איינס האט געשריבן:
איך מיין אז דער רמב״ם שרייבט זייער קלאר וואס כח המתעורר איז והחלק המתעורר - הוא הכח אשר בו ישתוקק האדם לדבר מה, או ימאסהו. ומזה הכח יבואו פעולות הבקשה והבריחה, ובחירת דבר מה או ההתרחקות ממנו, והכעס וההתרצות, והפחד והעוז, והאכזריות והרחמנות, והאהבה והשנאה, והרבה מאלו המקרים הנפשיים. וכלי אלו הכוחות - כל איברי הגוף, ככח היד על התפישה, וכח הרגל על ההליכה, וכח העין על הראיה, וכח הלב על העוז או הפחד. וכן שאר האיברים, הנסתרים והנראים, אמנם הם וכוחותיהם כלים לזה הכח המתעורר.
די כח המדמה קען אויך מעורר זיין צו אהבה. ווי דער רמב"ם אליין שרייבט: כי אהבת האם וחנינתה על הבן אינו תוצאה של הגיון אלא פעולת כח המדמה המצוי ברוב בעלי החיים במציאותו באדם. קומט אויס אז די כח המדמה קען האבן א חלק אין א אהבה און אפשר אויך אין כעס.
דער רמב"ם רעדט דאך פון אהבת האם וואס א חיה האט צו איר זון, דאס איז טאקע פון כח המדמה ווייל סאיז נישט קיין געפיל וואס מהאט איינער צום צווייטן נאר אריינגעבויעטע אהבה וואס קומט בטבע.
איך האב נישט געלערנט דברי הרמב"ם וואס דו ברענגסט, אבער איך גלייב נישט אז דער רמב"ם איז כולל אויך א מענטשליכע אהבה אין כח המדמה.
אבער לאמיר דיר דערציילן א מעשה וואס איז היינט פארגעקונמען ביי נונז אין סמעדרעש. יאנקל טרינקט זיין קאפי אין צווישן איין שלינג מיטן צווייטן דערציילט ער פאר נחום, איך האב נעכטן געזעהן ווי א קאר צוקלאפט משה'ן דא אין פראנט פון בית מדרש!. בערל וואס איז געשטאנען אין זייט רופט זיך אן: הייבצעך נישט אן, נישט א קאר האט אים צוקלאפט און נישט אין פראנט פון בית מדרש. די מעשה איז געווען אז א קאר האט צוקלאפט משה'ן אין פראנט פון בית מדרש!
איך לערן בדברי הרמב"ם אז א גוף האט קראנקייטן, און אויך די פסיכאלאגן טענהן אזוי איך זעה בדברי הרמב"ם אז ווען איינער האט נפשיות'דיגע קראנקייטן דאר, ער גיין צו דח רופאי הנפשות, און די טעראפיסטן זאגן אויך אזוי איך זעה דער רמב"ם איז מבאר באריכות גדול וועגן חולי הנפש, און אין די טעראפיסטן שמועסן אויך אויס די אלע זאכן וואס דער רמב"ם שרייבט איבער חולי הנפש און די רשימה איז לאנג
קומט מען טענהן ניין! ביידע רעדן עקזעקטלי די זעלבע שפראך אבער דאס וואס דער רמב"ם מיינט חולי הנפש, דאס איז נישט וואס מרופט היינט חולי הנפש. דאס וואס דער רמב"ם רופט אן כעס דאס איז נישט וואס מרופט היינט אן כעס, און אזוי ווייטער... אלעס כדי צו קענען זאגן אז סאיז נישט תלוי בבחירה, (וואס וויפל איך פארשטיי זענען אפילו די טעראפיסטן נישט אייניג אויף דעם). אין די איראנישע חלק איז אז דער רמב"ם איז מאריך טאקע בענין זה א גאנצן פרק, און מקען נאך זאגן אז ער רעדט נישט פון דעם...
איינס האט געשריבן:
איך זעה נישט וואס די חילוק אויב דו רופסט דאס א קרענק וואס איז נישט תלוי בבחירה צו דו רופסט דאס א מדות פראבלעם וואס איז תלוי בבחירה. אויב האלט ער זיך נישט ביים היילן, מאכט ווייניג אויס וויאזוי דו רופסט דאס אן
טא לפי זה פארשטייעך נישט וואס איז דיין ציהל - צו פארשטיין וואס?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף

צו פארשטיין צו סאיז צלוי אין די אייגענע בחירה.
און די נפק״מ איז איינס, אז יעדער דארף זיך אכטונג געבן און יעדער קען אנקומען צו זיין דער גרעסטער מושחת במידות און באקומען אלע דיסארדערס צוויי, ווען א מענטש ווערט געהיילט איז דאס זיין קרעדיט און ער באקומט שגר פארן אויסארסעטן זיינע מידות דריי, צו איינער וואס האט א דיסארגער איז כשר לעדות... און דאס מיינט אסאך ווייל אין אלע חלקי השלחן ערוך האבן מיר דיני שוטה, און ווי טוב שרייבט איבער חלק החושן משפט, אויב איינער איז מזיק אויב איז ער א שוטה איז ער פטור
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
איינס האט געשריבן:
איך מיין אז דער רמב״ם שרייבט זייער קלאר וואס כח המתעורר איז והחלק המתעורר - הוא הכח אשר בו ישתוקק האדם לדבר מה, או ימאסהו.ומזה הכח יבואו פעולות הבקשה והבריחה, ובחירת דבר מה או ההתרחקות ממנו,והכעס וההתרצות, והפחד והעוז, והאכזריות והרחמנות, והאהבה והשנאה, והרבה מאלו המקרים הנפשיים. וכלי אלו הכוחות - כל איברי הגוף, ככח היד על התפישה, וכח הרגל על ההליכה, וכח העין על הראיה, וכח הלב על העוז או הפחד. וכן שאר האיברים, הנסתרים והנראים,אמנם הם וכוחותיהם כלים לזה הכח המתעורר.
אײנס מײנסט מיר מיט די תגובה?, איך האב נישט געשריבן אז די אלע זאכן זענען די כח המדמה, די כך המעורר איז ממונה אױף ״ערװעקן״ די געפילן (פשוט אידיש טײטש), און די כך המדמה שטעלט זיך פאר זאכן װאס האבן לאו דוקא אמת אין זיך, און דערפאר שטעלט דאס דער רמב״ם צוזאמען מיט׳ן כח הזן, כלומר אזױװי דאס אפערירט אױטאמאטיש אזױ אױך די כח המדמה,
איינס האט געשריבן:
דער רמב"ם רעדט דאך פון אהבת האם וואס א חיה האט צו איר זון, דאס איז טאקע פון כח המדמה ווייל סאיז נישט קיין געפיל וואס מהאט איינער צום צווייטן נאר אריינגעבויעטע אהבה וואס קומט בטבע.
איך האב נישט געלערנט דברי הרמב"ם וואס דו ברענגסט, אבער איך גלייב נישט אז דער רמב"ם איז כולל אויך א מענטשליכע אהבה אין כח המדמה.
אבער לאמיר דיר דערציילן א מעשה וואס איז היינט פארגעקונמען ביי נונז אין סמעדרעש. יאנקל טרינקט זיין קאפי אין צווישן איין שלינג מיטן צווייטן דערציילט ער פאר נחום, איך האב נעכטן געזעהן ווי א קאר צוקלאפט משה'ן דא אין פראנט פון בית מדרש!. בערל וואס איז געשטאנען אין זייט רופט זיך אן: הייבצעך נישט אן, נישט א קאר האט אים צוקלאפט און נישט אין פראנט פון בית מדרש. די מעשה איז געווען אז א קאר האט צוקלאפט משה'ן אין פראנט פון בית מדרש!
איך לערן בדברי הרמב"ם אז א גוף האט קראנקייטן, און אויך די פסיכאלאגן טענהן אזוי איך זעה בדברי הרמב"ם אז ווען איינער האט נפשיות'דיגע קראנקייטן דאר, ער גיין צו דח רופאי הנפשות, און די טעראפיסטן זאגן אויך אזוי איך זעה דער רמב"ם איז מבאר באריכות גדול וועגן חולי הנפש, און אין די טעראפיסטן שמועסן אויך אויס די אלע זאכן וואס דער רמב"ם שרייבט איבער חולי הנפש און די רשימה איז לאנג
קומט מען טענהן ניין! ביידע רעדן עקזעקטלי די זעלבע שפראך אבער דאס וואס דער רמב"ם מיינט חולי הנפש, דאס איז נישט וואס מרופט היינט חולי הנפש. דאס וואס דער רמב"ם רופט אן כעס דאס איז נישט וואס מרופט היינט אן כעס, און אזוי ווייטער... אלעס כדי צו קענען זאגן אז סאיז נישט תלוי בבחירה, (וואס וויפל איך פארשטיי זענען אפילו די טעראפיסטן נישט אייניג אויף דעם). אין די איראנישע חלק איז אז דער רמב"ם איז מאריך טאקע בענין זה א גאנצן פרק, און מקען נאך זאגן אז ער רעדט נישט פון דעם...
װיפיל טעראפיסטן האסטו שױן געפרעגט אז דו זאגסט אז די טעראפיסטן זענען נישט אײניג אױף דעם? אדרבה, גאנץ טעראפי באשטײט דאך אױף דעם אז דער מענטש ארבעט זיך צו הײלן מיט זײן כח הבחירה, אפי׳ אדיקשאן װאס די עצם קרענק איז אז ער האט פארלױרן די כח הבחירה אױב ער זאל -למשל טרינקען אדער נישט - נוצט ער אױך זײן בחירה דארט װאו ער האלט בוחר צו זײן זיך צו הײלן, אז במשך הזמן זאל ער זײן ביכולת בוחר צו זײן אױף די עצם קרענק, וכל שם וחניכא דאית להו,
איינס האט געשריבן:
און שפעטער שרייבט ער אבל החלק הזן והמדמה - לא יאמר בו לא מעלה ולא פחיתות; אך יאמר: שהוא זן על ישר, או על בילתי ישר, כמו שיאמר איש פלוני עיכולו טוב, או בטל עיכולו; או נפסד דמיונו או הוא מדמה על-ישר - ואין בזה לא מעלה ולא פחיתות
אויב וואלט ער גערעדט איבער מענטל העלט, ווי איז שייך צו זאגן אין בזה לא מעלה ולא פחיתות
לפי קטנות דעתי איז די װארט ״לא יאמר בו לא מעלה ולא פחיתות״ טײטש אז לגבי "די ענינים" װאס דער רמב״ם שרײבט דא אין שמונה פרקים מאכט עס נישט אױס, ס׳אבער זיכער אז ס׳דא אזא זאך בכלל אז די כח המדמה איז קראנק, און די זעלבע בײ פיזישע קרענק, ס׳איז פארשטענדליך אז ס׳דא אזא זאך װאו פיזישע קרענק װען די כח העיכול למשל איז קראנק, נאר מ׳רעדט דא אין די קאנטעקסט פון לעבן באלאנצירט מיט די מדות, לגבי ״די ענינים״ שרײבט דער רמב״ם אז די בײדע חלקים הזן - והמדמה אין בזש מעלה או פחיתות, און דארט (למשל, אן איבערגעטריבענע כח הדמיון) קען ארײנקומען מענטאל דיסארדערס, נאר דא רעדט דער רמב״ם פון אן אנדערע נושא,
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
װיפיל טעראפיסטן האסטו שױן געפרעגט אז דו זאגסט אז די טעראפיסטן זענען נישט אײניג אױף דעם? אדרבה, גאנץ טעראפי באשטײט דאך אױף דעם אז דער מענטש ארבעט זיך צו הײלן מיט זײן כח הבחירה, אפי׳ אדיקשאן װאס די עצם קרענק איז אז ער האט פארלױרן די כח הבחירה אױב ער זאל -למשל טרינקען אדער נישט - נוצט ער אױך זײן בחירה דארט װאו ער האלט בוחר צו זײן זיך צו הײלן, אז במשך הזמן זאל ער זײן ביכולת בוחר צו זײן אױף די עצם קרענק, וכל שם וחניכא דאית להו,
אין נפשי ביי די טעראפיסטן פרעספעקטיוו האבן זיי דארט געשריבן אזוי.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
לפי קטנות דעתי איז די װארט ״לא יאמר בו לא מעלה ולא פחיתות״ טײטש אז לגבי "די ענינים" װאס דער רמב״ם שרײבט דא אין שמונה פרקים מאכט עס נישט אױס, ס׳אבער זיכער אז ס׳דא אזא זאך בכלל אז די כח המדמה איז קראנק, און די זעלבע בײ פיזישע קרענק, ס׳איז פארשטענדליך אז ס׳דא אזא זאך װאו פיזישע קרענק װען די כח העיכול למשל איז קראנק, נאר מ׳רעדט דא אין די קאנטעקסט פון לעבן באלאנצירט מיט די מדות, לגבי ״די ענינים״ שרײבט דער רמב״ם אז די בײדע חלקים הזן - והמדמה אין בזש מעלה או פחיתות, און דארט (למשל, אן איבערגעטריבענע כח הדמיון) קען ארײנקומען מענטאל דיסארדערס, נאר דא רעדט דער רמב״ם פון אן אנדערע נושא,
לאמיר פארשטיין מענטל העלט און אלע דיסארדערס גייען אריין אין כח המדמה, און די גאנצע שמונה פרקים וואס ער רעדט איבער חולי הנפש איז נישט כח המדמה נאר כח המתעורר. זיי מיר מסביר וואס מיינט דער רמב״ם חולי הנפש, רופאי נפשות, זיין גענצע שמועס איבער קראנקייטן אין די מידות פונעם מענטש, וואס מיינט ער אז א מענטש איז עקסטרעים אין די מידות, וואס מיינט ער ווען ער שרייבט אז געוויסע מענטשן זענען נישט וואוסנדיג איבער זייערע נפשיותדיגע קראנקייט?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
איינס האט געשריבן:
איך זעה נישט וואס די חילוק אויב דו רופסט דאס א קרענק וואס איז נישט תלוי בבחירה צו דו רופסט דאס א מדות פראבלעם וואס איז תלוי בבחירה. אויב האלט ער זיך נישט ביים היילן, מאכט ווייניג אויס וויאזוי דו רופסט דאס אן
טא לפי זה פארשטייעך נישט וואס איז דיין ציהל - צו פארשטיין וואס?
צו פארשטיין צו סאיז תלוי אין די אייגענע בחירה
עס איז א קרענק \ מידות פראבלעם וועלכע איז רוב מאל נישט תלוי אין די בחירה פונעם מענטש די עצם זאך דאס אז ער נחלה געווארן - וויבאלד עס קומט רוב מאל א דאנק די אופן ווי אזוי ער איז אויפגעצויגן געווארן אין די אינגע יארן.
עס איז אבער יא תלוי אין די בחירה פונעם מענטש צו גיין צו א רופא נפשות [א ריכטיגע..] וועלעכע זאל אים געבן די כלים ווי אזוי אז מיט זיין 'כוח הבחירה' זאל ער קענען געזונט ווערן. און ווילאנג ער גייט טאקע נישט האט ער טאקע נישט קיין בחירה זיך צו טוישן - פונקט ווי ביי א רופא הגוף, און ווי דער רמב"ם טאקע איז עס מקדים. סוי דאן איז תלוי אין זיין בחירה די עצם זאך אז ער זאל גיין צו א רופא.
איך בין נישט באקאנט מיט די עניני שכר ועונש.. אבער עס איז קלאר תלוי אין די פערזענליכע עבודה פונעם מענטש, און אן דעם - וועט קיינער דעם מענטש נישט קענען העלפן.
איינס האט געשריבן:
דריי, צו איינער וואס האט א דיסארגער איז כשר לעדות
הכל כפי ההלכה, און תשובה העלפט אלעמאל..
איינס האט געשריבן:
און דאס מיינט אסאך ווייל אין אלע חלקי השלחן ערוך האבן מיר דיני שוטה, און ווי טוב שרייבט איבער חלק החושן משפט, אויב איינער איז מזיק אויב איז ער א שוטה איז ער פטור
כנ"ל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אגב, אײנס טײערע כ׳װיל זיך דא בשער בת רבים באדאנקען פאר דיר פארן ארױפרענגען די שמונה פרקים, איך האב דא: https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p2640014געפרעגט אױב מ׳רעדט ערגעץ ספעציפיש פון דעם, און דו האסט דאס ארױפגעברענגט, כ׳פלעג דאס אסאך לערנען און קײנמאל נישט געהאט מיט װעם עס דורכצוטוהן, ועכשיו מצאתי את שאהבה נפשי, דאס - און הלכות דעות - איז דאך אזא װיכטיגע לימוד, הלװאי װען מ׳לערנט דאס אין די מוסדות התורה, מ׳רעדט דאך פון פשוט ״מענטשהײט״ ס׳פאר אלעס,
שטײט אנפאנג תנא דבי אליהו - א באקאנטע זאך, אבער רוב װײסן נישט די מקור - בײ די חטא אדם הראשון, ״ויגרש אותם וכו׳ לשמור את ״דרך״ עץ החײם, ״דרך״ - זו דרך ארץ, ״עץ החײם״ - זו תורה, (דא קומט די באקאנטע מאמר) ״מכאן שדרך ארץ קדמה לתורה״, כ׳האב געטראכט אז מ׳זעהט לױט װיאזױ דער רמב״ם האט אױסגעשטעלט די סדר פון משנה תורה, אז קודם איז ״הלכות יסודי התורה״, װײל אן גלײבן אינעם אײבערשטן הײבט זיך גארנישט אן, אײנמאל מ׳איז א מאמין בה׳ ובתורתו, קומט ״הלכות דעות״, װײל דרך ארץ ״קדמה״ - ס׳איז קודם, פאר אלע אנדערע חלקי התורה, צו צײגן אז ס׳נישט עפעס א דרױסנדיגע זאך פון ״גאָד ביהעיװערס״, נײן, נײן, ס׳איז א חלק פון די חלקי התורה פונקט װי אלע אנדערע - און קומט גאר פריער פון אנדערע חלקי התורה, אז מ׳איז א באלאנצירטע מענטש, יעצט קען מען זיך זעצן לערנען......,
(עײן בדברי הרמב״ם בהקדמה למסכת אבות, ער ברענגט דארט ארױס די נקודה בנועם לשונו הטהור,)
נשמת השכל האט געשריבן:
עס איז א קרענק \ מידות פראבלעםוועלכע איז רוב מאל נישט תלוי אין די בחירה פונעם מענטש די עצם זאך דאס אז ער נחלה געווארן- וויבאלד עס קומט רוב מאל א דאנק די אופן ווי אזוי ער איז אויפגעצויגן געווארן אין די אינגע יארן.
עס איז אבער יא תלוי אין די בחירה פונעם מענטש צו גיין צו א רופא נפשות [א ריכטיגע..] וועלעכע זאל אים געבן די כלים ווי אזוי אז מיט זיין 'כוח הבחירה' זאל ער קענען געזונט ווערן. און ווילאנג ער גייט טאקע נישט האט ער טאקע נישט קיין בחירה זיך צו טוישן - פונקט ווי ביי א רופא הגוף, און ווי דער רמב"ם טאקע איז עס מקדים. סוי דאן איז תלוי אין זיין בחירה די עצם זאך אז ער זאל גיין צו א רופא.
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
אגב, אײנס טײערע כ׳װיל זיך דא בשער בת רבים באדאנקען פאר דיר פארן ארױפרענגען די שמונה פרקים, איך האב דא: https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p2640014געפרעגט אױב מ׳רעדט ערגעץ ספעציפיש פון דעם, און דו האסט דאס ארױפגעברענגט, כ׳פלעג דאס אסאך לערנען און קײנמאל נישט געהאט מיט װעם עס דורכצוטוהן, ועכשיו מצאתי את שאהבה נפשי, דאס - און הלכות דעות - איז דאך אזא װיכטיגע לימוד, הלװאי װען מ׳לערנט דאס אין די מוסדות התורה, מ׳רעדט דאך פון פשוט ״מענטשהײט״ ס׳פאר אלעס,
אויב ווילסטו גרינגער פארשטיין איז דא א גרינגערע תרגום וואס איז מער אויפן היינטיגן לשון קודש די וואס איז געדרוקט אין די גמרות איז פון אבן תיבון, סאיז דא א תרגום פון הרב קאפח וואס איז מער א היינטיגע לשון קודש

גאנצע אכט פרקים האט ער געשריבן. איך קען מאכן א קאפי פעיסט פון די גאנצע טעקסט....
דא האסטו איינס ולא בררתי לך זה, אלא כדי שלא תחשוב את ההזיות, כזבי הוברי השמים, לאמיתיות. כי יאמרו, שרגע הולדת האנשים עושה אותם בעלי מעלה או בעלי פחיתות, והמעשים נגזרים על האיש בעל כורחו.

איך זעה נישט דא קיין סתירה.
אבער לאמיר דיר פרעגן עפעס אנדערש: וואס איז די עומק פון די ענין פון חינוך?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
איינס האט געשריבן:
ליגט מיר נישט אויפן מינוט די הגדרה אדרבה לאמיר הערן
אן קיין הגדרה.
די כוח פון חינוך איז, אז די וועג ווי אזוי מען לערנט אויס א קינד ווי אזוי צו קוקן אויף זאכן \ אויפנעמען זאכן \ שפירן זאכן \ פארשטיין זאכן וכו' וכו', דאס איז די וועג ווי אזוי דער מענטש פארעמט זיך אויס, און לויט וועט זיין זיין וועג פון פונקציאנירן אין אלע זיינע ווערק, און בכדי דאס צו טוישן דארף מען עוקר זיין הרים ומשפיל זיין גבעות וכו'.
נמצא, אז א מענטש וועלעכע ווערט אין זיין חינוך סטעידזש מחונך אויף א אופן וועלעכע איז גורם אז ער זאל טראכטן \ שפירן \ אננעמען \ פארשטיין זאכן אויף א שלעכטע וועג, ווערט דער מענטש אויסגעפארעמט בחינוכו אויף א מהלך וועלעכע איז גורם אז ער זאל ווערן קראנק בנפש.
ניין, ער פארמאגט נישט קיין בחירה אין די וועג ווי אזוי ער זאל נתחנך ווערן, און די דברי הרמב"ם ז"ל איז בכלל נישט לאפוקי דאס. דער רמב"ם רעדט אין פרינציפ אז דער מענטש פארמאגט בשורש אין זיך די כוח פון בוחר זיין, אבער אויב ווערט ער נתחנך אויף א וועג אז ער זאל קראנק ווערן בנפש, דאן פארמאגט ער נישט אויף די מינוט די בחירה זיך צו טוישן - סיידן ער גייט צו א רופא נפשות וועלעכע זאל אים אויסלערנען את הדרך שילך בה ווי אזוי זיך משתמש צו זיין מיט זיין 'נאטורליכע' כוח הבחירה זיך צו טוישן צו גוטן [אזוי ווי דער רמב"ם שטעלט דאס טאקע צו צו א רופא הגוף]. און דאס איז א זאך אויף וועלעכע ער פארמאגט טאקע יא די בחירה - און וואס ער דארף בוחר זיין.