איך בין געווען העכער די חצר המערה, (די אינדערויסינדיגע חצר) און אראפּ געקוקט אין די חצר צי זעהן די רקודים אינמיטן האב איך באמערקט הצלה לעמפלעך פון אויבען די בארג אבער מ'האט נאך געטאנצען א פאר מינוט שפעטער האט מען פארמאכט די מוזיק און אויסגעריפן אז מ'זאל מתפללל זיין, איך בין אראפ געגאנגען די גאנצע בארג ביז קארלסבורג , דארט האט מיינס א קאזען מיך געזאגט אז עפעס גאר ערענסט איז געשעהן, ער האט געהערט אז ס'איז ל''ע דא עטליכע פאלעטעטן ה''י
תשפ"ב איז די יאר וואס איך האב מיך איינגעשריבען אין אייוועלט
געווען אידערהיים געהערט אויף קולמע אז עפעס גייט פאר, און מ’רעדט אז ס’דא נפטרים, בין איך געפלויגן אין אפיס און מיטגעהאלטן פון אייוועלט און נאך פלעצער די אנטוויקלונגען.
געדאוונט מנחה אין שומרי שבת ציווישן 5PM און 6PM זאגט מיך א באקאנטער אז עס איז געפאלן פארענטשעס און בערך 10 טויטע געגאנגען שנעל אויסטשעקן די נייעס ביי כמה מקומות פאר די נעקסטע פאר שעה געגאסן טרערן געקאלט פרייטאג מיין קאזין וואס איז געווען דארט