(טהור עינים האט במחכ"ת געשריבן נישט ריכטיג דעם שייכות פון טאהש קיין דינוב, וועל איך דאס ערקלערן)
טאהש - כאטש די מנהגים און נוסחאות זענען שטארק געבויעט אויף זידיטשוב קאמארנא - האבן די צדיקים פון דישושילתא קדישא לבית טאהש
א דריי פאכיגן שייכות קיין דינוב ווי פאלגענד.
1. דער ערשטער טאהשער רבי הרה"ק השרף רבי משולם פייש זי"ע - דעם טאהשער רבי'נס עלטער זיידע - איז געווען א תלמיד מובהק פון הייליגן רבי דוד'ל דינוב'ער זי"ע, צו וועם ער פלעגט פיל פארן להסתופף, באזונדער איז באקאנט אז ער פלעגט פארן אויף גאנץ סוכות קיין דינוב, און רבי דוד'ל פלעגט ווארטן אויף איהם אינאיינעם צו מסכך זיין די סוכה, אמאל האט ער געשפעטיגט און די חסידים האבן געזאגט פאר רבי דוד'ל אז די צייט ריקט זיך און מען דארף שוין מסכך זיין, האט ער געענטפערט "מיין נוי סוכה איז נאכנישט דא" קען איך נאכנישט גיין מסכך זיין, מיינענדיג זיין תלמיד מובהק דעם טאהשער צדיק.
2. זיין זוהן רבי אלימלך מטאהש זי"ע - דעם טאהשער רבינ'ס זיידע - איז געווען אן איידעם און האט געגעסן קעסט ביים בעל בית יצחק דער סואליעווער רב וואס איז געווען בשעתו ראב"ד אין מונקאטש, בימיו פון בעל שם שלמה פון מונקאטש, און ער איז געווען דאן זייער מקושר צום שם שלמה, פארברענגענדיג טעגליך שעות מיט איהם בתורה וחסידות. (דאס איז געווען נאך איידער ער איז נתקשר געווארן צו רבי אליעזר'ל קאמארנער זי"ע)
3. שפעטער איז רבי אלימלך נתקשר געווארן צו רבי אליעזר'ל קאמארנא וואס איז געווען זיין רבי מובהק, און איהם פלעגט ער רופן סתם "דער רבי זכרונו לברכה", און ער האט זיך געפירט לויט די מנהגים און פסקים פון קאמארנער. - אבער נאך די פטירה פון רבי אליעזר'ל, איז ער געפארן צום בלאזשובער רב, וואס איז געווען א זוהן פון רבי דוד'ל דינוב'ער זיין טאטענ'ס רבי, האט ער ממשיך געווען דאס התקשרות לבית דינוב.
די מנהגים און ניגונים אין טאהש זענען על פי רוב צאמגעשטעלט פון דינוב און קאמארנא, די סדר הקפות למשל איז כולו דינוב, דער אהבה רבה ניגון איז פון דינוב, דער מזמור לדוד ביי שלש סעודות איז אויך פון דינוב, די אנדערע זמירות ביי שלשל סעודת זאגט מען פסוק בפסוק כנוסח זידיטשוב קאמארנא.
און איבער דעם וואס מאשקע האט געשריבן אז מען שח'ט אפ אלע ניגונים אין טאהשהאב איך אמאל וויילענדיג אויף א שבת אין טאהש געהערט פון א דארטיגן חסידיש'ן אינגערמאן, אז דער טאהשער רבי זאל געזונט זיין האט אין דעם א שארפע דרך עבודה.
ווי יענער האט מיר נאכגעזאגט, האט דער טאהשער רבי האט אמאל ערקלערט אז אין יעדע זאך וואס מען האט דערפון א הנאה און א געשמאק קען זיך דער יצר הרע אריינכאפן, און דאס איז שוין נישט בלתי לה' לבדו, אפילו אז מען זינגט זייער שיין ניגונים..... אויב עס קלאפט צו שיין, און מען האט א גשמיות'דיגע הנאה דערפון, איז דאס שוין נישט בלתי לה' לבדו... פארדעם פלעגט ער אליין יאגן ביי די ניגונים מען זאל דאס זינגן שנעל, ס'זאל נישט זיין אזוי שיין... מען זאל זינגן נאר פאר'ן אויבערשטענס וועגן, נישט פאר די אייגענע הנאה.
זעהט אויס אז איבער דעם איז די גאנצע חסידות אין טאהש איז אייביג געוען אזוי צעפארן, ס'האט קיינמאל נישט עכט געקלאפט זאכן הונדערט פראצענט אזוי ווי אין אנדערער רבי'שע הויפן. למשל זיי האבן קיינמאל מצליח געווען צו האלטן ארדענונג און סדר בפרט ביי גרעסערע שמחות און כינוסים, ס'איז אלץ געפארן אויף רעדער, אפשר האט דער רבי דוקא געוואלט ס'זאל אזוי זיין.
והוא רחום יכפר עון, כי אין לי עסק בנסתרות, ואכמ"ל, ודו"ק, ודי.