הדרן עלך מסכת שבועות והדרך עלן, דעתן עלך מסכת שבועות ודעתך עלן, לא נתנשי מינך מסכת שבועות לא תתנשי מינן, לא בעלמא הדין ולא בעלמא דאתי!
--- די גמרא אויף דף מח פארציילט אז ס'איז געווען א דיין וואס האט גע'פסק'נט ווי ר' אלעזר (ביתומים מן היתומים) איז געווען א אינגער חכם אין דעם שטאט וואס האט געסטראשעט "איך וועל ברענגן א בריוו פון ארץ ישראל אז די הלכה איז נישט ווי ר' אלעזר!" (די לשון 'אייתינה איגרתא ממערבא' טרעפט מען עטליכע מאל אין ש"ס, א שטייגער ווי היינט זאל מען סטראשענען 'איך וועל גיין צו די בי"ד אין ירושלים אז זיי זאלן ארויסקומען מיט א בריוו'...), האט אים דער דיין געענטפערט "גיי און ברענג" ווי צו זאגן 'כ'האב נישט מורא', למעשה איז ער געגאנגען צו רב חמא און ער האט אים געזאגט "א דיין וואס פסק'נט למעשה אזוי ווי ר' אלעזר איז אויך גוט".
מיין פראגע איז, דער אינגער תלמיד חכם סטראשעט צו גיין אויף ארץ ישראל, און למעשה פרעגט ער רב חמא וואס האט געוואוינט אין בבל?