היינטיגע טאג אין היסטאריע
אין דעם היינטיגן טאג מיט 76 יאר צוריק -תש''ה- האבן די דייטשן זיך אונטערגעגעבן פאר די אליאירטע לענדער.
איינער מיט מער אינפארמאציע?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
תנא-קמא האט געשריבן: אום י"ט סיון שנת תרט"ו האט זיך געעפנט די ערשטע אידישע שפיטאל אין אמעריקע "דער אידנ'ס שפיטאל פון ניו יארק", וואס איז פארוואנדלט געווארן אינעם היינטיגן מאונט-סיני שפיטאל.
אנדערע זאגן אז די ערשטע אידישע שפיטאל אין אמעריקע איז געווען שוין אין תר"ח אין אהייא צו באהאנדלען א כולערע אויסברוך.
נחום וואהלינער האט געשריבן: כ"ג סיון:
נכתבו ונשלחו אגרות שניות ע"י מרדכי ואסתר להצלת כלל ישראל מגזירת המן האגגי
תנא-קמא האט געשריבן:אידישע-געשעענישן
אום א' סיוןהאט לויט מפרשים פאסירט דאס וואס עס שטייט אין דער תורה, אז קרח ועדתו זענען איינגעשלונגען געווארן אין דער ערד, נאכדעם וואס קרח האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן משה רבינו און אהרן הכהן..