עניני קו התאריך והמסתעף
פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
די שאלה קען מען פרעגען אן קו התאריך:
מאנטיג ביי נאכט אור לכ''א באדר שרייב איינער א סופר א פרשה פון תפילין אין ירושלים - פרשת קדש.
נאך דעם שרייבט איינער אין באראפארק אדער לאס אנדשלעס והיה כי יביאך.
בא דעם אמעריקאנער סופר איז נאך טאג כ' באדר.
קומט אויס אז די צוויטע פרשה האט מען געשריבען כ' און די ערשטע כא.
אבער אין מציאות האט מען געשריבען די ערשטע פרשה פריער!
קען מען אריילייגען ביידע פרשיות אין די זעלבע תפילין?

- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
ר' אליהו
קענסט פרעגען אויפען זעלבען סופר.
ער שרייבט דריי פרשיות, אויסלאזענדיג די פרשה פון קדש, אויף איין זייט קו התאריך, דערנאך גייט ער אריבער דעם קו וויא עס איז יעצט א טאג פריער, און ער שרייבט דארט די פרשה פון קדש...
עס איז נישט מסתבר צי זאגען אז דאס הייסט כסדרן, דאס זעלבע מיט דיין שאלה, עס איז נישט מסתבר...

the SCY is the limit
לערנענדיג דעם מנחת חינוך אויף די איסור פון 'חדש' איז מיר אויסגעקומען אן אינטערעסאנטער נידון אינעם 'קו התאריך' וואס איך וויל פארלייגען לכבוד חברינו היקרים.
די גמ' אין מנחות זאגט אז בזמן שבהמ"ק היה קיים האט דער הקרבת העמור מתיר געווען חדש, ובזמן שאין ביהמ"ק קיים איז דער עצם היום מתיר (דאס אליינס איז מחלוקה צו 'האיר המזרח' איז מתיר אדער הערשט נאכדעם וואס דער גאנצער יום ט"ז גייט דורך).
זאגט די גמ' איז בזמן שבהמ"ק קיים און מ'האט זיך פארלאזט אויפן עומר וואס האט מתיר געווען, פון וואו האבן די אידן וועלכע זענען נישט געווען אין ירושלים געוואוסט צו מען האט שוין מקריב געווען דעם עומר, איז די גמ' מבאר אז שפעטער ווי חצות האט בי"ד זיך נישט מתעצל געווען בהקרבתה ממילא אזוי ווי עס ווערט חצות קען מען עסן חדש איבעראל בזמן שבהמ"ק היה קיים.
ברענגט דער מנחת חינוך פונעם תוספות יו"ט אויף משניות, אז אנדערש ווי ביי אלע זמנים וואס יעדע מקום גייט ווען דער זמן איז דארט, איז אבער דא אנדערש, וויבאלד דער חצות איז דאך נישט קיין 'זמן' וואס איז מתיר, נאר דאס איז א סימן אז מ'האט שוין מקריב געווען דעם עומר, מוז מען גיין ווען עס איז חצות אין ירושלים, און אפי' די פלעצער ווי עס ווערט חצות נאך איידער עס ווערט חצות אין ירושלים ברויכן אויסווארטן מיט אכילת חדש ביז ווען עס איז חצות אין ירושלים, ווידעראום די פלעצער ווי עס ווערט הערשט חצות שפעטער ברויכן נישט ווארטן אויף חצות.
שפעטער זאגט די גמ' איז ר' יוחנן בן זכאי האט מתקן געווען 'שיהא יום הנף כולו אסור' און די גמ' גייט אריין אינעם טעם, צו דאס איז מכח גזירה וויבאלד מהרה יבנה ביהמ"ק שמא יאמרו אשתקד אכלנו בהאיר המזרח וכו' אדער מדאורייתא ווייל ער גייט בשיטת ר' יהודה אז עצם היום מיינט דער גאנצער טאג און נישט האיר המזרח.
פרעגט דער מנחת חינוך, אז לפי"ד התוי"ט קען זיין אז ר' יוב"ז האט מתקן געווען שיהא יום הנף כולו אסור אפי' בזמן שבהמ"ק היה קיים, און דער טעם איז פשוט ווייל נישט יעדער איז בקי בחכמת התכונה און מען וועט נישט וויסען ווען חצות פאלט אויס אין ירושלים, דערפאר זאל מען מחמיר זיין כל היום מיט חדש, ענטפערט דער מנ"ח אז עכ"פ אין און ארום ירושלים וואלט ער דאך נישט געברויכט גוזר זיין, ממילא זוכט די גמ' אן אנדערען טעם אויף די הלכה פון ר' יוחנן, עכת"ד.
לערנענדיג איז מיר תיכף שווער געווארן על דברי המנ"ח, אויב וואלט מען געזאגט אז דער טעם לאיסור חדש כל יום הנף לשיטת ר' יוחנן בן זכאי, איז מכח לאוו כל אדם בקי בחכמת התכונה און מענטשן פון אנדערע מקומות וועלן נישט וויסען צו אין ירושלים איז נאכנישט חצות ונמצא עוברין על איסור חדש קודם הקרבת העומר, טא אויב אזוי ווער זאגט אז כל יום הנף איז גענונג דאס צו מונע זיין? אפשר איז דא אידן וואס אפי' נאך צאה"כ פון יום ט"ז ביי זיי, איז נאך איידער חצות יום ט"ז אין ירושלים?
איז דאס א הכרח אז דער מנחת חינוך האט אנגענומען אז דער 'קו התאריך' איז נישט מער ווי א פערטל טאג (90 מעלות) פאר ירושלים?

- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31451
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
אחרי שובי ניחמתי, איך האב געשריבן פון זיכרון. כד הוינא טליא, האבעך דורכשטודירט דאס ענין, און קוקט אויס, אויב חזר'ט מעניש, פארגעסט מען.
למעשה האבעך איצט ארויסגענומען דעם ספר 'קו התאריך הישראלי' זעה איך אז למעשה קומט אויס לויט רוב פוסקים - דער חזון איש ביניהם - אז מעלברון איז א מזרח לאנד. דארף מען מברר זיין וואס עס פאסירט אויב פליען זיי קודם לאמיר זאגן קיין אר"י, און זיי איבערנעכטיגן דארט, דאן קיין אמעריקא. אין אזא פאל וועלן זיי נישט האבן קיין שאלה מיט קיין איבריגן טאג.
אין איין ווארט געזאגט, מ'דארף די שאלה טעכניש קענען מסדר זיין, אז מ'זאל נישט האבן קיין צוויי שקיעות, און/אדער מ'זאל נישט פארלירן קיין טאג.

פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
scy4851 האט געשריבן: אין א 'נוטשעל' וויא מעזאגט, די מחלוקות צווישען דער חזון איש מיט 'היומם' פון ר' יחיאל מיכל טוקצינסקי ז"ל
דער חזון איש האט געהאלטען אז דער קו התאריך איז 18 שעה צי מזרח פון ירושלים.
רב טוקצינסקי איז מבאר און זיין ספר אז ירושלים איז אין מיטען און דער קו התאריך איז 12 שעה צי מזרח.
א ברייטערע ביאור קומט בעזה"י
ר' שמחה,
איך האב היינט אינדערפרי איבערגעלרנט פרק י"ג מספר ישראל והזמנים ח"ב להגרי"ד הארפענעס, ער שרייבט אז דער חזון אי"ש האלט אז דער קו התאריך איז 90 מעלות ממזרח ירושלים (6 שעה נישט 18 שעה).
אליהו האט געשריבן: בעל'בתיש וואלט איך געזאגט אז לא נחת להכי
דער יישוב אין זיין צייט איז געווען אין א"י בבל אפשר א ביסל אין הודו,
און אין ארצות המערה מצרים און אייראפע.
וועגען כינע און יאפאן האט מען ניש געזארגט.
קען אויך זיין אז אין יום טוב שני איז שוין דאס אויך באווארנט (וויייל ע"פ רוב האט מען נישט מעבר געווען אדר).
שווער צו זאגען אויף ר' יוחנן בן זכאי, אויפן מנחת חינוך וואלט איך עס געהערט אבער בימיו איז שוין יא געווען די שאלה באקאנט.
סאכדעס,
הגרי"ד הארפענעס רייסט שטארק ארונטער דעם 'קו התאריך הישראלי' אלס אומקראנט.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
מיללער האט געשריבן: ר' שמחה,
איך האב היינט אינדערפרי איבערגעלרנט פרק י"ג מספר ישראל והזמנים ח"ב להגרי"ד הארפענעס, ער שרייבט אז דער חזון אי"ש האלט אז דער קו התאריך איז 90 מעלות ממזרח ירושלים (6 שעה נישט 18 שעה).
ראבאי מיללער
עס איז געווען א טעות הדפוס
זעה דער תגובה
http://www.ivelt.com/forum/index ... ic#p124067
the SCY is the limit
- איך אליין
מהאט ערווענט די תקופה ווען ישיבת מיר האט געוואנדערט פון רוסלאנד און לבסוף איז שאנכיי גיווען א מקום מקלט פאר די בני הישיבה, לגבי יוה"כ האבן זיי אנגעפרעגט ביי די גדולי א"י, ס'באקאנט די לשון פון די טעלעגראם וואס די חזו"א איש האט געשיקט ווי עס ליינט זיך ווי פאלגנד "אכלו ברביעי וצומו בחמישי ואל תחושו לשום דבר" יעדער ווארט איז געמאסטן [כידוע האט די חזו"א גיהאט א פענע איינס אין די וועלט און גיווען בקי בחכמת הדקדוק, אזש אין די א"י יוניווערסיטיס לערנט מען שפראך באזירט אויף מכתבי החזון איש, פארשטייט זיך נישט "נאר" אויף דעם נאר "אויך" אויף דעם],
אכלו ברביעי = כדי לקיים כל האוכל וכו'
וצומו בחמישי = דאס איז די פונדימענט פינעם פסק
ואל תחושו לשום דבר = כלומר אז סנישט דא קיין צד מחמיר זיין
היות די חזו"א איז נאכנישט גיווען פקיעי שמיה אלס פוסק אחרון בענינים אלה האט מען למעשה נישט געפאלגט און מהאט געפאסט מיטוואך עפ"י פסקם פון שאר חכמי א"י, אבער געציילטע בחורים און פרושים האבן מחמיר גיווען לדברי חזו"א,
בנוגע די שמועס פון סאטמר רב אויפן שיף איז כדי צו באמערקן כ'האב גיהערט מבנו של הרב לנדא מו"ץ טאהש ב"פ, וואס ער איז דאן מיטגעפארען אויפן שיף [זייענדיג א בחור הגם סאטמער רב האט נישט געלאזט בחורים פון ישיבה מיטפארען ער האט גילערנט דאן אין סיגעט ביים ברך משה, כפי המונח בזכרוני איז אהרן וועלץ ב"פ אויך מיטגעפארן ער האט אויך גילערנט אין סיגוט], האט ער דערציילט אז ער איז גיווען נוכח בשעת די שמועס, ווי ס'גבליבען דעתו פון סאטמר רב אז ס'נישט מוכרח אז ס'דא א קו התאריך, און דערביי איז גישטאנען ר' סענדער און גארנישט זיך אנגערופען, הרב לאנדוי זעלבסט [א גאר אינטעליגענטע מאן נאך אלס בחור האט ער פריוואט שטודירט בזמן שלא יום ולא לילה] איז עומד ונשתומם גיווען היתכן דער קלוגער ר' סענדער רופט זיך גארנישט אהן ווייל דאס איז ממש אל"ף בי"ת פאר די וואס טוען דערין אז במציאות מוז זיין א קו, ער פערזענליך זייענדיג א בחורל האט מורא גיהאט אריינצופרעגין, [פארשטייט זייך אז די כוונה פון סאטמר דארף א ביאור און סהאט זיכער א ביאור אז אויף א געוויסן קאנצעפט כלפי הלכה רעכנט מען זיך נישט דערמיט וכדומה].

אויף היברו בוקס האב איך יעצט געטראפן א ספר דברי חכמים
[ווארשא תרל"ו] וואס דער מחבר האט צאמגענומען מאמרים פון ר' חיים זעליג סלונימסקי וואס ער האט געשריבען אין 'המגיד' איבער די שאלה פון 'קו התאריך'.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
דער ענגלישע 'משפחה' מעגעזין האט די וואך א בשרייבונג פונען ישוב און מעלבארן אסטראליא
עס ווערט דערמאנט דער רב, ר' אברהם עבר הירשוביץ ז"ל ער איז געווען דארט רב פון שנת תרנ"א ביז תרנ"ד.
און זיין ספר שו"ת בית אברהם געדרוקט און ירושלים און תרס"ח, דער ערשטע תשובה דארט שרייבט ער אז בדידיה הוה עובדא ער איז געפארען בשנת תרנ"דפון סידני אסטראליא קיין סאן פראנסיסקא קאליפארניע מיט א שיף און עס איז אוהם נולד געווארען דער קו התאריך שאלה הלכה למעשה.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=9
עס ווערט דערמאנט דער רב, ר' אברהם עבר הירשוביץ ז"ל ער איז געווען דארט רב פון שנת תרנ"א ביז תרנ"ד.
און זיין ספר שו"ת בית אברהם געדרוקט און ירושלים און תרס"ח, דער ערשטע תשובה דארט שרייבט ער אז בדידיה הוה עובדא ער איז געפארען בשנת תרנ"דפון סידני אסטראליא קיין סאן פראנסיסקא קאליפארניע מיט א שיף און עס איז אוהם נולד געווארען דער קו התאריך שאלה הלכה למעשה.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=9
the SCY is the limit
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
און דעם ירחון 'המאור' שנה א' חוברת ג' איז דא א תשובה פון ר' שלמה זלמן ברוין ז"ל (דאס איז דער בעל המחבר פון שערים מצוינים בהלכה אויף קיצור שלחן ערוך און אויף אסאך מסכת פון ש"ס ) בענין אויב איינער פארט אריבער דעם קו התאריך בין פסח לעצרת און עס איז אוהם צוגעקומען א טאג אדער פארקערט און ער האט פארלוירען א טאג, וואס דארף ער טוהן בענין ספירת העומר.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=10
(אגב און מקראי קודש פון ר' צבי פסח פראנק ז"ל אויף פסח האב איך שוין געזעהן אז ער בארירט דער שאלה)
ר' חיים צימערמאן דער מחבר פון 'אגן הסהר' וואס ווערט דערמאנט און א פריערדיגע תגובה האט אהנגעפאנגען ארויסגעגעבען א ירחון און די תש"י יאהרען בשם 'כרם'
און דעם ערשטען חוברת ברענגט ער דער תשובה און ער באצירט זיך אויף א ראיה וואס הרב ברוין ז"ל ברענגט פון מוסיף זיין נרות שבת אויף די צוויי וואס איז א חיוב צו צינדען.
אונעם אינטערשטען פארעגרעף שרייבט ער מיט א שטיקעל ביטול אקעגען אוהם.

- ביקסאד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע:נעבן סאטמאר
דער חכם צבי אין די תשובות פסק'נט אזוי,אנדי פעטיט האט געשריבן: נו! דאס האט גארנישט מיט אוסטראליע. די בעל שו"ע הרב האלט דאך אז בני חו"ל זענען זיך נוהג אין א"י נאר איין טאג יו"ט, אבער מיר פירן זיך נישט אזוי! רבי משה האלברשטאם זצ"ל האט אבער געהאלטן אז לחומרא מוזן די בני חו"ל לייגן תפילין ביו"ט שני ווען זיי זענען אין א"י.
דער מנחת אלעזר איז נישט געבליבן אין ארץ ישראל אויף שבועות האבן טייל געהאלטן אז עס איז צו-ליב דעם, בזכרוני אז ער שרייבט עפעס דער-פון.
בזכרוני, א מונקאטש'ער תלמיד.scy4851 האט געשריבן: און דעם ירחון 'המאור' שנה א' חוברת ג' איז דא א תשובה פון ר' שלמה זלמן ברוין ז"ל (דאס איז דער בעל המחבר פון שערים מצוינים בהלכה אויף קיצור שלחן ערוך און אויף אסאך מסכת פון ש"ס )
ועמך כולם צדיקים
כ'ווייס נישט צו איך זאל דאס שרייבען, מחמת ס'זעט מיר אויס ווי איך גיי אנטקעגן די שטרום, אבער היות כ'האב דאס געהערט פון הבקי ובעל מקור מוסמך הרה"ג רבי בערל שווארץ שליט"א, אז רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט בכלל נישט געהאלטן פונעם גאנצען קו התאריך, פאר א שמועס איז דאס גאנץ גוט, אבער ס' האט גארנישט מיט הלכה למעשהו. כ'בין נישט אריין באריכות מיט איהם דערוועגן, אבער כ'האב איהם נאר געפרעגט אויף דעם וואס רבי סענדר דייטש האט געשריבען בספרו, האט ער מיר געענפערט אויף צום ליינען איז דאס גוט, אבער ביי דער רבי זעלבסט איז דער גאנצע קו התאריך געוועהן בבחינת לא היה ולא נברא.
ע"כ שמעתי ממנו.
ע"כ שמעתי ממנו.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
וואס הייסט "נישט געמאכט קיין וועזען דערפון"
די ראשונים, דער בעל המאור, דער ראב"ד, דער כוזרי, וכו' זענען געווען ביזי מיט דער שאלה
די אחרונים, ספעציעל די לעצטע אחרונים פונעם לעצטען דור, זענען געווען ביזי מיט דער שאלה.
און איך דארף גלייבען אז פארען רבי'ן זי"ע, דער שר התורה, פאר אוהם איז דער גאנצע עסק נישט אהנגעגאנגען?!?!?!