שאטן זיין מעגליכקייטען צו ווערן פרעזידענט.
לך על זה
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:05 pm

Re: נייעס פון תרצ"ה-תש"ה - לעבעדיגע נייעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לך על זה »

wow wow א צודרייטע גוטע ארבעט דעיס
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”