וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?
דער אשכול איז געווידמעט דער עולם זאל נאטירן וואו מען איז געשטאנען/געזעצן ביים הערן די טראגישע נייעס אז עפעס קאלאסאל האט ליידער פאסירט היי יאר ל"ג בעומר אין מירון
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
ניס קראכער האט געשריבן: געזעצן ביי מיר אין אפיס, און געליינט אייוועלט בענאזאם מיטהאלטן'דיג די תולדות אהרן הדלקה לעבעדיג, ווען פלוצים פאנגט אן צו שטורעמען תגובות, אזאש אז איך בין פארגליווערט געווארן,
אהיים גייעדיג האב איך געזען מענטשן פריילעך און מינטער, נישט וויסנדיג וואספארא בשורות איוב קומט אריין, מיין קאפ איז מער נישטא געווען,
כ'האב ממש נישט געקענט וואקן גראד!
לכאורה האט געשריבן: צוליב די בעפארשטייענדע הדלקות און ל"ג בעומר סעודות, האב איך פאראויסגערוקט מיין נאכטליכע שיעור אויפ'ן טעלעפאן, און דאס געלערנט פון 5:52 ביז 6:52 (איבערגעקוקט יעצט מיין סעלפאון צו זען פונקטליך דעם זייגער). ביים עפענען די כלי תיכף נאכ'ן לערנען, האב איך גלייך געזען א שמועס אין די מנהלים-אחראים הענגאוטס איבער א ביטערע אומגליק וואס האט פאסירט אין מירון... סאכדעס האט געשריבן אום 6:47 אז עפעס גייט פאר און דער עולם איז מדווח...
דאן האב איך שוין געזען אויף די אייוועלט אימעיל גרופע א שמועס, און פון דארט האב איך אריינגעטאנצט אין אייוועלט און געפונען דעם ניי געגרינדעטן אסון נורא אשכול מיט עטליכע בלעטער. כ'בין געבליבן צוגעשמידט צו די כלי בערך א שעה, דאן בין איך ארויס דאווענען מנחה, געזאגט ספר חמישי שבתהלים, געדאוונט מעריב ביי זמן רבינו תם, און אנשטאט בלייבן צו הדלקות אדער סעודות, בין איך אהיים, זיך געוואשן צו א קליינע סעודה'לע און געהאלטן א וואכזאם אויג אויפ'ן וועלטל ביז שפעט ביינאכט.
לכאורה האט געשריבן: צוליב די בעפארשטייענדע הדלקות און ל"ג בעומר סעודות, האב איך פאראויסגערוקט מיין נאכטליכע שיעור אויפ'ן טעלעפאן, און דאס געלערנט פון 5:52 ביז 6:52 (איבערגעקוקט יעצט מיין סעלפאון צו זען פונקטליך דעם זייגער). ביים עפענען די כלי תיכף נאכ'ן לערנען, האב איך גלייך געזען א שמועס אין די מנהלים-אחראים הענגאוטס איבער א ביטערע אומגליק וואס האט פאסירט אין מירון... סאכדעס האט געשריבן אום 6:47 אז עפעס גייט פאר און דער עולם איז מדווח...
דאן האב איך שוין געזען אויף די אייוועלט אימעיל גרופע א שמועס, און פון דארט האב איך אריינגעטאנצט אין אייוועלט און געפונען דעם ניי געגרינדעטן אומגליק אין אתרא קדישא מירון אשכולמיט עטליכע בלעטער. כ'בין געבליבן צוגעשמידט צו די כלי בערך א שעה, דאן בין איך ארויס דאווענען מנחה, געזאגט ספר חמישי שבתהלים, געדאוונט מעריב ביי זמן רבינו תם, און אנשטאט בלייבן צו הדלקות אדער סעודות, בין איך אהיים, זיך געוואשן צו א קליינע סעודה'לע און געהאלטן א וואכזאם אויג אויפ'ן וועלטל ביז שפעט ביינאכט.
ניס קראכער האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן: צוליב די בעפארשטייענדע הדלקות און ל"ג בעומר סעודות, האב איך פאראויסגערוקט מיין נאכטליכע שיעור אויפ'ן טעלעפאן, און דאס געלערנט פון 5:52 ביז 6:52 (איבערגעקוקט יעצט מיין סעלפאון צו זען פונקטליך דעם זייגער). ביים עפענען די כלי תיכף נאכ'ן לערנען, האב איך גלייך געזען א שמועס אין די מנהלים-אחראים הענגאוטס איבער א ביטערע אומגליק וואס האט פאסירט אין מירון... סאכדעס האט געשריבן אום 6:47 אז עפעס גייט פאר און דער עולם איז מדווח...
דאן האב איך שוין געזען אויף די אייוועלט אימעיל גרופע א שמועס, און פון דארט האב איך אריינגעטאנצט אין אייוועלט און געפונען דעם ניי געגרינדעטן אומגליק אין אתרא קדישא מירון אשכולמיט עטליכע בלעטער. כ'בין געבליבן צוגעשמידט צו די כלי בערך א שעה, דאן בין איך ארויס דאווענען מנחה, געזאגט ספר חמישי שבתהלים, געדאוונט מעריב ביי זמן רבינו תם, און אנשטאט בלייבן צו הדלקות אדער סעודות, בין איך אהיים, זיך געוואשן צו א קליינע סעודה'לע און געהאלטן א וואכזאם אויג אויפ'ן וועלטל ביז שפעט ביינאכט.
פרישע קוגל האט געשריבן: אין אפיס שוין מיט א האלבע פיס אינדעראויסן ווען די באריכטן אויף אייוועלט זענען געווען אז עפעס גייט פאר און מען מאכט סי פי אר אויף פיר מענטשן.
כ'בין געדגאנגען קיין ראדני פאר א מנחה ווען איך הער ווי איינער זאגט ''סדא פיפצן טויטע אין מירון''
שוין, טראכט איך צו מיר, פון פיפצן פארוואנדערטע איז געווארן פיפצן טויטע... אזוי גייט די וועלט.
גייענדיג צירוק צום אפיס פאר א קלייניקייט טרעפט מיר מיין חבר און איך זעי ער איז נישט ביי זיך.. כ'פרעג עם וואס גייט פאר? זאג, די ווייסט נישט? מען האלט שוין ביי צוואנציג טויטע אין מירון... ''דריי נישט קיין קאפ'' זאג איך עם, ''מען רעדט פון פיפצן פארוואנדעטע, ווי קומסטו אן צו צוואנציג טויטע'' ער קוקט מיר אן און זאגט מיר ''טאטעלע, איך האב געזען פיקטשערס פון מענטשן אין באדי בעגס...''
מיין וועג צום אפיס האט גענימען זייער שנעל, אייוועלט האט זיך געפענט פאר מיינע אויגן און....
דא שטיימער.