'אהבה רבה' ניגון
פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע:אין די גלייזן
די באוואוסטע אהבה רבה ניגון וואס מען זונגט אין אסאך פלעצער אויף שבועות, ווי אויך זינגען עס אסאך אלץ א חופה ניגון, ווער האט עס מחבר געווען? האט ער עס מחבר געווען אויף אהבה רבה? אדער איז עס א ניגון וואס איינער האט צוגעפאסט צו אהבה רבה? איז דא פלעצער אין די וועלט ווי מען זינגט אהבה רבה מיט אנדערע ניגונים?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע:אין די גלייזן
- לחיים ולברכה
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע:אונטער'ן נעץ
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע:אין די חיפוש
זיידעניו האט געשריבן: בדרך אגב.
דער טאהשער אהבה רבה ניגון, איז א מונקאטשע ניגון, דער טאהשער רבינ'ס זיידע איז געווען פיר יאר ביים שם שלמה אין מונקאטש, און ער האט דאס גענומען פון דארט.
דערפאר האב איך טאקע נישט געשריבן אז ס'איז א טאהש'ער ניגון, נאר אז אין טאהש זינגט מען עס. איך האב דאס בכוונה מדייק געווען, ווייל טאהש - במח"כ - האט נישט קיין אייגענע ניגונים, און די פאר ניגונים וואס קומט אן צו זיי ווערט אפגע'שחט'ן ברוב סימנים און ס'ווערט אויטאמאטיש א טאהש'ער ניגון בשינוי מראה, מעשה, מקום און ריח...
An article a day keeps the babies away
- יצמחפורקניה
- שר מאה
- תגובות: 243
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm
דער סאטמארער אהבה רבה ניגון, איז פון הרה"ק הר"ר הערש מרימנוב זי"ע וואס איז גוועהן א בעל מנגן נפלא
דער רבי זי"ע האט עס "נישט" גענומען פון פלאנטש, עס קומט פונעם ייטב לב וואס פלעגט פארען קיין רימנוב
עס איז ידוע אפאר ניגונים וואס דער ייטב לב האט געברענגט פון רימנוב, 1 אהבה רבה ניגון, 2 בבואו מאדום ניגון, 3 יעלה (טל - גשם) ניגון (אויף דעם ניגון האב געהערט, אז ר"ר הערש פלעגט עס זינגען אויף שלום עליכם פרייטיג צונאכטס).
דער רבי זי"ע האט עס "נישט" גענומען פון פלאנטש, עס קומט פונעם ייטב לב וואס פלעגט פארען קיין רימנוב
עס איז ידוע אפאר ניגונים וואס דער ייטב לב האט געברענגט פון רימנוב, 1 אהבה רבה ניגון, 2 בבואו מאדום ניגון, 3 יעלה (טל - גשם) ניגון (אויף דעם ניגון האב געהערט, אז ר"ר הערש פלעגט עס זינגען אויף שלום עליכם פרייטיג צונאכטס).
- יצמחפורקניה
- שר מאה
- תגובות: 243
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm
- יאהאן וואלפגאנג
- דארפסמאן
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6486
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
- לאקאציע:אין דארף
לויט ווי איך האב געהערט קימט דאס פון פלאנטש וואס ער האט דאס פון רימענוו , און ביי חופות זינט מען דאס זייט די כ' יארען איינמאל ווען די רבי איז געווען מסדר קדושין האט מען זייער לאנג געווארט און ר' יחזקאל שמש הי"ד האט אונגעהויבען די ניגין און עס איז געווען א גרויסע היתערורת האט מען זייט דעמלץ געזינגען ביי אלע חופות
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
פה ב'דארף יצ"ו -
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5127
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
מאשקע, זייער גוט געשריבן וועגן נגינה אין טאשש, ס'יז שרעקליך ווי מ'שחט דארט ניגונים.
דע ניגון וואס מ'זינגט דארט אויף אהבה רבה, האב איך אמאל געהערט אז ס'קומט פון מונקאטש בעל שם שלמה, און פון א צווייטן האבעך געהערט אסקומט פון בלאזוב, ווייל דער טאש'ער רבי'ס עלטער זיידע, ר' משולם פייש איז געפארן אסך קיין בלאזוב, אבער אזוי ווי מונקאטש און בלאזוב שטאמען ביידע פון בני יששכר קען טאקע זיין אז סשטאמט שוין פון בני יששכר
זיידעניו, אין זידיטשוב איז טאקע דער עיקר התעוררות געווען ביי בריך שמי' און ביי כתר, טאקע נישט ביי אהבה רבה

חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
- salads
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 396
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
- פארבינד זיך:
דער אהבה רבה, סיי פון סאטמאר אין ווי אויך פון טאהש, זיינען טאקע זייער ווארערמע ניגונים, אין טאקע דערפאר זינגען עס ביידע קהילות ביי זייערע חופות.
דער מנהג ביי חסידישע אידן איז מעורר צו זיין דעם חתן ביים קבלת פנים, אין אזוי אויך ביים חופה. דעריבער זינגט מען ווארעמע ניגונים. אין יעדע חסידות זיכט זיך אויס די ווארעמסטע ניגונים ארויסצוברענגען דעם געפיל ביי די שושבינין, אז מ'זאל זיך אויסבעיטן וואס מ'ברויך.
ווער געדענקט נאך ווי אין סאטמאר פלעגט מען נאך זינגען די "נעניים ניגון" , ס'האט זיך שוין לאנג אויפגעהערט, ווייל דער עולם שפירט שוין נישט אזוי די ווארעמקייט דערפון ווי אמאל.
אין יא,
דער סאטמארער שטאמט פון רבי ר' הערש מרומנוב זי"ע. אין דער פלאנטשער ניגון איז אביסל א שווערער ניגון, ס'איז אויך זייער א שיינער ניגון, אבער ס'איז נישט אזוי ווייט מעורר ווי דער רומנוב'ער ניגון.

- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3041
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע:איבעראל
- פארבינד זיך:
לחיים ולברכה האט געשריבן: דער פלאנטשער אהבה רבה איז אן אנדערע ניגון, מ'זינגטעס אין סאטמאר ביי די שבועות טישן. נו, כ'קען דאך נישט שרייבן נאטן, וועט איר בלייבן ביים נישט וויסן.
דער ניגון וואס די רופסט אן פאלאנטשער אהבה רבה איז לגמרי נישט קיין פאלאנטשער אהבה רבה, עס איז סתם א פאלאנטשע ניגון אויף מעין עולם הבא, זינג עס אויף מעין עולם הבא, וועסטו זעהן אז ס'מאכט מער פשט, ווי אהבה רבה, וואשע דען, די קאהן ברודער'ס זענען געוועהן עלטערע אידן פאלאנטשע חסידים, און שבועות האבן זיי געהאט די חזקה אין סאטמאר צו זינגען אהבה רבה ביים טיש ביינאכט, פלעגן זיי זינגען אט דעם ניגון אויף אהבה רבה....
כך שמעתי מפי הרב אביש בראד.... נכד חסידי פאלאנטש
- salads
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 396
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
- פארבינד זיך:
מיט הרב ר' אביש בראד וועל כ'זיך נישט פארטשעפענען, אין ער איז זיכער גערעכט מיט זיינע השערות.
אבער וויפיל מיר חסידי סאטמאר ווייסן האט עס סאטמאר רבי'ס שווער(דאס איז דער פלאנטשער צדיק זי"ע) געזינגען אויף אהבה רבה. אבער מעגליך אז דער מקור אויף דעם ניגון איז מאין עולם הבא.
נאר מ'קען אפשר זאגן אז אלי ואלי דברי א.....
די חסידי פלאנטש די זיידע'ס פון ר' אביש'ן, האבן שבועות נישט מיט געהאלטן די יו"ט מיט זייער רבי'ן מאיזה סיבה שהוא, דעריבער געדענקען זיי עס נאר אויף מעין עולם הבא.
אבער וויפיל מיר חסידי סאטמאר ווייסן האט עס סאטמאר רבי'ס שווער(דאס איז דער פלאנטשער צדיק זי"ע) געזינגען אויף אהבה רבה. אבער מעגליך אז דער מקור אויף דעם ניגון איז מאין עולם הבא.
נאר מ'קען אפשר זאגן אז אלי ואלי דברי א.....
די חסידי פלאנטש די זיידע'ס פון ר' אביש'ן, האבן שבועות נישט מיט געהאלטן די יו"ט מיט זייער רבי'ן מאיזה סיבה שהוא, דעריבער געדענקען זיי עס נאר אויף מעין עולם הבא.
- יצמחפורקניה
- שר מאה
- תגובות: 243
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm
דער פלאנטשער (אהבה רבה / מעין עולם הבא) ניגון ווערט געזינגען בחצרות שומרי אמונים תולדות אברהם יצחק / אהרן יעדען שלש סעודות אויף "ויאתיו כל לעבדך", זיי זאגען אז הרה"ק ר' אהר'לע ראטה האט עס גברענגט פון זיין רבי'ן דער בלאזוב'ער רב (בן הרה"ק ר' דוד מדינוב בן הבני יששכר זי"ע)
לדעתי האט עס דער בלאזוב'ער רב גענומען ביי זיין שווער הרה"ק ר' משה'לע ראזוודוב'ער, דער טאטע פון פלאנטשער רב
לדעתי האט עס דער בלאזוב'ער רב גענומען ביי זיין שווער הרה"ק ר' משה'לע ראזוודוב'ער, דער טאטע פון פלאנטשער רב
- יצמחפורקניה
- שר מאה
- תגובות: 243
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm
ר' יצמחפורקניה איך בעט אייך איבער, איך זע אז איך האב יא געמישט און נאך ווי, דער ניגון הייסט טאקע דער פלאנטשער אהבה רבה ניגון און מ'זינגט עם בחצרות שומרי אמונים וכו' בא שלש סעודות אויף "ויאתיו". נאר מיט דעם בין איך גערעכט אז מען זינגט דאס אין בעלז אויך. מיין טעות האט זיך גענומען וועגן איך האב געמיינט אז סאיז איינע פון די הקפה ניגונים אין בעלז און כידוע די בעלזער הקפה ניגונים איז מקובל אז ס'קומט פון "מגיד", אבער למעשה איז דאס נישט קיין הקפה ניגון נאר מען זיגנט דאס אויף שמחות וכדו'.
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3041
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע:איבעראל
- פארבינד זיך:
דעם שבת געזעהן:
אינעם ווינדערליכן ספר "איש חמודות"
קורות ימי חיי פון ר מיכאל בער וויסמאנדל זצ"ל,
ווערט געברענגט אז הרב ר' משה גראס משארמאש שליט"א,
האט געהאט יארצייט שבועות, און געדאווענט פארן עמוד, ביי ר' מיכאל בער, ביי אהבה רבה האט ער געזינגען דעם ניגון וואס מ'זינגט אין סאטמאר,
ר מיכאל בער האט הנאה געהאט, און פון דאן האט ער איינגעפירט מ'זאל אייביג זינגען דעם ניגון אויף אהבה רבה שבועות.

http://shatzmatz.blogspot.com/
" onclick="window.open(this.href);return false;