Re: דיסארדער - איז דאס א חולי הגוף אדער א חולי הנפש?
נשמה האט געשריבן: אז מ'וויל דוקא קען מען אפשר יא אריינקוועטשן. חולי נפש מיינט אז די נפש צינד אן כעס דארט וואו עס באלאנגט נישט. כח המדמה מיינט אז די מדמה זעהט פאר זיך א אנדערע וועלט. ער שפיהרט אין די מדמה א אנדערע וועלט, עס דאכט זיך אים א אנדערע וועלט. א וועלט וואס פאדערט ענגזייעטי. די מדמה זעהט פאר זיך אז מענטשן זענען שרעקעדיג און דערפאר האט ער ענגזייעטי. איז דאס א דיסארדער. דער מענטש האט געהאט א שווערע דורכגאנג און זיין כח המדמה האט אנגעהויבן מדמה צו זיין זאכן וואס איז נישט ריאליטעט. ער פיהלט א נישט נארמאלע ריאליטעט. ער האט געהאט א טראומא און זיין כח המדמה איז צעשאקלט.
מ'קען אריינקוועטשן און זאגן אז דער רמב"ם רעדט ווען א מענטש זעהט פאר זיך א נארמאלער וועלט, נאר זיינע מידות צינדן זיך אן נישט ריכטיג, פשוט פון פארנאכלעסיגקייט און געוואוינהייט. אבער צום ביישפיהל א אדיקשאן, אויב די כח המדמה איז חולי רח"ל, איז עס א חולי נפש המדמה, אויב אזוי וואס איז די בחירה?
פארוואס זאל קען מען נישט זאגן אז מענטל דיסארדערס גייט אריין אין די כלל פון חולי אין די מדמה. מ'קען אפשר יא זאגן אז מ'קען אויסהיילן די נפש המדמה. טאקע נישט דירעקט, אבער מ'קען ב"ה. מ'קען מאכן אז עס זאל זיך נישט דאכטן זאכן וואס איז נישט די ריאליטעט. אפשר דורכ'ן אריינקריכן אין די מדמה און אנווייזן די מציאות הדברים. אז עס זאל זיך נישט דאכטן אז דא קומט צו זיין אין כעס.
דאס וואס דער רמב"ם רעדט, רעדט ער פון חולי אין די נפש המתעורר, אדער די נפש המרגיש, אדער אפשר אויך די נפש השכלי. אבער אפשר איז די דיסארדערס אין די מדמה.
כח המדמה שרייבט דאך דער רמב"ם וואס דאס איז
די עצם מציאות אז מקען זיך פארשטעלן זאכן (שטעל דיר פאר א וועלט וואס מקען דיר נישט זאגן שטעל דיר פאר...)
ער טיילט דאך דאס אפ פונעם כח המתעורר און כח השכלי
אין דעם איז טאקע נישט שייך בחירה, פונקט ווי אין כח החש איז נישט שייך בחירה ווייל דאס איז די עצם מהות אז מפילט.
אבער אין דעם כח המתעורר, דהיינו וואס איך זאל טון מיט די 5 חושים און וואס איך זאל טון מיטן כח המדמה דאס איז דאך וואס דער רמב"ם רופט אן חולי הנפש