שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן
ובזה החלי.
@פעיק ניוז פרעגט אין אנדערן אשכול:
פעיק ניוז האט געשריבן: @צל, סתם פאר אינטערסאנטקייט, דו וואלטסט נאך קאנסידערט כהיום צו גיין מיט רעפובליקען קאנדידאט? אויב יא, וואס זענען די תנאים?
לאמיר טראכטן..
די ערשטע תנאי איז לכאורה אז די דעמאקראטן זאלן ארויסשטעלן איינער וואס איך וויל נישט זעהן פרעזידענט.
די צווייטע תנאי איז לכאורה אז דער רעפאבליקאנער זאל זיין איינער וואס איך האב נישט קיין פראבלעם אים צו זעהן פרעזידענט.
די דריטע תנאי איז לכאורה אז די פאליטיק זאל אוועקמופן פון יא טראמפ, נישט טראמפ, יא גע'גנב'ט 2020, נישט גע'גנב'ט 2020, יא דאקטאר סועז, נישט דאקטאר סועז, אדער סתם אזוי א פול פלעדזש קאמפיין פון די פארטיי שישקעס אראפצורייסן ביידן ווייל עס האט זיך איינעם געדאכט אז ער וויל צוימען רויט פלייש צו פיר פונט א יאר...
עס ברויך צוריקגיין צו נארמאלע פאליסי חילוקים צווישן די פארטייען אז עס זאל זיך קענען מאכן אז די פאליסיס פון דעם רעפאבליקאנער זאל מיר זיין געשמאקער ווי די דעמאקראטישע.
עניוועי, איך גלייב נישט אז דאס איז שייך אויף 2024 אויב ביידן לויפט.
קיין איינס פון די דריי תנאים איז נישט "מעכב", איך נוץ נאר די ווארט תנאי, ווייל דאס האסטו אנגעכאפט און איך טרעף נישט עפעס בעסער, אבער איך מיין נישט ממש די אפטייטש פון תנאי.