Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?
כהאב געהאט גאר שטארק חשק אנציקימען קיין מירון לעצטע יאר, מאת השם היתה זאת אז כהאב שוין נישט געקענט פארשאפן קיין פערמיט, איז מען געבליבן דא.
פלאן איז געווען ארויסציפארן פרי נאכמיטאג קיין ק״י צי קענען אויסזאגן תהילים בעפארן גרויסן הדלקה. אריינגעבליקט אינעם פאון ביים אנקימען, שוין געזען בילדער פין החייה מיט באדי בעגס. שיר נישט גערירט געווארן. געמישטע געפילן צווישן צישאסענקייט אויפן מצב געמישט מיט שבח והודייה ששם נפשינו בחיים ולא נתן למוט רגלינו.
סהאט מיר אנגעכאפט א פארטעמטקייט. געמורמעלט אביסל תהלים, פון דארט געגאנגען צום הדלקה, געווען אין א וואלקן.
אנקימענדיג אהיים, בין איך אריין אין א פריוואט צימער, פארלאשן די לעקטערס, אין געוויינט פאר שעות. געוויינט ווי א קינד. קוים געשלאפן יענע נאכט.
ציפרי האבעך באשלאסן יעבור עלי מה, סאיז א הייליג טאג, כדארף עס אויסניצן, נישט דא קיין נייעס ביז חצות. זיך געזעצט לערנען מאמרי רשב״י, געדדאוונט ווי ספאסט, מסיים געווען תהלים, און זיך געשפירט בעסער דערנאך.
די בלעטל האט זיך באמת אריבערגעמישט ביי מיר, ווען און די נאכפאלגענדע וואכן האט מען אפגעראכטן א הערליך שבת במחיצתו דרשב״י, און צירוק אויפגעוועקט מיין התקשרות למקום קדוש זו.
אוי!! תורתו מגן לנו הוא ימליץ טוב בעדינו!