דריידל האט געשריבן: וויפול מאל זינגט מען איבער די ערשטע פאל? מיר קוקט אויס אז ס'ווענד זיך פשוט ביז איינער נעמט די קוראזש אריינצופארן אין צווייטן פאל און אנדערע זענען זיך מרחם ארויסצוהעלפן
מה שכתבי אשתקד.
מונאוויטש האט געשריבן: דער סיום פונעם ערשטן פאל האט דער עולם שוין לאנג פארדרייט, פילייכט משום עמי הארצות צו מוזיק. אנשטאט צו פארענדיגן דעם פאל מיט אן אויסגעצויגענעם תנועת סיום, געבט מען א דריי צוריק כאילו מען גייט ווייטער זינגען דעם דאזיגן פאל. צומאל וועט זיך טרעפן א מבין וואס וועט איר זינגען אויפן הויכהילכער כדבאי, אבער דער עולם פייפט ווייטער מיט זייער איינגעגעסענע ווערסיע.