Re: דיסארדער - איז דאס א חולי הגוף אדער א חולי הנפש?
מיט די פולסטע כבוד פאר פותח, ערלויב איך זיך צו שרייבען די קומענדיגע פאר שורות.
דער גאנצער אשכול שמעקט פון אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו.
איך וויל זעהן א אשכול מיטן קעפל "דעפרעסט פון קינדערלאזיגקייט - קומט עס פון א חסרון אין אמונה וביטחון?", און א גאנצע מאמר מיט לשונות פון די רמב"ם און די חובות הלבבות אז טאמער האט מען די ריכטיגע אמונה און ביטחון וועט מען זיין פרייליך אין יעדער מצב, מיט מעשיות פון גדו"י וואס האבען נישט געהאט קינדער און זיך געשטארקט מיט אמונה.
בכלליות ווענדט זיך אלץ לפי הענין, און עפענען אזא כלליות'דיגער אשכול [וואס דו שרייבסט נישט קלאר אז דו רעדסט נאר פון מילדע קעיסעס אד"ג, נאר אדרבה דו רעדסט דווקא פון אלע סארט מצבים] וואס רעדט צום המון עם (און איז נישט געשריבען בלויז אויף אויפצוקלערען די טעראפיסטען וואס זיי דארפען טאהן אד"ג, נאר שרייבט אויך צו די מענטשען וואס פלאגען זיך רח"ל אליינס מיט גייסטישע יסורים) איז לדעתי שטארק נישט ריכטיג, און שמעקט פון אומסענסיטיווקייט, וואס קומט פון דעם וואס די פותח שליט"א איז ב"ה נישט קלאפיצירט צו עפענען אזא סארט אשכול ווייל ער האט ב"ה נישט אליינס עקספיריענסט קיין [לכה"פ ערענסטע] גייסטישע יסורים.
און איך ווינטש טאקע @איינס אז ער זאל קיינמאל נישט זיין קלאפיצירט צו עפענען אזא סארט אשכול.
נ. ב. דאס האב איך ערשט געשריבען אין די אלגעמיינע אשכול טעב, ושוב ניחמתי עס צו שיקען צו אייך אין אישי, ואוסיף אז ב"ה שוין א שיינע וויילע וואס איך בין אויסגעהיילט, און איך דאווען מער נישט צו שטארבען רח"ל אא"וו, און ממילא בין איך נישט געטשעפעט געווארען דורך דער אשכול, אבער איך האב פראבירט צו מצייר זיין אז איך זעה דער אשכול בימי חליי רח"ל, און ס'וואלט מיר לכאו' וויי געטאן עד דכדוכה של נפש.
דברים קשים איך וועל שפעטער פראבירן (זיך פאר)ענטפערן
איך וויל נאר שרייבן איין נקודה:
דו האסט גענומען די זאך צו א פלאץ ווי כאילו איך באליידיג דא איינעם וואס האט מענטל קרענק, און וויבאלד איך זאג אז סאיז מדות רעות מיינט דאס אז סאיז זיין שילד און ער איז דער וואס ווערט פארסטעמפלט מיט שלעכטע מדות, און ממילא פרעגסטו צו איך וואלט געטון אזאנס מיט די נושא פון קינדערלאזיגקייט.
אבער די אמת איז אז איך האב נישט געשריבן און נישט געמיינט דאס צו ארויס ברענגען. יעצט ווען איך ליין דיינע ווערטער פארשטיי איך פארוואס דו האסט אזוי פארשטאנען, און דאס איז וויבאלד ווען איך שרייב שלעכטע מדות פארט דאס גלייך צו די פלאת וואס די רבי אין חיידער האט געזאגט שלעכטע מדות.
אבער אין אמת איז מדות רעות בכלל נישט קיין פראבלעם, די פראבלעם איז ווען מנעמט נישט קעיר פון דעם, דהיינו אין די תורה ווערט נישט געברענגט אז א מענטש וואס האט שלעכטע מדות איז רשע און שייגעץ, נאר אז איינער וואס ווי דער רמב״ם שטעלט צו דעם פסוק וואס זאגט ״איך ווייס איך בין שלעכט און דאך בשרירות לבי אלך״
איך האב קיינמאל געשריבן אז אויב איינער האט א דיסארדער מיינט דאס אז בשרירות לבי אלך, אדרבה איך ווייס דו קענסט מיין מהלך המחשבה, קוק אין מיינע ארטיקלען וויפל איך פאמפ דאס אז יעדער אין זיין מצב איז גוט, כאטש יעצט אויפן מינוט איז ער נישט גוט אבער וויבאלד ער פארט צום ריכטיגן פלאץ איז דער רצון ה׳ אז יעצט זאל ער דארט זיין.
לעניננו אויך ווען איך שרייב אז איינער וואס האט א דיסארדער אז דאס קומט פון בחירה מיינט דאס נישט אז איך ווייז א באשולדיגונג פינגער פאר ווער סהאט דאס אז דאס איז זיין שילד.
ועל כולם, איך האב געשריבן אנהייב דעם אשכול אז די אשכול איז נאר צו אויסקלארן און נישט אז איך קום דא לייגן אז זאת דעתי וקבלו אותה, אדרבה קוק אריין בדברי הרמב״ם און זאג מיר צו איך טוה טאקע אזא עוולה ווען איך שרייב אזא אשכול.