רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג
ואלה תולדות: דער הייליגער רבי ישכר דוב מראדאשיץ זצ"ל איז געווען א זון פון א גאר געהויבענע איד וואס האט געהייסן ר' יצחק דער ר' יצחק איז געווען אלץ בחור א משמש בקודש ביים הייליגן מעזריטשער מגיד זצ"ל, און ער איז געווען איבערגעגעבן מיט'ן גאנצן ברען, פאר יעדע קלייניקייט וואס דער גרויסער מגיד האט געדארפט אין די הויף פונעם גרויסן מגיד האט זיך אויפגעהאלטן אחן עלטערע מיידל א משרתת, זייער אחן ערליכע, אבער צוליב איר אויסזען האט זי נישט געקענט טרעפן קיין שידוך. די משרתת איז דעריבער געווארן שטארק צובראכן ביי זיך אין הארץ.
איינמאל האט דער גרויסער מגיד געלאזט רופן דעם משמש ר' יצחק, און אים אנגעטראגן צו שליסן א שידוך מיט די משרתת. ר' יצחק האט זיך זייער דערשראקן פונעם גרויסן מגיד'ס פארלאנג און ער האט ארויסגעשטאמלט: רבי, אלעס וואס דער רבי בעט טו איך בשלימות, אבער די שידוך וועט פאר מיר זיין אזעלכע בושות, אז כ'ווייס נישט צי איך וועל דאס קענען דערטראגן.
האט אים דער גרויסער מגיד געזאגט: "אויב דו וועסט טון דעם שידוך וועסטו האבן א קינד וואס וועט באלייכטן די גאנצע וועלט!"
אויף דעם איז שוין ר' יצחק איינגעגאנגען, און מען האט באלד געשלאסן שידוך און עס איז צו זיי געבוירן געווארן דער הייליגער ראדאשיצער וועמען מען האט גערופן דער "סבא קדישא פון ראדאשיץ"
דער הייליגער ראדאשיצער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן חוזה פון לובלין זצוק"ל און פון דער הייליגער קאזניצער מגיד זצוק"ל.
אין זיינע יונגע יארן האט ער געוואוינט אין די שטאט טאמאשוב וואו ער האט געליטן פון שרעקליכע ארעמקייט און הונגער און אין די שפעטערע יארן, ווען ער איז נתגלה געווארן אלץ א צדיק און גרויסער פועל ישועות, האט ער זיך אריבערגעצויגן צו די שטאט ראדאשיץ, וואו עס פלעגן קומען צו פארן אידן פון איבעראל געהאלפן צו ווערן מיט ישועות און רפואות, ושם מנוחתו כבוד. זיעועכי"א