@עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

עומד מן הצד האט געשריבן: מ'ברויך זיך צוזאמקלויבן, און ארויסשטעלן די פרישע ליסטע בעז''ה.

מיין ברודערס ברודער האט מיר געזאגט אז ער האט פראטעקציע ביי @עומד'ל, סא פשטות האט ער מיר שוין אריינגעווישט אינעם ליסט,
אויב איז ער נישט אנגעקומען מיר אריינצולייגן דאן ביטע שטופ מיר אריין אין דעם ווארט-ליסטע.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4104
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

א נייניקל האט געשריבן:
טעמטי האט געשריבן: נישט יעי...

אפשר דאך

כאב אן אייגענע מיינונג! נישט אינישט!

לערענץ ענק אפ פומיר.

-----
איינעמס ברודערס ברודער האקט מיט פראטעקציע.
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

טעמטי האט געשריבן: איינעמסברודערס ברודער האקט מיט פראטעקציע.

רעדט צום שווער און מיינט דעם שוויגער!
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

ס'האט זיך מיר פארבענקט....
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

איך בין רעדי פאר א פרישע.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2383
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע:ביי די ארבעט

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

עומד מן הצד האט געשריבן: ס'האט זיך מיר פארבענקט....

All in! רעדי פאר די נעקסט
אזוי זאג איךמיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3805
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

עומד מן הצד האט געשריבן: ס'האט זיך מיר פארבענקט....

נא טו עפעס דערצו
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

עומד מן הצד האט געשריבן: ס'האט זיך מיר פארבענקט....

איים אין פירסט קאם
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5077
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

עומד מן הצד האט געשריבן: ס'האט זיך מיר פארבענקט....

מירויך
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3524
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

שפיצער האט געשריבן:
שפיצער האט געשריבן: עומד מן הצד:
עומד'ל אדער ווי מהאט אים א נאמען געגעבן ביין ברית "עומד בן *** איז פון געבורט אן געוועזן א לעכטיג באחנ'ט יונגעל .
דער סנדק ביים ברית, א חשובער עלטערער רב, האט זיך לפי השמועה אויסגעדריקט פארן גליקליכן פאטער בהאי לישנא:
אזא לעכטיג צורה איז א זעלטנהייט בימינו אלה.
עומד'לס פאטער האט מקפיד געווען צו אויפגעבן דייקא א אפגרעידעד מעניו ביים ברית מיט בהמה פלייש, זייענדיג דאס בכור זיינעם, הגם די פינאנצן איז פונקט נישט געווען אזוי אין דער ארדענונג דעמאלטס האט ער זיך ממש אנגעשטרענגט אז סזאל זיין גאר לייטיש צוגעשטעלט.
(באמת פארדינט עומדלס פאטער א באזונדערע פראפייל ועוד חזון למועד).
עומדל קינדערישע יארן:
עומד'לס פאטער שיקט די קינדער אין די בעסטע מוסד פון שטאט, שטייטזיך אז עומד'ל פלייסט זיך גאר שטארק אין די לימודים, דער חדר ווי עומדל לערנט איז דווקא א קלענערע מוסד ווי מגיבט זיך מער אפ מיט די תלמידים
דאס איז אבער דער גורם אז עומדל וואקסט אויף מיט א געוויסע קאמפלעקס אז ביי זיי אין די פאמיליע איז מען מיט א קאפ העכער ווי די אלגעמיינע המון עם
שבת למשל ווען עומדל טרעפט זיך מיט חברים אין שוהל שטייט ער אפט אויס טשעפערייען: אה דא האסטי דעם אויבערחכם וכו
איין יונגעל צ.ב.ש. האט ממש גענומען פאר זיך א הייליגע מיסיע צו דערקוטשען עומדל די יארן און נישט אויסגעלאזט קיין געלעגנהייט צו טשעפען אונזער באליבטער עומדל, ער פלעג למשל בקביעות שטיין אונטער עומדל אין סמעדריש און ווען ערט געזעהן אז עומדל גרייט זיך צו זעצן האט ער געגעבן א שלעפ ארויס ס'בענקל פון הינטער אים וכ'ו .
-
עומדל וואקסט אונטער:
בערך ביי די 11 יאר האט דער קליינער מוסד'ל פון עומד'ל זיך פארמאכט אויף שטענדיג
סאיז געווען דעמאלטס וואס דער פאטער זיינע האט אים בלית ברירה אריינגעלייגט אין די גרויסע שטאטישע מוסד, נישט איידער דער טאטע האט געהאט א לאנגן ערנסטן שמועס מיט עומדל ווי ער האט אים געגעבן שטארקע דברי הדרכה (מער איבער דעם אין דער פאטער'ס פראפייל )
ערגעץ צווישן כיתה ח און ט איז ארויסגעוואקסן א קליינטשיג וואנצעלע אויף עומדל'ס בחנ"ט בעקלע
אינאיינעם מיטן וואנץ איז פלוצלינג מיטגעקומען א שטארקע דאזע קאנפידענס אין עומד'ל .
-
-המשך איבער די שטורמישע בחורישע יארן וועט נאכפאלגען בל"נ-

-עומדל'ס בחורישע יארן-
מיר פאנטאזירן...

עומד'לס בר מצווה איז אפגעראכטן געווארן אויף א באשיידענע פארנעם.
ביי די בר מצווה האט עומד איבערראשט די פארזאמלטע ווען ער האט אפגעזאגט ס'גאנצע פשטל אין די סוגיא פון כבתה.
די פשטל וואס חתן דנן האט אליין מחדש געווען איז געווען זעהר שטארק געבויט און ס'האט גוט אריינגעפאסט מיט די חנוכה טעג ווען די בר מצווה איז אויסגעפאלן.

איין פעטער וואס האט נאכאנאנד פרובירט אריינצוזינגען "ואמר כל העם וכ'ו" האט ענדליך אויפגעגעבן: "דער קליינער זאל נאר נוצן די עקשנות פאר ערליכע זאכענעס" האט יענע פעטער געזאגט ווען ער לעקט אפ די הענט פון די אויליגע שניצל.
אויפן וועג אהיים פון די בר מצווה האט א עמאציניאלער טאטע געגעבן פארן זוהן א לעדערנע אגרת הרמבן: קינד מיינס נעם דיך אונטער צו לערנען יעדן טאג די הייליגע רייד.

ישיבה קטנה איז חתן דנן אריין אין א ישיבה פון געקליבענע מציונים.
עומד'ל איז געווען די סארט בחור'ל וואס מגי'ש גלייכן,
ער קאנעקט מיט די מהלך פונעם פארלערנער פון דעי וואן, לאזט איבער די שווערע קשיות פאר נאכן שיעור נישט צו שטערן די גאנג פונעם סוגיא.

צווישן חבירים איז עומד'ל אויך זייער פאפולער ער האלט זיך פונקט גענוג גרויס אז ער ווייסט זיין שטאנד און גענוג קליין אז ביי צווייטע חבירים זאל אים פאסן צו לערנען מיט די בינוני בחור.

אויב א נאוועל שרייבער ווי יאיר וויינשטאק אדער חיים גרינבוים וואלטן פראפילירט עומד'ן וואלט ער לכאורה אויסגעקומען א קאמבינאציע פון נתן קאהן/מנחם שווארץ.

-המשך איבער עומד'לס ישיבה גדולה יארן יבא-

#גארנישט פערזענליך, הוילע פאנטאזיעס.
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4980
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

עומד מן הצד האט געשריבן: ס'האט זיך מיר פארבענקט....

אם תעירו וכו' עד שתחפץ... מאך שנעל א כלי מחזיק ברכה פון דיין התעוררות יעצט און געב אונז צו לעזן אביסל פון דיין געבענטשע פענע..
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

Masmid האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן: ס'האט זיך מיר פארבענקט....

אם תעירו וכו' עד שתחפץ... מאך שנעל א כלי מחזיק ברכה פון דיין התעוררות יעצט און געב אונז צו לעזן אביסל פון דיין געבענטשע פענע..

זאגסטעך זייער גוט... מ'עט טוען דערון בעז''ה... האפענטליך בקרוב ממש...
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

שפיצער.. גיימיר שוין ליינען מיט יישב הדעת... דערנאך עמער מגיב זיין בעז''ה...
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע:אין מוח

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

איך קען מיך אויך שטעלן אין די רייע, @עומד?
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

שפיצער האט געשריבן:
יעצט עמער גיין מגיב זיין.. שוין טאקע אביסעלע שפעט.. נו לאמיר זעהן..
עומד'לס בר מצווה איז אפגעראכטן געווארן אויף א באשיידענע פארנעם.

יאפ.. גאר א באשיידענער פארנעם, ממש דאס פשוט'סטע וואס שייך.. אז כ'על זאגן אז כ'בין געגאנגען מיט א פעלטי הוט, איז עס גארנישט איבערגעטריבן.. ממש פשוט פשוט...
ביי די בר מצווה האט עומד איבערראשט די פארזאמלטע ווען ער האט אפגעזאגט ס'גאנצע פשטל אין די סוגיא פון כבתה.

ממש נישט.. כ'האב געהאט קאשמארן פון זאגן דעם פשעטל.. דערמאמעך ניש ביטע...
די פשטל וואס חתן דנן האט אליין מחדש געווען איז געווען זעהר שטארק געבויט און ס'האט גוט אריינגעפאסט מיט די חנוכה טעג ווען די בר מצווה איז אויסגעפאלן.

טאקע געווען שטארק געבויעט און טאקע גוט אריינגעמעטשט מיט די זמן, אבער נישט חנוכה נאר טאקע בימי הספירה איז עס אויסגעפאלן.. געווען א הערליך פשט'ל בעניני ספירת העומר..

איין פעטער וואס האט נאכאנאנד פרובירט אריינצוזינגען "ואמר כל העם וכ'ו" האט ענדליך אויפגעגעבן: "דער קליינער זאל נאר נוצן די עקשנות פאר ערליכע זאכענעס" האט יענע פעטער געזאגט ווען ער לעקט אפ די הענט פון די אויליגע שניצל.

עטליכע פון מיינע פעטער'ס גלייכן שטארק שניצל.. סאו ס'וואלט גוט אריינגעפאסט דארט... ווי זאגן די חברה.. ''כ'ווייס נישט אויב ס'איז במציאות געשעהן, אבער ס'וואלט זיכער געקענט זיין''...
אויפן וועג אהיים פון די בר מצווה האט א עמאציניאלער טאטע געגעבן פארן זוהן א לעדערנע אגרת הרמבן: קינד מיינס נעם דיך אונטער צו לערנען יעדן טאג די הייליגע רייד.

שוין... דאסי שוין פריוואט...

ישיבה קטנה איז חתן דנן אריין אין א ישיבה פון געקליבענע מציונים.

ממש נישט.. געלערנט אייביג אין די קאפאני ישיבה... קיינמאל אפילו נישט גע'חלומ'ט פון עפעס העכער'ס...
עומד'ל איז געווען די סארט בחור'ל וואס מגי'ש גלייכן,
ער קאנעקט מיט די מהלך פונעם פארלערנער פון דעי וואן, לאזט איבער די שווערע קשיות פאר נאכן שיעור נישט צו שטערן די גאנג פונעם סוגיא.

:oops::oops:אקעי.. דאס האצעך שוין געווענדט אין מיין געדולד צו כ'בין געווען גרייט זיך מעמיק צו זיין אינעם סוגיא....

צווישן חבירים איז עומד'ל אויך זייער פאפולער ער האלט זיך פונקט גענוג גרויס אז ער ווייסט זיין שטאנד און גענוג קליין אז ביי צווייטע חבירים זאל אים פאסן צו לערנען מיט די בינוני בחור.

עהה... עההם... כ'ווייס... עפעס זאגסטע... כ'קען עס נישט באשטעטיגן גענוי... פאפולער ווייסעך נישט ווי ווייט... אבער די זאגסט דעפענעטלי עפעס....
אויב א נאוועל שרייבער ווי יאיר וויינשטאק אדער חיים גרינבוים וואלטן פראפילירט עומד'ן וואלט ער לכאורה אויסגעקומען א קאמבינאציע פון נתן קאהן/מנחם שווארץ.

קענעך נישט דעי חברה.. אבער כ'גלייב דיר אויפן ווארט....

-המשך איבער עומד'לס ישיבה גדולה יארן יבא-

מ'ווארט מיר געשפאנט....

#גארנישט פערזענליך, הוילע פאנטאזיעס.

נו וודאי אזוי... פון דעם רעדטמעדעך...

ש'כח @שפיצער.. א מאסיווע ארבעט אריינגעלייגט...

אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

בעסער אזוי האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן: טאקע אינטערסאנט...

געווענליך טאקע שרייבעך נישט פארדעם... אבער ביי בעסי האט מען געניצט אביסל מער מחשבה... און בשעת'ן טראכטן איז מיר גרינגער צו שרייבן...

VIP Service

בעסי... ווי ביסטע אויף דער וועלט?... זאג, די ביסט נאך בעלמא הדין?... שוין לאנג נישט געהערט פון דיר...

אלענפאלס, האמיר היינט אנגעהויבן אויפטייפן דיין דיסקריפציע, יענער צעטל איז שוין לאנג רעפארמירט געווארן, מ'טייפט און מ'טייפט און מ'קען נישט אויפהערן טייפן, יעדע מינוט קומט מיר צו פרישע חידושים... סטעי טונד... מארגן וועט עס בעז''ה ארויפגיין...

בעסי.. ווייז מיר כאטש אז די ביסט דא... ענטפער מיך עפעס... מ'בענק מיר זיך שטארק נאך דיר..
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5143
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אה מיי, נתן קאהן...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8526
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

עומד מן הצד האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן: לויט מיין פאנטאזיע איז 'אונגארישער' נישט אונטער די פופציג.


נו, גילוי!

---

עומד, איך מוז זיך באקענען מיט דיר, קום מארגן צום חק שיעור אין פאליש 6 אזייגער פארטאגס, איך בין די דריטע איד פון לינקס פארנט פונעם באלעמער (יא יא, דער מיט די גלעזער אויפן שפיץ נאז).

יישר כח

זאג מיר נישט אז די ביסט ר' לייבל'ע קארפען?


ר' לייבעלע איז שוין נישטא, זעהסטו שוין אז נישט איך בין עס.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

עומד מן הצד האט געשריבן: בעסי... ווי ביסטע אויף דער וועלט?... זאג, די ביסט נאך בעלמא הדין?... שוין לאנג נישט געהערט פון דיר...

אלענפאלס, האמיר היינט אנגעהויבן אויפטייפן דיין דיסקריפציע, יענער צעטל איז שוין לאנג רעפארמירט געווארן, מ'טייפט און מ'טייפט און מ'קען נישט אויפהערן טייפן, יעדע מינוט קומט מיר צו פרישע חידושים... סטעי טונד... מארגן וועט עס בעז''ה ארויפגיין...

בעסי.. ווייז מיר כאטש אז די ביסט דא... ענטפער מיך עפעס... מ'בענק מיר זיך שטארק נאך דיר..

מזעמיר געהעריג דא

מיר ווארטן מיט שפאנונג
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בעסער אזוי האט געשריבן: מזעמיר געהעריג דא

א גראבער ליגנט דאס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

בעסער אזוי האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן: טאקע אינטערסאנט...

געווענליך טאקע שרייבעך נישט פארדעם... אבער ביי בעסי האט מען געניצט אביסל מער מחשבה... און בשעת'ן טראכטן איז מיר גרינגער צו שרייבן...

VIP Service

איי וויי וויי.... און דאס איז שוין VIP...

בעסער אזוי:

אין א קליין הייזקעלע אין צענטער פון שטאט וואוינט זיך א באשיידענע ערליכע פאמיליע, נוח למקום ולבריות, שמם הטוב הולך לפניהם... דאס גאנצע ארום, אלע שכינים פון נאנט און פון ווייט, ווייסן צו זאגן אז ביי משפחת ******, קען מען אייביג בארגן א פלעשל מילך, אדער א דאזען אייער.. און ווי אויך וועלן זיי אייביג גרייט זיין אוועקצושיקן א מיידעלע פון שטוב זאל גיין בעביסיטן דעם שכן... ''קע''ה, כ'האב ב''ה גענג העלפ ביי מיר אין שטוב.. ס'מיר א זכי' אז מיינע קינדער קענען טוען מצות און העלפן אנדערע'' וועט זיך בעסרל'ס מאמע כסדר אויסדרוקן מיט א זעלטענע רואיגקייט און פריינטליכקייט...

און טאקע אין אט דער פאמאליע איז בעסער'ל אויפגעוואקסן און ערצויגן געווארן, און גאר געבוירן געווארן אלץ דער בכור, וואס מיט איהם האט זיך אנגעהויבן ציען ווייטער דאס תמימות און ישרות וואס איז געווען ווי אריינגעבויעט ביי זיי אינדערהיים...

דער טאטע זיינער איז טאקע געווען א זעלטן תמימות'דיגער בעה''ב, עוסק געווען על המחי' ועל הכלכלה מיט'ן גרעסטן ערליכקייט און איידעלקייט וואס נאר שייך, ער האט נישט געהאט קיין גרויסע השגות, שוין אפגערעדט בגשמיות.. נאר אפי' ברוחניות, ער האט פרובירט דאס בעסטע וואס ער האט געוואוסט און פארשטאנען, און ווי אויך האט ער פרובירט מיט אלע כוחות מחנך צו זיין דעם קליין בעסי וואס דאס מח זיינער איז איהם אלץ פאראויסגעלאפן מיט א 2 3 מינוט...

ס'געווען א נארמאלער ערשיינונג צו זעהן בעסי'ן אריינרארלן אין ביהמ''ד פארסאפאטערהייט, ווען פון אונטער איהם שלעפט זיך נאך מיט אזוינע קצת שנעלע טריט דער פאטער זיינער, וואס האט פיינעלי געענדיגט דעם קעטש שפיל ביי די טויערן פונעם ביהמ''ד... און נאך פאר וואס ווען איז שוין מעכי פארנומען געווארן מיט עפעס פיבערהאפטיג'ס, און זיך געטראפן אינעם צענטער פונעם קופקע מיט זיינע רויטע פלאמעדיגע בעקעלעך וואס זענען איהם טיילווייז באדעקט געווען פון זיינע פייער רויטע שפרונגעדיגע פיאה'לעך...

געווען איז ער אלץ פון די סארט אינגעלעך וואס האבן זיכער געמאכט אז דער משמש שענקט איהם עפעס ספעציעלע אויפמערקזאמקייט.. דאס פשוט'ער שאקל מיט'ן קאפ וואס יעדעס אינגעלע באקומט פונעם משמש ווען דער טאטע גייט צו זאגן ''גוט שבת'', איז איהם נישט גענוג געווען... צומאל האט ער אויפגעפיקט די אטענשאן ווען ער האט געשיקט דעם קליינעם מעכי זאל בעטן א צווייטע לאלי פאפ פונעם קענדי מענטש, און ווי נאר דער גוטהארציגער משמש האט באמערקט דעם קריים איז ער תיכף צוגעקומען שאקעלנדיג איינס בעפאר די מיטעלסטע פינגער ימין ושמאל, וועלנדיג זאפארט אפשטעלן די גניבה און ברענגען די קעיס צו גרעכטיגקייט... ווער געדענקט דעניש ווען בעסי האט מכבד געווען דעם קליינעם פאלעקס זאל איהם געבן א פרי טואר מיט'ן וועגעלע וואס דער ספרים פאקער ניצט מסדר צו זיין די ספרים אין ביהמ''ד...

בקיצור... דער בעסי איז געווען קע''ה א לעבעדיג קינד.. אדער ווי מ'רופט עס ביינונז ''א געזונט קינד קע''ה''... און האט גאר באקוועם און גוטמוטיג געריטן אויף דאס תמימות און באשיידענקייט פונעם טאטע'ן זיינער...

ווען בעסי איז אונטערגעוואקסן, האט זיך איהם דאס רעדל אביסעל ארומגעדרייט, די קאפלעקס און הרגשים האבן זיך איהם אנגעהויבן דעוועלעפן, און פונעם קליינעם לעכטיגן זארגלאזער בעסי איז אויסגעוואקסן אן הויעכער רויטליכער פארמאכטער בחור, וואס האט ביי זיך אין קאנטע גאנצעטע טיפע חשבונות און מגילות אויף יעדער וואס טוישט נאר אמאל א ווארט מיט איהם....

גאנץ פלייסיג געלערנט, און אזוי ווי ער האט דאך געהאט גאנץ א פיין קעפל אויכעט, האט דאס איהם געגעבן א פיינע נאמען אין ישיבה... זיינע חברים האבן הנאה געהאט פון איהם טראץ זיינע טיפע הרגשים וואס האט איהם צומאל געקענט מאכן אויסקוקן היפש קאמפלאצירט... זיינע נאנטע חברים אידאך אפגערעדט אז מיט זיי האט ער געקענט פארברענגען שעות רצופות שמוסענדיג פון אלץ און אלעם, ווייל מיט זיי איז ער דאך געווען אפען מיט זיינע מחשבות, און אדרבא.. דארט האט ער געטראפן א גוט מקום ווי ארויסצורעדן זיינע אלע שלעכטע הרגשים און קאפלעקס'ן וואס האבן זיך איהם געבויעט משכ'ן טאג...

אבער אז מ'מאכט דעם ס''ה.. זעהט מען אז נאך אלעם איז זיין פעיווארעט טאפיק אייביג געווען ''פאליטיק''... איי איי איי... ווען מ'טראכט נאר צוריק און מ'דערמאנט זיך וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן אן עלעקשאן דעי אין ישיבה.. בעסי האט זיך ארומגעדרייט פאר'שיכור'ט, ער האט זיך נישט אפגעהאלטן פון אפען ארויסווייזן זיין שנאה צו יעדער וואס האט נאר געטראכט אז אבאמא וועט אווערפעפארמען ראמני און וועט געווינען ריעלעקשאן... כאטש וואס געווענליך האט ער זיך נישט געזיכט צופיל צו האבן מיט די געזעלשאפט, ווייל ווי געזאגט האט עס איהם אריינגעשלעפט און קאמפלאצירטע מחשבות און הרגשים מיט וואס ער איז נישט געווען אזוי באקוועם זיך צו טרעפן, איז אבער אלעס פארשוואונדען געווארן ווען ס'געקומען צו פאליטיק... בעסי איז געשווימען דערון און פארציקט יעדעם וואס איז איהם געשטאנען אין וועג אוואו דער קראקאדייל וואס זיצט און הויערט נאך זיין קרבן דארט בחוף הים...

בדרך כלל פרובירט ער צו זיין נזהר בכבוד חברים, ער פרובירט טראכטן פון יענעם דאס מערסטע וואס שייך... אבער אויב וועט זיך איהם מאכן בשוגג צו באונס אז ער וועט א פליק טאן א צווייטן, וועט איהם שויניש פאסן איבערצובעטן, נאר ער וועט ליבערשט צוגיין מיט ברייט פארשפרייטע לעפצן אנכאפענדיג די שפיץ פון יענעמ'ס הויקער, און וועט זאגן ''כ'האף האסטעך נישט באליידיגט... כ'אגאניש געמיינט...'' ( אנטשולדיגט!... דאס האסטע געברויכט טראכטן איידער די האסטעך געעפענט דיין גרויס מאל... די מיינסט טאקע יענער האט דיר מוחל געווען דזשאסט ביקאס די האסט זיך באוואוזען צונעם מיט דיינע געלע ציין און א שמייכל געטאן?... זיי מוחל גיי בעט איהם איבער כדת של תורה, און זייזעך מקבל על העתיד א קבלה טובה צו טראכטן בעפאר א דיבור גייט ארויס פון מויל... א דיבור קעמען נישט צוריקציען!... איימסארי... כ'אגאניש געמיינט... )

ער לעבט מיט עפעס א געוויסע רואיגקייט אז ער איז אין קאנטראל אויף זיך... און ווי ער דרוקט זיך אויס כסדר ''כ'בין עפעס היינט געבוירן געווארן?..'', אדער ''מיר וועסטע נישט פארקויפן דיין גארביטש, זיך דיר ביטע א צווייטן...'', און דאס קומט אלץ תוצאה פון זיין זעלטענע בטחון וואס ער האט אין זיך אליינס, וואס האט זיך איהם מעגליך אויפגעבויעט דורכאויס די ישיבה יארן ווען ער האט אזויפיל זיך גערעגט אויף די וועלט, ביז ער איז געקומען צום החלטה אז ס'פשוט נישטא קיין צווייטע ברירה נאר זיך אליינס אוועקשטעלן און אליינס טאן וואס מ'האט צו טאן...

אזוי אויך וועט ער זיך שפירן כסדר ווי זיינע ארומיגע גלייכן איהם עפעס אויסטערליש שטארק, און יעדער איז אייביג גרייט צו הערן פון איהם עצה ותושי'... כאטש וואס ער פאר זיך וועט קיינמאל מקבל זיין פון יענעם... גראדע... וועט ער יא געבן א געוויסע אימפרעשאן אויסערליך ווי כאילו ער הערט אויס יעדעם, אבער ביי זיך אין הארץ וועט אלעס זיין מופרך מעיקרא, און דאס גאנצע אויסהערן יענעם אידאך אויך נאר א תוצאה פון דאס שטארקע נאמנות וואס ער האט אין זיך, טראכטענדיג, אז אויב וועל איך איהם אויסהערן וועטעך עס יענעם געבן א גוטע געפיל... נו... וואס טוט מעניש מחי' צו זיין א איד...

אבער דאס איז אלעס געזאגט געווארן ווען ס'קומט צו פריוואטע ענינים, א שטייגער ווי שלום בית/ביזנעס/ אידישקייט וכדו', אבער ווען ס'קומט סתם צו פארברענגען און קוואקענען וועט בעסי זיין די בעסטע אדרעסס... כהיום האט ער זיך שוין אויסגעלערנט זיך נישט צו צוטוען מאכן פון יענעם... ער האט שוין לאנג אויפגעגעבן און פארברענט די גרויסע מגילות און חשבונות וואס פלעגט איהם זיין חרות על ליבו... ער איז ווייט נישט פון דעי וואס פארגינען זיך נישט דעם טאג, ער פארשטייט גוט חובתו בעולמו, און אזוי אויך פארשטייט ער גוט אז א מענטש האט די רעכט און דארף זיך כסדר אויסבלאזן און הנאה האבן כ''ז מ'טוט נישט קיין עבירות חלילה...

ווי געזאגט איז זיין שמחת החיים עפעס נעקסט לעוול... ער לעבט און מאכט מטעמים מיט וואס נאר שייך.. צו זאל עס זיין א שטיקל היסטאריע פון וואשינגטאן וויאזוי ער האט באזיגט די בריטישע.. אדער גאר א שווער שטיקל תוס' אין מס' יבמות, וואס דאן וועט דער פוקידי ה' ישרים משמחי לב ארויסקומען במלוא מובן המילה... אלץ תוצאה דערפון וועט ער קענען שנעל מאכן טעותים, און אזוי אויך געבן שנעלע און ווילדע מאוו'ס, ס'געווען א ווייטאג צוצוקוקן יענעם אינדערפרי ווען בעסי האט אריינשפאצירט מיט'ן נייעם ביבער הוט אין ביהמ''ד, און אזוי בינו לבינו זיך טענה'נדיג איבער א שווער שטיקל פמ''ג, האט זיך איהם דאס קאווע אויסגעגאסן טאקע גראד סמוך ונראה צום הוט, און מיט א שנעלקייט זיך צופירט און אינוואדירט די פילצאליגע פראכטפולע הארעלעך וואס זענען נאך אקאורשט געשטאנען בקומה זקופה בעדקנדיג דעם גאנצן הוט מיט אזא סאמעטענעם גלאנץ....

אויבענאויף קוקט אויס אז בעסי איז א געשמאקע סוקסעספולע 6'ער וואס האט נאך א היפש ביסל צו ארבעטן און זיך אויסבעסערן....

אויסזעהן:

אין די מיטעלע צוואנציגער יארן, ווי געזאגט איז ער א שטארק רויטער, און פארשטייט זיך אז דאס בארדע איז איהם אויך נישט פארשוינט געווארן, און ס'האלט איהם טאקע איצט אינמיטן ארויסשפראצן א הערליך קאליר רויט בארד... כאטש וואס ער איז ווייט פון סיסטעמאטיש, וועט ער אבער יא געבן א אויסערליכע אויסזעהן ווי א היפש צוזאמגענומענער מענטש... זיינע קליינע סלינקי פיאה'לעך וועט ער כסדר פרובירן שלעפן אויף אראפ מיט'ן האפענונג אז מיט דעם וועט ער באוועגן דעם סלינקי ער זאל אויפהערן אזויפיל ארומשפרינגען און זיך אביסל אויסגראדן און עטוואס מער באדעקן די היפש פולע רויטליכע באקן... אבער צום באדויערן, וויפיל ער פרובירט און ס'דאכצעך איהם שוין אפילו צומאל סוף טאג אז ער האט עטוואס געווינען און אביסל אראפגעברענגט דעם שפריגענדיגן פראדוקט, וועט ער אבער דעם נעקסטן אינדערפרי צוריק אויפשטיין צום פאקט אז במשכ'ן נאכט האט זיך אלעס צוריקגעשטעלט און פארקריפלט כדמיעקרא...... ליצנות אין א זייט געלייגט... בעסי איז פון אונזערע טייערער סאטמערע אינגעלייט.. אזוינס וואס די רבי ז''ל וואלט אנגערופן בימיו ''מיינע ערליכע בעלי בתים''...

גארנישט פערזענליך, ס'איז אלץ הוילע פאנטאזיע'ס ממש.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

:lol::lol::lol::lol::lol::lol:;l;p-

א פולע רעספאנס וועט נאכפאלגן...
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

עומד מן הצד האט געשריבן: איי וויי וויי.... און דאס איז שוין VIP...

בעסער אזוי:

אין א קליין הייזקעלע אין צענטער פון שטאט וואוינט זיך א באשיידענע ערליכע פאמיליע, נוח למקום ולבריות, שמם הטוב הולך לפניהם... דאס גאנצע ארום, אלע שכינים פון נאנט און פון ווייט, ווייסן צו זאגן אז ביי משפחת ******, קען מען אייביג בארגן א פלעשל מילך, אדער א דאזען אייער.. און ווי אויך וועלן זיי אייביג גרייט זיין אוועקצושיקן א מיידעלע פון שטוב זאל גיין בעביסיטן דעם שכן... ''קע''ה, כ'האב ב''ה גענג העלפ ביי מיר אין שטוב.. ס'מיר א זכי' אז מיינע קינדער קענען טוען מצות און העלפן אנדערע'' וועט זיך בעסרל'ס מאמע כסדר אויסדרוקן מיט א זעלטענע רואיגקייט און פריינטליכקייט...

יא, מיין מאמע איז א צדיקת אין פולן זין פון ווארט

און טאקע אין אט דער פאמאליע איז בעסער'ל אויפגעוואקסן און ערצויגן געווארן, און גאר געבוירן געווארן אלץ דער בכור, וואס מיט איהם האט זיך אנגעהויבן ציען ווייטער דאס תמימות און ישרות וואס איז געווען ווי אריינגעבויעט ביי זיי אינדערהיים...

נאופס, ווייט נישט קיין בכור


דער טאטע זיינער איז טאקע געווען א זעלטן תמימות'דיגער בעה''ב, עוסק געווען על המחי' ועל הכלכלה מיט'ן גרעסטן ערליכקייט און איידעלקייט וואס נאר שייך, ער האט נישט געהאט קיין גרויסע השגות, שוין אפגערעדט בגשמיות.. נאר אפי' ברוחניות, ער האט פרובירט דאס בעסטע וואס ער האט געוואוסט און פארשטאנען, און ווי אויך האט ער פרובירט מיט אלע כוחות מחנך צו זיין דעם קליין בעסי וואס דאס מח זיינער איז איהם אלץ פאראויסגעלאפן מיט א 2 3 מינוט...

אין גשמיות ביזסטו גערעכט, אבער נישט אין רוחניות. מיין טאטע איז א געוויסער סארט כלי קודש אויב מען קען עס אזוי אנרופן. גראדע קען ער פיין לערנען אויך

ס'געווען א נארמאלער ערשיינונג צו זעהן בעסי'ן אריינרארלן אין ביהמ''ד פארסאפאטערהייט, ווען פון אונטער איהם שלעפט זיך נאך מיט אזוינע קצת שנעלע טריט דער פאטער זיינער, וואס האט פיינעלי געענדיגט דעם קעטש שפיל ביי די טויערן פונעם ביהמ''ד... און נאך פאר וואס ווען איז שוין מעכי פארנומען געווארן מיט עפעס פיבערהאפטיג'ס, און זיך געטראפן אינעם צענטער פונעם קופקע מיט זיינע רויטע פלאמעדיגע בעקעלעך וואס זענען איהם טיילווייז באדעקט געווען פון זיינע פייער רויטע שפרונגעדיגע פיאה'לעך...

געווען איז ער אלץ פון די סארט אינגעלעך וואס האבן זיכער געמאכט אז דער משמש שענקט איהם עפעס ספעציעלע אויפמערקזאמקייט.. דאס פשוט'ער שאקל מיט'ן קאפ וואס יעדעס אינגעלע באקומט פונעם משמש ווען דער טאטע גייט צו זאגן ''גוט שבת'', איז איהם נישט גענוג געווען... צומאל האט ער אויפגעפיקט די אטענשאן ווען ער האט געשיקט דעם קליינעם מעכי זאל בעטן א צווייטע לאלי פאפ פונעם קענדי מענטש, און ווי נאר דער גוטהארציגער משמש האט באמערקט דעם קריים איז ער תיכף צוגעקומען שאקעלנדיג איינס בעפאר די מיטעלסטע פינגער ימין ושמאל, וועלנדיג זאפארט אפשטעלן די גניבה און ברענגען די קעיס צו גרעכטיגקייט... ווער געדענקט דעניש ווען בעסי האט מכבד געווען דעם קליינעם פאלעקס זאל איהם געבן א פרי טואר מיט'ן וועגעלע וואס דער ספרים פאקער ניצט מסדר צו זיין די ספרים אין ביהמ''ד...

בקיצור... דער בעסי איז געווען קע''ה א לעבעדיג קינד.. אדער ווי מ'רופט עס ביינונז ''א געזונט קינד קע''ה''... און האט גאר באקוועם און גוטמוטיג געריטן אויף דאס תמימות און באשיידענקייט פונעם טאטע'ן זיינער...

טאטעלי אףף.. איך בין געווען דירעקט א שטיל קינד אין ביהמ"ד, אפילו היינט צוטאגס בין איך היבש א צוריקגעצויגענער אין שוהל

ווען בעסי איז אונטערגעוואקסן, האט זיך איהם דאס רעדל אביסעל ארומגעדרייט, די קאפלעקס און הרגשים האבן זיך איהם אנגעהויבן דעוועלעפן, און פונעם קליינעם לעכטיגן זארגלאזער בעסי איז אויסגעוואקסן אן הויעכער רויטליכער פארמאכטער בחור, וואס האט ביי זיך אין קאנטע גאנצעטע טיפע חשבונות און מגילות אויף יעדער וואס טוישט נאר אמאל א ווארט מיט איהם....

היבש ווייט פונעם מציאות


גאנץ פלייסיג געלערנט, און אזוי ווי ער האט דאך געהאט גאנץ א פיין קעפל אויכעט, האט דאס איהם געגעבן א פיינע נאמען אין ישיבה... זיינע חברים האבן הנאה געהאט פון איהם טראץ זיינע טיפע הרגשים וואס האט איהם צומאל געקענט מאכן אויסקוקן היפש קאמפלאצירט... זיינע נאנטע חברים אידאך אפגערעדט אז מיט זיי האט ער געקענט פארברענגען שעות רצופות שמוסענדיג פון אלץ און אלעם, ווייל מיט זיי איז ער דאך געווען אפען מיט זיינע מחשבות, און אדרבא.. דארט האט ער געטראפן א גוט מקום ווי ארויסצורעדן זיינע אלע שלעכטע הרגשים און קאפלעקס'ן וואס האבן זיך איהם געבויעט משכ'ן טאג...

אבער אז מ'מאכט דעם ס''ה.. זעהט מען אז נאך אלעם איז זיין פעיווארעט טאפיק אייביג געווען ''פאליטיק''... איי איי איי... ווען מ'טראכט נאר צוריק און מ'דערמאנט זיך וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן אן עלעקשאן דעי אין ישיבה.. בעסי האט זיך ארומגעדרייט פאר'שיכור'ט, ער האט זיך נישט אפגעהאלטן פון אפען ארויסווייזן זיין שנאה צו יעדער וואס האט נאר געטראכט אז אבאמא וועט אווערפעפארמען ראמני און וועט געווינען ריעלעקשאן... כאטש וואס געווענליך האט ער זיך נישט געזיכט צופיל צו האבן מיט די געזעלשאפט, ווייל ווי געזאגט האט עס איהם אריינגעשלעפט און קאמפלאצירטע מחשבות און הרגשים מיט וואס ער איז נישט געווען אזוי באקוועם זיך צו טרעפן, איז אבער אלעס פארשוואונדען געווארן ווען ס'געקומען צו פאליטיק... בעסי איז געשווימען דערון און פארציקט יעדעם וואס איז איהם געשטאנען אין וועג אוואו דער קראקאדייל וואס זיצט און הויערט נאך זיין קרבן דארט בחוף הים...

זאג, דו האסט געלערנט מיט מיר אין ישיבה?? יאפ, ביי פאליטיק בין איך געווען דער ראש המדברים. געדענק איך ווי מיין מגי"ש איז צוגעקומען צו מיין קופקע א נאכט פאר די 2012 וואלן און ער זאגט מיר מיט א שמייכל "אלעס פיין און וואויל, נאר נישט נעמען צום הארצן.." איך האב עס אנגענומען ווייל איך האב געוויסט אז ער גלייכט אויך די אמעריקאנע פאליטיק, ער האט עס אפילו נישט פרובירט צו באהאלטן

ב"ה היינט צוטאגס איז שוין פאליטיק נישט די זאך וואס פארנעמט די אויבנאן ביי מיר, הגם איך גלייך עס שטארק


בדרך כלל פרובירט ער צו זיין נזהר בכבוד חברים, ער פרובירט טראכטן פון יענעם דאס מערסטע וואס שייך... אבער אויב וועט זיך איהם מאכן בשוגג צו באונס אז ער וועט א פליק טאן א צווייטן, וועט איהם שויניש פאסן איבערצובעטן, נאר ער וועט ליבערשט צוגיין מיט ברייט פארשפרייטע לעפצן אנכאפענדיג די שפיץ פון יענעמ'ס הויקער, און וועט זאגן ''כ'האף האסטעך נישט באליידיגט... כ'אגאניש געמיינט...'' ( אנטשולדיגט!... דאס האסטע געברויכט טראכטן איידער די האסטעך געעפענט דיין גרויס מאל... די מיינסט טאקע יענער האט דיר מוחל געווען דזשאסט ביקאס די האסט זיך באוואוזען צונעם מיט דיינע געלע ציין און א שמייכל געטאן?... זיי מוחל גיי בעט איהם איבער כדת של תורה, און זייזעך מקבל על העתיד א קבלה טובה צו טראכטן בעפאר א דיבור גייט ארויס פון מויל... א דיבור קעמען נישט צוריקציען!... איימסארי... כ'אגאניש געמיינט... )

ער לעבט מיט עפעס א געוויסע רואיגקייט אז ער איז אין קאנטראל אויף זיך... און ווי ער דרוקט זיך אויס כסדר ''כ'בין עפעס היינט געבוירן געווארן?..'', אדער ''מיר וועסטע נישט פארקויפן דיין גארביטש, זיך דיר ביטע א צווייטן...'', און דאס קומט אלץ תוצאה פון זיין זעלטענע בטחון וואס ער האט אין זיך אליינס, וואס האט זיך איהם מעגליך אויפגעבויעט דורכאויס די ישיבה יארן ווען ער האט אזויפיל זיך גערעגט אויף די וועלט, ביז ער איז געקומען צום החלטה אז ס'פשוט נישטא קיין צווייטע ברירה נאר זיך אליינס אוועקשטעלן און אליינס טאן וואס מ'האט צו טאן...

אזוי אויך וועט ער זיך שפירן כסדר ווי זיינע ארומיגע גלייכן איהם עפעס אויסטערליש שטארק, און יעדער איז אייביג גרייט צו הערן פון איהם עצה ותושי'... כאטש וואס ער פאר זיך וועט קיינמאל מקבל זיין פון יענעם... גראדע... וועט ער יא געבן א געוויסע אימפרעשאן אויסערליך ווי כאילו ער הערט אויס יעדעם, אבער ביי זיך אין הארץ וועט אלעס זיין מופרך מעיקרא, און דאס גאנצע אויסהערן יענעם אידאך אויך נאר א תוצאה פון דאס שטארקע נאמנות וואס ער האט אין זיך, טראכטענדיג, אז אויב וועל איך איהם אויסהערן וועטעך עס יענעם געבן א גוטע געפיל... נו... וואס טוט מעניש מחי' צו זיין א איד...

אבער דאס איז אלעס געזאגט געווארן ווען ס'קומט צו פריוואטע ענינים, א שטייגער ווי שלום בית/ביזנעס/ אידישקייט וכדו', אבער ווען ס'קומט סתם צו פארברענגען און קוואקענען וועט בעסי זיין די בעסטע אדרעסס... כהיום האט ער זיך שוין אויסגעלערנט זיך נישט צו צוטוען מאכן פון יענעם... ער האט שוין לאנג אויפגעגעבן און פארברענט די גרויסע מגילות און חשבונות וואס פלעגט איהם זיין חרות על ליבו... ער איז ווייט נישט פון דעי וואס פארגינען זיך נישט דעם טאג, ער פארשטייט גוט חובתו בעולמו, און אזוי אויך פארשטייט ער גוט אז א מענטש האט די רעכט און דארף זיך כסדר אויסבלאזן און הנאה האבן כ''ז מ'טוט נישט קיין עבירות חלילה...

ווי געזאגט איז זיין שמחת החיים עפעס נעקסט לעוול... ער לעבט און מאכט מטעמים מיט וואס נאר שייך.. צו זאל עס זיין א שטיקל היסטאריע פון וואשינגטאן וויאזוי ער האט באזיגט די בריטישע.. אדער גאר א שווער שטיקל תוס' אין מס' יבמות, וואס דאן וועט דער פוקידי ה' ישרים משמחי לב ארויסקומען במלוא מובן המילה... אלץ תוצאה דערפון וועט ער קענען שנעל מאכן טעותים, און אזוי אויך געבן שנעלע און ווילדע מאוו'ס, ס'געווען א ווייטאג צוצוקוקן יענעם אינדערפרי ווען בעסי האט אריינשפאצירט מיט'ן נייעם ביבער הוט אין ביהמ''ד, און אזוי בינו לבינו זיך טענה'נדיג איבער א שווער שטיקל פמ''ג, האט זיך איהם דאס קאווע אויסגעגאסן טאקע גראד סמוך ונראה צום הוט, און מיט א שנעלקייט זיך צופירט און אינוואדירט די פילצאליגע פראכטפולע הארעלעך וואס זענען נאך אקאורשט געשטאנען בקומה זקופה בעדקנדיג דעם גאנצן הוט מיט אזא סאמעטענעם גלאנץ....

אויבענאויף קוקט אויס אז בעסי איז א געשמאקע סוקסעספולע 6'ער וואס האט נאך א היפש ביסל צו ארבעטן און זיך אויסבעסערן....

היבש שטארק צוגעטראפן מיט דעם שטיקל אנאליז. נישט ממש, אבער זיך היבש געטראפן ביי א שיינע פאר ליינס

אויסזעהן:

אין די מיטעלע צוואנציגער יארן, ווי געזאגט איז ער א שטארק רויטער, און פארשטייט זיך אז דאס בארדע איז איהם אויך נישט פארשוינט געווארן, און ס'האלט איהם טאקע איצט אינמיטן ארויסשפראצן א הערליך קאליר רויט בארד... כאטש וואס ער איז ווייט פון סיסטעמאטיש, וועט ער אבער יא געבן א אויסערליכע אויסזעהן ווי א היפש צוזאמגענומענער מענטש... זיינע קליינע סלינקי פיאה'לעך וועט ער כסדר פרובירן שלעפן אויף אראפ מיט'ן האפענונג אז מיט דעם וועט ער באוועגן דעם סלינקי ער זאל אויפהערן אזויפיל ארומשפרינגען און זיך אביסל אויסגראדן און עטוואס מער באדעקן די היפש פולע רויטליכע באקן... אבער צום באדויערן, וויפיל ער פרובירט און ס'דאכצעך איהם שוין אפילו צומאל סוף טאג אז ער האט עטוואס געווינען און אביסל אראפגעברענגט דעם שפריגענדיגן פראדוקט, וועט ער אבער דעם נעקסטן אינדערפרי צוריק אויפשטיין צום פאקט אז במשכ'ן נאכט האט זיך אלעס צוריקגעשטעלט און פארקריפלט כדמיעקרא...... ליצנות אין א זייט געלייגט... בעסי איז פון אונזערע טייערער סאטמערע אינגעלייט.. אזוינס וואס די רבי ז''ל וואלט אנגערופן בימיו ''מיינע ערליכע בעלי בתים''...

טאקע אין די מיטעלע צוואנציגער אבער גארנישט מיט רויט צוטון. נישט הויעך, מער צו די נידעריגע זייט. מען קען זאגן אז מיין פיאות איז היבש סלינקי. איך צזאמגענומען?! זאג עס פאר מיין ווייב.. גראדע גיי איך נישט קיין ביבער הוט

גארנישט פערזענליך, ס'איז אלץ הוילע פאנטאזיע'ס ממש.


דאס איז זיכער אז די ארטיקל האט מיר געקאסט מער ווי איין שמייכל..;l;p-:lol:
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע:ערגעץ ווי

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

@עומד שוין צייט פאר פרישע אנאליסטישע פראפיילס! ס'דא שויון אסאך פאר מיר אין די ליין.. אבער כ'העל מיך אויך שטעלן צו ווארטן.. כ'שטופ זיך נישט אריין..
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
שלעפשוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 23, 2022 8:28 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשוין »

קען איך שוין בעטן ?...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”