רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

הרחבה
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2022 5:23 am

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרחבה »

מצבה בעיר סטראזניץ אוקראינה: 'ממשפחת היוחסין בפולין בראדשיץ'
אטעטשמענטס
20220617_124348.jpg
20220617_124348.jpg (105.26 KiB) געזען 856 מאל
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הרחבה האט געשריבן:
מצבה בעיר סטראזניץ אוקראינה: 'ממשפחת היוחסין בפולין בראדשיץ'
עס שטייט לענ"ד בראדשין, ומסתמא הכוונה למשפחת בראדשינער/בראטשינער המפורסמת מגזע התוי"ט.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הסרפד האט געשריבן:
הרחבה האט געשריבן:
מצבה בעיר סטראזניץ אוקראינה: 'ממשפחת היוחסין בפולין בראדשיץ'
עס שטייט לענ"ד בראדשין, ומסתמא הכוונה למשפחת בראדשינער/בראטשינער המפורסמת מגזע התוי"ט.
נכדי היושר דברי אמת וואס האבן געוואוינט אין בראדשין האבן זיך נישט גערופן העללעראויפ'ן משפחה נאמען ?

אפשר שטייט בראדשץ JRI געבט מיר א משפחה בשם BRODSCHUTZ
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
הרחבה האט געשריבן:
מצבה בעיר סטראזניץ אוקראינה: 'ממשפחת היוחסין בפולין בראדשיץ'
עס שטייט לענ"ד בראדשין, ומסתמא הכוונה למשפחת בראדשינער/בראטשינער המפורסמת מגזע התוי"ט.
נכדי היושר דברי אמת וואס האבן געוואוינט אין בראדשין האבן זיך נישט גערופן העללעראויפ'ן משפחה נאמען ?

אפשר שטייט בראדשץ JRI געבט מיר א משפחה בשם BRODSCHUTZ
א) נכדי היושר דברי אמת האבן געהייסן גאטעסמאן
ב) נכדי אחיו הזריזותא דאברהם נקראו העליר
ג) נכדי אחד מקרוביו - כמדומה שני בשני - ר' נטע מבראד נקראו בראדשינער
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הסרפד האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
הרחבה האט געשריבן:
מצבה בעיר סטראזניץ אוקראינה: 'ממשפחת היוחסין בפולין בראדשיץ'
עס שטייט לענ"ד בראדשין, ומסתמא הכוונה למשפחת בראדשינער/בראטשינער המפורסמת מגזע התוי"ט.
נכדי היושר דברי אמת וואס האבן געוואוינט אין בראדשין האבן זיך נישט גערופן העללעראויפ'ן משפחה נאמען ?

אפשר שטייט בראדשץ JRI געבט מיר א משפחה בשם BRODSCHUTZ
א) נכדי היושר דברי אמת האבן געהייסן גאטעסמאן
ב) נכדי אחיו הזריזותא דאברהם נקראו העליר
ג) נכדי אחד מקרוביו - כמדומה שני בשני - ר' נטע מבראד נקראו בראדשינער
א. ווער איז דער ערשטע וואס מען טרעפט מיט דער נאמען גאטעסמאן ? ביי ר' שמשון מאוזיראן טרעפט מען עס שוין ?
ב. נכדי ר' ברוך יצחק בן היושד"א הייסן כמדומה לי נאר העללער [באקאנט בין איך מיט בני ר' משולם פייבוש בעמח"ס שפת אמת ]
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
הרחבה האט געשריבן:
מצבה בעיר סטראזניץ אוקראינה: 'ממשפחת היוחסין בפולין בראדשיץ'
עס שטייט לענ"ד בראדשין, ומסתמא הכוונה למשפחת בראדשינער/בראטשינער המפורסמת מגזע התוי"ט.
נכדי היושר דברי אמת וואס האבן געוואוינט אין בראדשין האבן זיך נישט גערופן העללעראויפ'ן משפחה נאמען ?

אפשר שטייט בראדשץ JRI געבט מיר א משפחה בשם BRODSCHUTZ
א) נכדי היושר דברי אמת האבן געהייסן גאטעסמאן
ב) נכדי אחיו הזריזותא דאברהם נקראו העליר
ג) נכדי אחד מקרוביו - כמדומה שני בשני - ר' נטע מבראד נקראו בראדשינער
א. ווער איז דער ערשטע וואס מען טרעפט מיט דער נאמען גאטעסמאן ? ביי ר' שמשון מאוזיראן טרעפט מען עס שוין ?
ב. נכדי ר' ברוך יצחק בן היושד"א הייסן כמדומה לי נאר העללער [באקאנט בין איך מיט בני ר' משולם פייבוש בעמח"ס שפת אמת ]
פרעגסט גוט, און אפשר טאקע. אבער ר' נטע'ס אייניקליך האבן זעכער געהייסן בראדשינער/בראטשינער און זענען געוועהן א באקאנטע משפחה ממיוחסי בראד.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

היינט איז די יארצייט פון הרה"ק מופת הדור רבי ישכר בער ב"ר יצחק זי"ע, (בארון), הסבא קדישא מראדושיץ

ער איז געבוירן אין שטאט ראדישיץ, בשנת תקכ"ה.
צו זיין טאטע הרה"ק רבי יצחק זי"ע, דער משמש פון הרה"ק ממעזריטש זי"ע.
און צו זיין מאמע הצדקת מרת מרים ע"ה,
א שוועסטער מיט הגה"ק רבי זונדיל דיין בראדאשיץ זי"ע, און פון די תלמידים פון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע.

הרה"ק רבי יצחק זי"ע דער טאטע פונעם הייליגען ראדושיצער איז געווען אלץ בחור א משמש ביים מעזריטשער מגיד זצ"ל, און ער איז געווען איבערגעגעבן מיט'ן גאנצן ברען, פאר יעדע קלייניקייט וואס דער גרויסער מגיד האט געדארפט.
אין די הויף פונעם גרויסן מגיד האט זיך אויפגעהאלטן אן עלטערע מיידל א משרתת, זייער א ערליכע, אבער צוליב איר אויסזען האט זי נישט געקענט טרעפן קיין שידוך.
די משרתת איז דעריבער געווארן שטארק צובראכן ביי זיך אין הארץ.

איינמאל האט דער גרויסער מגיד געלאזט רופן דעם משמש ר' יצחק, און אים אנגעטראגן צו שליסן א שידוך מיט די משרתת.
ר' יצחק האט זיך זייער דערשראקן פונעם גרויסן מגיד'ס פארלאנג און ער האט ארויסגעשטאמלט:
רבי, אלעס וואס דער רבי בעט טו איך בשלימות, אבער די שידוך וועט פאר מיר זיין אזעלכע בושות, אז כ'ווייס נישט צי איך וועל דאס קענען דערטראגן.

האט אים דער גרויסער מגיד געזאגט: "אויב דו וועסט טון דעם שידוך וועסטו האבן א קינד וואס וועט באלייכטן די גאנצע וועלט!"
אויף דעם איז שוין ר' יצחק איינגעגאנגען, און מען האט באלד געשלאסן שידוך און עס איז צו זיי געבוירן געווארן דער הייליגער ראדאשיצער וועמען מען האט גערופן דער "סבא קדישא פון ראדאשיץ".

ער איז געווען קודש הקדשים, בקי בנגלה ובנסתר, א בעל רוח הקודש, און א בעל מופת, ער האט זיך כסדר מסגף געווען.
טויזנטער אידן זענען געקומען נעמען ברכות פון דעם צדיק, טויזנטער אידן זענען געהאלפן געווארן מיט ישועות חוץ לדרך הטבע, רבים הלכו לאורו, צווישן זיי צדיקים בדורו.

ביי די 7 יאר האט זיך שוין דער הייליג קינד געפירט מיט א געוואלדיגע קדושה, ער פלעגט יעדן טאג גיין זיך טובל'ן אין מקו' אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז געווען אייז קאלט האט ער זיך מוסר נפש געווען פאר קדושה מיט א מוראדיגע באהאלטענקייט.

עס איז געווען א חבר וואס האט באמערקט ווי אזוי דער הייליג קינד פירט זיך צו גיין אין מקו', האט דער קינד מחמת קנאה געוואלט נאכטאן ווי דער קינד פירט זיך, איז דער קינד אויך געגאנגען אין מקו' אפילו אין די גאר קאלטע טעג,

איין טאג האט זיך דער אנדערע קינד זייער פארקילט און אריינגעפאלן אין בעט און קראנק געווארן עד כדי כך אז ער איז געווען אין א געפערליכע סכנה, ווען די מאמע זיינער איז געוואר געווארן ווי אזוי איר קינד איז קראנק געווארן, איז זי מרוב צער אריבער צום קינד ישכר בער און אויסגעגאסן איר כעס פארוואס ער ווייזט אזעליכע זאכן פאר איר קינד, עס האט דעם רבין גארנישט געהאלפן צו ענטפערן אז ער האט אים דאס נישט געהייסן טון.

אבער ווען די רבי האט געהערט דעם מצב פון דעם אנדערן קינד, האט זיך דערוועקט אין אים א רחמנות אויפן קינד, איז ער ארויף אויפן בוידעם פון זייער שטוב, און זיך מתבודד געווען און געזאגט תהילים מיט בכיות ביז ער האט אנגעפילט א קריגל מיט זיינע טרערן וואס ער האט געלאזט ביים תהילים זאגן.
דאן האט ער גענומען א קאצקא ציקער און דאס איינגעטונקען אין די טרערן, און דאס אריינגעלייגט אונעם מויל פון דעם קינד דער חולה, און תיכף איז דעם קינד בעסער געווארן, און נאך אביסל צייט איז דער קינד אינגאנצען געזונט געווארן.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ער איז געווען א תלמיד פון גרויסע צדיקי הדור, ובתוכם.
הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,
והרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע,
והרה"ק המגיד מקאזניץ זי"ע,
והרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע,
והרה"ק היהודי הקדוש מפשיסחא זי"ע,
והרה"ק החוזה מלובלין זי"ע,
והרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע.
און ווי דער צדיק האט מעיד געווען אז בחייו האט ער זוכה געווען צו משמש זיין הונדערט און צוואנציג תלמידי חכמים צדיקים בעלי רוח הקודש.

איינמאל ווען דער הייליגער חוזה זי"ע איז געזעצן מיט זיין חבריא קדישא, האט ער זיך אויסגעדרייט צום תלמיד דער הייליגער ראדאשיצער און געוויזן פאר די תלמידים און געזאגט, בזה"ל "הראיתם הזה האברך שהוא מלא יצר הרע מכף רגלו ועד קדקדו" ווען די תלמידים האבן זיך געוואונדערט אויף די ווערטער פון זייער רבין האט ער אויסגעפירט "אבל אינו שומע לו אפי' כחוט השערה".

אין די יונגע יארן האט ער געוואוינט אין שטאט חמעלניק דארט האט ער אסאך באדינט הרה"ק רבי אליעזר ליפא ווייסבלוים זי"ע, דער זוהן פונעם הייליגען צדיק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע.
שפעטער האט ער געוואוינט אין שטאט טאמאשוב און דארט האט ער געלעבט אין א מוראדיגע דחקות, די מענטשן אונעם שטאט האבן נאך דאן נישט געוויסט זיין גדלות, מען האט אים גערופען "בערל בטלן", און ער איז געווען א הצנע לכת.
איין יאר איז ער געווען אין אזא דחקות אז ער האט שוין אפאר טאג פאר יו"כ געפאסט, און מוצאי יו"כ האט ער אויסגעפאסט אויף א שטיקל ברויט און וואסער.

ווען עס איז אנגעקומען דער יו"ט סוכות האט דער צדיק נישט געהאט גארנישט אויף יו"ט, דערפאר ווען עס איז אנגעקומען דאס ערשטע נאכט יו"ט סוכות נאך מעריב איז ער געבליבן אין בית הכנסת און נישט אהיים ווייל ער האט דאך סיי ווי נישט קיין עסן.
אבער דער צדיק האט נישט געוויסט אז זיין רעבעצין די צדקת האט פארקויפט א שטיקל צירונג און פון דעם געקויפט ליכט און חלות און אביסל פאטעטאס לכבוד יו"ט.

ווען דער צדיק האט מרגיש געווען אז יעדער האט שוין גענדיגט די סעודה און אהיים געגאנגען, איז ער אויך אהיים געגאנגען.
ווען ער איז אריין אין די סוכה אן געזען די ליכט און די חלות האט זיך דער צדיק זייער געפרייט אז ער וועט קענען מקיים זיין די מצוות סוכה, ער האט קידוש געמאכט און זיך געוואשן און זיך געזעצט עסן.
אבער דער צדיק האט ביי זיך געטראכט "אוי וויי בעריל, די זיצט דאך נישט אין די סוכה, נאר די זיצט אונעם טעלער".

איין יאר ערב פסח ביי חצות איז ביים צדיק נישט געווען גארנישט פאר יו"ט, איז דער צדיק געגאנגען אין ביהמ"ד און עוסק געווען אין תורה און געלייגט זיין בטחון נאר אונעם גרויסן באשעפער וואס ער ווייסט וואס יעדער ברויך.
נאכן זמן ווען יעדער איז אהיים האט דער צדיק געמאכט די וועג אהיים און האפענדיג אז ער וועט האבן עפעס מיט וואס צו מקיים זיין די מצוות היום.

אזוי ווי דער צדיק קומט אריין אין שטוב זעהט ער אז די טיש איז אנגעגרייט פון אלעם גוטן.
האט ער געפרעגט די רעבעצין פון ווי די אלע זאכן קומען, האט די רעבעצין פארציילט אז נאך חצות היום זענען אנגעקומען צוויי געסט וואס זענען געקומען פון א ווייטע שטאט, און זיי האבן געזיכט ווי אינצושטיין.
האבן זיי אריינגעקלאפט ביי אונז אין שטוב און געפרעגט אויב זיי קענען זיין ביי אונז אויף יו"ט, האב איך געזאגט אז זיי קענען גערען קומען אבער מיר האבן נישט גארנישט קיין עסן אדער צרכי יו"ט.

האבן די צוויי אידן געזאגט אז זיי האבן מיט זיך מיט געברענגט אלע צרכי יו"ט און מצות וואס זענען שמירה משעת קצירה, און דאס איינציגסטע וואס זיי ברויכן איז צו האבן ווי צו איינשטיין.
דער צדיק'ס פנים האט אויפגעלאכטן און ער איז צוגעגאנגען צום סדר מיט א מוראדיגע שמחה און געדאנקט דעם גרויסן באשעפער פארן ווייזען זיינע חסדים און אז ער פארלאזט אים נישט.
מוצאי יו"ט ווען דער צדיק האט געוואלט באדאנקען זיינע געסט האט ער געזען אז זיי זענען שוין נעלם געווארן, ער האט זיי ארומגעזיכט אונעם גאנצן שטאט אבער קיינער האט נישט געוויסט ווי זיי זענען אהין געקומען.

ווען עס איז געקומען די יו"ט שבועות איז דער צדיק געפארן צו זיין רבין דער הייליגער חוזה זי"ע, און דער רבי האט זיך אויף אים נאכגעפרעגט ווי אזוי אלעס גייט, האט דער צדיק פארציילט פארן רבין וועגן די געסט וואס זענען צו אים אנגעקומען אויפן יו"ט פסח און מיט געברענגט אלעס אויף פסח, און פארציילט אז די זענען נעלם געווארן גלייך מוצאי יו"ט.
האט דער חוזה געזאגט, וויסן זאלסטו אז די צוויי געסט זענען געווען "מלאך מיכאל און מלאך גבריאל", וואס דער גרויסער באשעפער האט געשיקט צו מאכן פאר דיר א עונג יו"ט, אשריך וטוב חלקך שזכיתי לכך.
דער חוזה האט אים געזאגט אז פון יעצט און ווייטער וועט דיר גיין גרינגער, און כך הוה אז נאכדעם האט די גדלות פונעם הייליגען ראדאשיצער אנגעהויבן באוויסט ווערן און אידן האבן אנגעהויבן קומען צו דעם צדיק.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע האט דערציילט אז ווען דער הייליגער ראדאשיצער זי"ע איז געווען נאך די חתונה ביים שווער, איז דאן געווען שווערע צייטן ביי אידן, ווייל די גוים האבן אפגעטון רשעות פאר די אידן.
איז געווען א איד וואס האט געואווינט אין א דערנעבענדיגע שטאט, און עס איז זיי בשעטומ"צ געבוירן געווארן א בן זכר, און זיי האבן געברויכט מאכן א ברית מילה, אבער מען האט נישט געקענט טרעפן קיין מוהל וואס זאל מסכים זיין צו קומען מאכן די ברית.

דער איד האט זיך מייאש געווען פון טרעפן איינער וואס זאל קומען מאכן דעם ברית און זיך געלייגט שלאפן, אבער די פרוי בגודל צדקתה האט נישט געוואלט אויפגעבן, האט זי מיט מסירת נפש געשיקט איר קינד זאל גיין זיכן א מוהל, און דער קינד איז ארויס, און ער איז אנגעקומען צום שטאט פונעם הייליגען ראדאשיצער, ווען דער צדיק האט געהערט אז עס רעדט זיך פון א ברית האט ער תיכף מסכים געווען צו גיין מאכן די ברית.

ווען זיי זענען אנגעקומען און געוואלט מאכן דעם ברית האט מען געברויכט א סנדק, מען האט פראבירט צו אויפוועקען דעם טאטן, מען האט אבער נישט מצליח געווען אים אויף צו וועקן, ווען דער צדיק האט ארויסגעקוקט פונעם פענסטער האט ער געזען א אלטן איד מיט שטיוועל, האט ער געפרעגט דעם אלטן איד אויב ער וואלט געקענט זיין סנדק ביים ברית, און דער אלטער איד האט מסכים געווען, און מען האט ב"ה געמאכט דעם ברית.
נאכן ברית האט זיך דער אלטער איד פאר'עקש'נט אז מען זאל דעם טאטן אויפוועקן און מאכן א לחיים לכבוד דעם ברית, און נאך שוועריקייטן האט מען מצליח געווען אויפצווועקן דעם טאטן און מען האט געטרינקן א לחיים און געוואונטשן מזל טוב, און גלייך איז דער אלטער איד נעלם געווארן.

דאן האט דער הייליגער ראדאשיצער געזאגט פאר די עלטערן "מיר האבן זוכה געווען צו זען אליהו הנביא מיט שטיוועל", ווייל דער זקן איז געווען אליהו הנביא וואס איז געקומען זיין סנדק אונעם זכות וואס די מאמע האט זיך מוסר נפש געווען אריינצוברענגען איר קינד בבריתו של אברהם אבינו.

דער צדיק האט זיך געפירט יעדן טאג צו גיין צום טייך אויסער דעם שטאט זיך צו טובל'ן, איין טאג ווען ער איז אנגעקומען צום טייך האט ער דארט געטראפן א גוי'שע קינד וואס האט געהאט א כלי פיל מיט דינרים, און ער האט אנגעטראגן צו פארקויפן דאס גאנצע שיסל פאר 10 גאלדענע רענדליך, האט די צדיק געזאגט אז ער האט נאר 5 גאלדענע רענדליך, דער קליינער גוי האט מסכים געווען און דאס פארקויפט פארן צדיק,

דער צדיק האט זיך זייער געפרייט אויף די מציאה וואס דער גרויסער באשעפער האט אים צוגעפירט וואס ער קען פון דעם האבן עשירות אויף דורי דורות און וועט קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש ראיגערהייט.

אבער דער צדיק האט זיך בארעכענט און געזאגט צו זיך, בערל בערל דער בעל דבר האט דיך פארכאפט, ווייל פון יעצט און ווייטער וועסטו זיין פארנומען מיט די געלט און עס וועט דיך אוועק נעמען פון דיין עבודת השם, און ביי זיך געטראכט, צו נעמען פאר זיך איז נישט קיין אפציע ווייל עס וועט אים שטערן פון זיין עבודת השם, און ארויס ווארפן דאס געלט איז דאך בעל תשחית.
האט דער צדיק געבעטן דעם גוי אז ער וויל צוריק צוען פון דעם געשעפט און צוריק געגעבן דאס גאנצע געלט פאר דעם גוי און צוריק גענומען זיינע 5 גאלדענע רענדליך, און אים געזאגט אז ער זאל אריינגיין אין שטאט און ער וועט זיכער טרעפן דארט א איד וואס וועט קויפן דעם שיסל מיט געלט.
כך הוה דער גוי האט דארט געטראפן איינער וואס האט דאס אפגעקויפט און יענער איז זייער נתעשר געווארן, פון דעם קען מען זעען ווי דער צדיק האט געקענט באשטיין צו לעבן אין דחקות נאר כדי ער זאל קענען דינען דעם באשעפער.

דער צדיק האט געהאט א מנהג יעדן שבת ביינאכט איז ער אויף געווען די גאנצע נאכט און זיך נישט געלייגט, און געזאגט בזה"ל, "אויב די גאנצע וועלט שלאפט, דאן ווער וועט אויף זיין און לערנען, און דערפאר ברויך איך בלייבן אויף די גאנצע נאכט".
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

בשנת תקפ"ה נאכן פטירה פון זיין פעטער רבי זונדל מראדושיץ זי"ע איז ער געווארן אב"ד ראדאשיץ, און נאכן פטירה פון הרה"ק רבי ישעי' מפשעדבורז זי"ע איז ער אויך געווארן אב"ד פשעדבורז, אבער ער איז געבליבן וואוינען אין ראדאשיץ ביז צו זיין פטירה.

דער צדיק איז גאר שנעל געווארן באוויסט, טויזנטער אידן זענען געהאלפן געווארן דורך דעם ברכה פון דעם צדיק, טויזנטער מעשיות זענען דא פון מענטשן וואס האבן געזען מופתים ביי דעם צדיק.

צדיקי דורו האבן געשיקט אידן צו גיין נעמען א ברכה און אפילו נאר זען דעם צורת קדשו פון דעם צדיק, און ווי מען זעהט די ווערטער וואס הגה"ק רבי משה יעקב שארף אב"ד אושפיצין זי"ע שרייבט אין זיין ספר שערי יושר, בזה"ל "כל מי שיש לו גיד ישראלי יכתת רגליו ואף להלוך על כפיו למקום המקודש הלזה ולראות בנועם זיו קדושת אדמו"ר".
הרה"ק רבי מענדעלע מקאצק זי"ע וואס איז געווען א מתנגד פון חסידות האט געשיקט א שליח מיט א קוויטל צום צדיק זיך מזכיר זיין פאר א רפואה ווען ער איז געווען קראנק, אויך להבדיל גוים האבן געוויסט צו זאגן פון דעם צדיק.

נישט אימזינסט האט מען דעם צדיק צוליב זיינע גרויסע מופסים גערופען "סבא קדישא" און אויך מיטן נאמען "דער צווייטער בעל שם", און ווי דער צדיק האט אמאל מעיד געווען מרוב ענוותנותו, אז די מופתים וואס מען זעט ביי אים, זענען ענליך צו וואס מען האט געזען ביים הייליגען בעש"ט זי"ע, און זיין גאנצע קומען אויף די וועלט איז נאר "לגלות את אלקותו יתברך בעולם".

ביי די גרויסע חתונה אין שטאט אוסטילא וואס מען האט גערופען "דער אוסטילער חתונה" ווי די אייניקל פון הרה"ק מאפטא זי"ע האט חתונה געהאט מיט די אייניקל פון הרה"ק רבי מרדכי מנעשכיז זי"ע, זענען דארט געווען איבער זיבעציג גדולי הדור, און וויבאלד דער הייליגער אפטא רב איז דאך געווען פון די זקני הדור, האט מען אים אפגעגעבן גרויס כבוד.

נאך די חתונה איז דער אפטער רב איינגעשטאנען אונעם זעלבן גאסט הויז ווי זיין תלמיד דער ראדעשיצער זי"ע, האט ער געהערט ווי זיין רבי דער אפטער רב זאגט צו זיך בלב נשבר "איך האב מורא, ווער ווייסט אויב מיט די גרויסע כבוד וואס מען האט מיר צוגעטיילט יעצט דא ביים חתונה, האב איך שוין באקומען מיין חלק אין עולם הבא, האט דער ראדעשיצער געזאגט פאר זיין רבין בזה"ל, "לויט ווי דער רבי האט אונז געלערנט ווי גוט דער אויבערשטער איז, גלייב איך נישט אז ער זאל אזוינס טון מיטן רבין" האט זיך דער אפטער רב בארואויגט און הנאה געהאט פון די תשובה פון זיין תלמיד.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,
הרה"ק רבי ישראל יצחק מראדושיץ זי"ע, ממלא מקום אביו,
הרה"ק רבי מאיר משידלובצא זי"ע,
הרה"ק רבי ברוך זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת פרלה ע"ה, אשת ביווג ראשון הרה"ק רבי יצחק פינקלר מראדושיץ זי"ע
בתו הרבנית הצדקת מרת מרים ע"ה, אשת בזיווג שני הרה"ק רבי יצחק פינקלר מראדושיץ זי"ע.

דער הייליגער ראדושיצער איז איינמאל קראנק געווארן, האט ער געזאגט אז די דרך העולם איז אז ווען א מענטש ווערט חלילה קראנק, דארף מען זיך מתוודה זיין און מאכן א חשבון הנפש וואס מען דארף מתקן זיין, האט ער געזאגט "אויב וועל איך זאגן אז איך האב געזינדיגט" טאר מען דאך נישט זאגן קיין ליגענט, אויב וועל איך זאגן אז איך האב ממעט געווען אין עבודת השם, דאס קען איך אויך נישט זאגן ווייל איך האב געטון אלעס וואס איז געווען אין מיין יכולת צו דינען דעם גרויסען באשעפער.

נאר איין זאך וואס איך קען יא טון איז, איך קען מיך מקבל זיין זיין אז מהיום והלאה וועל איך דינען דעם גרויסן באשעפער בלתי לה' לבדו, ווייל דאס איז אן עבודה וואס האט נישט קיין סוף, ווייל אנקומען צו משיג זיין דעם גדלות הבורא איז דאך אן קיין סוף, און דאס נעם איך מיך אינטער פון יעצט און ווייטער, כך הוה דער צדיק איז טאקע געזונט געווארן און נאך געלעבט 20 יאר.

בשנת תר"ג ח"י סיון ערב שבת קודש בהעלותך פאר זיין הסתלקות האט דער צדיק געבעטן מען זאל ברענגן די צדקה פושקעס פון רבי מאיר בעל הנס און די פושקע פון חברה ביקור חולים, און דער צדיק האט ארויס גענומען אפאר מטבעות און געגעבן צדקה צו מקיים זיין וואס עס שטייט "צֶדֶק לְפָנָיו יְהַלֵּךְ וְיָשֵׂם לְדֶרֶךְ פְּעָמָיו".

נסתלק לגנזי מרומים ח"י סיון תר"ג ערב שבת קודש פרשת בהעלותך
די לוי' איז פארגעקומען זונטאג כ' סיון.
צדיקי דורו זענען געקומען באגלייטן דעם צדיק למקום מנוחתו אין ביה"ח אין ראדושיץ.

נאכן פטירה האט מען אונעם אוהל אריין געברענגט דעם טיש וואס דער צדיק האט גענוצט בחייו צו מקבל זיין דעם קהל, און אידן האבן פון דעם טיש אראפ גענומען שטיקלעך און מען האט פון דעם געזען גרויסע ישועות, ליידער האט א שריפה אויסגעבראכן אונעם אוהל אפאר יאר בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה און דער טיש איז אינגאנצן פארברענט געווארן.
צדיקים האבן דאן געזאגט "ווער ווייסט וואסערע שווערע צייטן קומט אויף כלל ישראל, און ליידער האט טאקע אפאר יאר שפעטער אויסגעבראכן די צווייטע וועלט מלחמה ווי מיליאנען אידן זענען ליידער אומגעקומען אויף קידוש השם.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

פאר די הסתלקות האט דער הייליגער ראדאשיצער זי"ע געזאגט בזה"ל, "יום יבוא ויגיע שאנשים יגיעו, יבקשו ישועה, לא ישמעו תשובה ויוושעו".
האבן די צדיקים געזאגט אז די כוונה פונעם צדיק איז געווען, אז נאך זיין פטירה, זאל מען וויסן אז די וואס וועלן קומען צו זיין ציון וועלן זעהן ישועות ונפלאות עד אין סוף.

עס איז מקובל פון צדיקים אז אנצינדן א ליכט לעילו נשמת הרה"ק רבי ישכר בער ב"ר יצחק מראדושיץ זי"ע, און געבן 19 פרוטות פאר צדקה, און זאגן דעם פסוק "כִּי גוֹי אֹבַד עֵצוֹת הֵמָּה וְאֵין בָּהֶם תְּבוּנָה." איז א סגולה צו פטור ווערן פון א גוי וואס מאכט אן צרות וכדומה, אויך ברענגט מען פון צדיקים אז דאס איז א סגולה לכל מיני ישועות.

איינמאל האט א מקורב וואס האט כסדר באדינט דעם צדיק מראדאשיץ, געבעטן פאר א סגולה אויף פרנסה, האט דער צדיק געזאגט אז דאס איז מרומז אין די תורה "וַעֲבַדְתֶּם אֵת ה'-וּבֵרַךְ אֶת לַחְמְךָ וְאֶת מֵימֶיךָ וַהֲסִרֹתִי מַחֲלָה מִקִּרְבֶּךָ", זאגט דער צדיק "וַעֲבַדְתֶּם אֵת ה'", איז קעגן תפלה און עס שטייט דאך בלשון רבים, וואס דאס מיינט דאווענען בציבור, און דאן שטייט וּבֵרַךְ אֶת לַחְמְךָ וואס דאס מיינט אז עס ברענגט פרנסה און א ברכה פונעם באשעפער, און דאן שטייט וַהֲסִרֹתִי מַחֲלָה מִקִּרְבֶּךָ אז דאס ברענגט אויך ישועות און רפואות.

אויך פארציילט מען הונדעטער ישועות וואס דער צדיק האט משפיע געווען, איינעם דורך געבן שריים און איינעם דורך געבן וואסער פונעם קוואל פונעם חצר פונעם צדיק, ווען דער צדיק האט געזעהן ווי דער עולם וואונדערט זיך אויף די אלע מופתים, האט דער צדיק געזאגט מיט א פשטות, עס שטייט דאך, "וַעֲבַדְתֶּם אֵת ה'-וּבֵרַךְ אֶת לַחְמְךָ וְאֶת מֵימֶיךָ וַהֲסִרֹתִי מַחֲלָה מִקִּרְבֶּךָ" אז אויב דינט מען דעם גרויסן באשעפער אזוי ווי עס שטייט אין די תורה, דאן בענטשט דער באשעפער די וואסער און די עסן, און דאס ברענגט ישועות און רפואות.

איינמאל איז א פרוי געקומען זיך מזכיר זיין פאר א ישועה און געזאגט, אז קודם איז דער באשעפער און דערנאך קומט דער רבי, האט דער צדיק א שריי געגעבן בזה"ל, "השי"ת מקודם, השי"ת באמצע, והשי"ת בסוף" אלעס אלעס איז דער אויבערשטער.

הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע, האט דערציילט בשם זיין זיידע הרה"ק מהר"ש מבעלזא זי"ע וואס האט געזאגט אויפן הייליגען ראדעשיצער זי"ע, "ער איז א פלאם פייער פארן אויבערשטען", און הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט געזאגט פאר אידן וואס זענען געקומען זיך מזכיר זיין "עטץ מיינטס אז איך בין אזוי ווי דער צדיק רבי ישכר בער מראדושיץ זי"ע".
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

אין א שטעטל, נישט ווייט פון לובלין, האט געוואוינט א איד ר' נחום. דער ר' נחום האט געהאט א ביטערע צרה.
די קינדער וואס זענען ביי אים געבוירן, האבן נישט איבער געלעבט זייער ברית, עטליכע קינדער זענען ביי אים אוועק פון די וועלט, ווען זיי האבן אויסגעבלוט, נאכן זיי אריינברענגען בבריתו של אברהם אבינו ע"ה.
ווען עס איז צו ר' נחום נאכאמאל געבוירן געווארן א יונגל, איז ר' נחום אריין געגאנגען צום הייליגן חוזה פון לובלין און זיך געבעטן, רבי, העלפט מיר אז כ'זאל קענען אריינברענגען מיין זון תחת כנפי השכינה, מיט'ן מקיים זיין די מצוה פון ברית מילה, און עס זאל אים גארנישט שאדן.

דער הייליגער חוזה האט אים געזאגט: אויב מיין תלמיד ר' בערל [דער ראדאשיצער] וועט זיין דער סנדק פונעם קינד ביים ברית וועט דאס קינד איבערלעבן דעם ברית, און אלעס וועט זיין גוט.
אין יענע צייט איז דער הייליגער ראדאשיצער נאכנישט געווען באקאנט אלץ א צדיק.
דעריבער האט ר' נחום געוואוסט אז עס וועט אים נישט אזוי לייכט אנקומען אז ר' ישכר בער זאל אננעמען צו זיין סנדק, נאכדערצו אויב ער וועט וויסן אז דורך אים דארף ארויס קומען א מופת מיט'ן קינד. דעריבער, איז ר' נחום געגאנגען צו דער יוד הקדוש פון פרשיסחא זי"ע, וואס ער איז אויך געווען פון די תלמידים פונעם חוזה, און ר' נחום האט געבעטן אז דער יהודי הקדוש זאל איינבעטן רבי ישכר בער אז ער זאל זיין סנדק אויפ'ן ברית פון זיין ניי געבוירן קינד.

דער יהודי הק' האט געזאגט פאר ר' נחום, אז ער וועט אים צוליב טון, ווען עס איז געקומען די נאכט פאר'ן ברית, איז דער יהודי הק' געקומען צו רבי ישכר בער, און אים געזאגט אז ער דארף ארויספארן צו א ברית פון א איד, וואו מען דארף אויפטון גרויסע זאכן און ער האט אים געבעטן אז ער זאל מיט אים מיטפארן.
רבי ישכר בער האט מסכים געווען נישט וויסנדיג אז מען ווארט טאקע אז 'ער' זאל אויפטון גרויסע זאכן.
ווען דער 'קוואטער' האט אריינגעברענגט דאס קינד צום ברית, האט זיך דער יוד הק' געוואנדן צו רבי ישכר בער און געזאגט, ר' בערל, אצינד וועל איך אייך זאגן, וואס איז די גרויסע זאך וואס מען דארף דא אויפטאן, איר וועט דא זיין דער סנדק, און אזוי ווי איך גיב אייך איבער א לעבעדיגע קינד, זאלט איר צוריקגעבן דאס קינד לעבעדיג.

רבי ישכר בער האט זיך אנגעהויבן איינ'טענה'ן אז ער ווייסט נישט וואס ער וויל פון אים און ער איז נישט ראוי צו זיין סנדק, אבער דער יהודי הק' האט אים געזאגט אז דער רבי פון לובלין האט געהייסן אז ער זאל זיין סנדק, האט ער בלית ברירה מסכים געווען.
בשעת דער מוהל האט גע'מל'ט דאס קינד אויפ'ן שויס פונעם הייליגן ראדאשיצער, זענען צוויי שנירלאך פון הייסע טרערן געפלאסן אן א אויפהער, פון די הייליגע אויגן פונעם ראדאשיצער, און די טרערן האבן נאכאנאנד געוואשן דאס פנימ'ל פונעם רך הנימול און די בלוט האט זיך אפגעשטעלט.
נאכ'ן ברית האט דער ראדאשיצער געוואונטשן 'מזל טוב' פאר'ן אבי הבן און אים געזאגט אז עס איז שוין נישט דא אויף וואס זיך צו זארגן.

בשעת די צדיקים זענען געזעצן ביי די סעודת ברית, איז די מאמע פונעם קינד אריינגעלאפן מיט א יאמערליכן געוויין, אז עס האט זיך ווידער גענומען שטראמען בלוט פונעם קינד און אט אט גייט ער אויס, ווי זיינע עלטערער ברודער.
דער הייליגער ראדאשיצער האט צוגעמאכט זיינע אויגן און זיך שטארק פאר'דביקות'ט פאר עטליכע מינוט, און דערנאך זיך אנגערופן:
זייט רואיג אלעס וועט זיין גוט, אזוי איז טאקע געווען דאס קינד האט מאריך ימים ושנים געווען געזונטערהייט.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

אויפגעראכטן געווארן מיט דריי שידוכים.

א מעשה וואס איז געשען בערך אכט יאר צוריק.
א איד האט געהאט דריי קינדער אין די יארן פון שידוכים, צוויי בחורים און איין מיידל, די קינדער וואקסן ארונטער אבער דערווייל איז שא שטיל אויפן טעלעפאון טרייבל, קיין שדכנים רופן נישט, די צייט ריקט זיך און דער איד ווייסט נישט ווי זיך אהין צו טאן.
האט אים א גוטער חבר מציע געווען, רבי איד כאפט אייך אריבער צום ציון פונעם ראדעשיצער צדיק, אידן זעהן דארט גרויסע ישועות, נאך אסאך קווענקעלנישן האט דאם אמונת צדיקים גובר געווען און דער איד האט זיך איינגעהאלדענט טיקעטס קיין ראדעשיץ,

אבער ווי עס איז באקאנט קומט יעדע גוטע זאך אן שווער, און דער איד האט געהאט פראבלעמען ביים גרעניץ ארויס צו גיין און די איינגעשטעלטע האבן אים נישט געוואלט לאזן גיין צוליב פראבלעמען מיט זיין פאספארט.

דער איד האט געוויסט דעם סגולה פונעם ראדעשיצער אז ווען מען האט א פראבלעם מיט א גוי זאל מען געבן 19 פריטות לעילו נשמת דעם צדיק און זאגן די פסוק "כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבונה", האט דער איז געטון דעם סגולה, און וואונדער איבער וואונדער דאן האט זיך געטוישט דער לופטפעלד שטאב, און דער גוי גיבט אים א פרעג, וואס טוסטו נאך דא איר זענט דאך באשטעטיגט אריבער צו גיין, גייט ארויף אויפן פליגער.

שטייענדיג דארט ביים ציון האט דער איד געטראפן דעם גבאי קודש פונעם ציון הרה"ח ר' ישראל יושע מענצער נ"י, און ר' ישראל יושע דערציילט אים אז פאר א סכום געלט צינט ער יעדע וואך א ליכט און דערמאנט אלע משתתפים וואס זענען מחזק דעם ציון הקדוש פונעם צדיק, דער איד האט גלייך זיך אנגעשלאסן מיט א שיינעם סכום להחזקת מקום קדוש, און זיין נאמען ווערט דערמאנט יעדע וואך ביים ציון קדשו.

אייניגע וואכן נאכן צוריק קומען האט דער איד געבראכן טעלער פארן ערשטען זוהן בשעה טובה ומוצלחת למזל טוב, און עס איז נישט אריבער עטליכע חדשים און דער איז ברעכט טעלער ביים צווייטען זוהן בשעה טובה ומוצלחת,

די קומענדיגע כ"א אדר איז דער איד געפארן צום יארצייט פונעם הייליגען נועם אלימלך זי"ע און פארשטענליך האט ער זיך אריבער געכאפט צום הייליגען ראדעשיצער און דארט אפגעגעבן א שבח והודאה פארן גרויסע באשעפער אויף די וואונדער, און פארשטייט זיך אויך תורם געווען א שיינע סכום להחזקת ציון קודשו פונעם הייליגען ראדעשיצער זיך צו באדאנקען פאר די ישועה און בעטענדיג א ישועה אויך פארן טאכטער זאל א כלה ווערן.
דעם קומענדיגן ח"י סיון איז דער איד געפארן צו ציון פונעם הייליגען ראדעשיצער שוין אפגעבענדיג א יישר כח פאר די שידוך פונעם טאכטער בשעה טובה ומוצלחת.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע האט פארציילט אז אין ווארשא איז געווען א איד ליידער א משכיל וואס איז קראנק געווארן אויף די אויגן און עס איז געווארן ערגער און ערגער, מען האט דעם איד צוגערעדט אז ער זאל אריבער גיין צום הייליגען ראדעשיצער זי"ע און ער וועט געהאלפן ווערן מיט א ישועה, פארשטייט זיך אז דער משכיל האט בשום אופן נישט געוואלט גיין, אבער נאך אסאך בעטן האט ער מסכים געווען און אריבער צום צדיק.

ווען ער איז געקומען האט דער צדיק געהייסן אז ער זאל קומען בשעת דער צדיק עסט ארוחת ערב, איז דער איד געקומען צום צדיק, האט דער צדיק אים געפרעגט אויב ער גלייבט אז עס איז דא א בורא עולם וואס קען אים אויסהיילן די אויגן אין איין רגע און אים מאכן צוריק זעהן, דער משכיל האט נישט געענטפערט, האט דער צדיק גענומען א פריסת חלה און אריבער געפירט אויף זיינע אויגן, און לפלא יענע רגע האט דער איד אנגעהויבן זעהן כאחד אדם.

אבער נאך אפאר מינוט האט דער צדיק נאכאמאל אריבער געפירט דעם פריסת חלה אויף זיינע אויגן און דער איד איז צוריק בלינד געווארן, און דער צדיק האט געזאגט, איך האב דיר נאר געוואלט ווייזן אז עס איז דא א בורא עולם וואס פירט די וועלט, אבער וויבאלד די ווילסט נישט גלייבן אונעם באשעפער וועסטו נישט זוכה זיין צו א רפואה.

עס איז געווען א נגיד וואס האט באקומען א מכה אויף זיין קאפ, און די דאקטורים האבן געזאגט אז דאס איז א שרעקליכע סכנה וויבאלד עס קען צו קומען צום מח, און זיי האבן נישט געקענט געפינען קיין רפואה דערפאר.
איז דער איד געפארן צום הייליגען ראדאצישער זי"ע און ווען דער צדיק האט געזען דעם מכה האט ער גענומען פונעם שאפע א זאלב וואס מען האט גערופען "מוש, און דער צדיק האט אנגעשמירט דעם זאלב אויף א שמאטע און געהייסן דעם איד דאס ארום בינדען אויף די מכה און עס לאזן דארט פאר א מעת לעת,

די קומענדיגע טאג איז דער איד צוריק געקומען און מען האט דעם שמאטע אראפ גענומען און עס האט שוין אויסגעזעהן אסאך בעסער, האט דער צדיק געזאגט אז ער זאל דאס לאזן פאר נאך א טאג, און די קומענדיגע טאג האט מען געזען אז די מכה איז אינגאנצן פארהיילט געווארן.
איז דארט געווען הרה"ק משידלובצא זי"ע און ער האט געבעטן דעם הייליגען ראדאשיצער אז ער וויל האבן אביסל פון די זאלב "מוש" ווייל עס העלפט אויסהיילן אן אויסשלאג.
האט דער הייליגער ראדאשיצער געזאגט, און דעם זאלב געפינט זיך גארנישט ספעציעל אדער א געמיש פון רפואות, נאר אזוי ווי עס איז א מנהג צו עסן ראש השנה ביינאכט עפל מיט האניג, האב איך צעריבן די איבער געבליבענע עפל, און מיט דעם האב איך געמאכט די רפואה.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

איינמאל איז הרה"ק רבי יצחק מווארקא זי"ע קראנק געווארן, האט ער געשיקט א קוויטל צום ראדאשיצער זי"ע און זיך מזכיר געווען פאר א רפואה, האט דער ראדאשיצער געשיקט מיטן שליח א שטיקל קאצקא צוקער און געהייסן אז דער רבי יצחק זאל פון דעם עסן און ער וועט האבן א רפואה.
דער רבי יצחק האט גענומען דעם צוקער און געזאגט בזה"ל "הנני מוכן ומזומן לקיים מצות עשה, לשמוע דברי חכמים" און ער האט געגעסן א שטיקל פונעם צוקער, גלייך איז אים בעסער געווארן און אזוי האט ער געגעסן דעם צוקער, און ווען ער האט גענדיגט אויפעסן דעם גאנצן צוקער איז ער אינגאנצן געזונט געווארן.

הרה"ק ממאגלניצא זי"ע איז אמאל קראנק געווארן און ער האט געשיקט אז מען זאל אים מזכיר זיין ביים הייליגען ראדאשיצער זי"ע, האט דער ראדאשיצער געזאגט אז ער נעמט אויף זיך די מחלה, און דער הייליגער מאגלניצער איז טאקע געזונט געווארן, אבער דער ראדאשיצער איז קראנק געווארן, אבער נאך א שטיק צייט איז דער ראדאשיצער אויך געזונט געווארן, האט דער רבי יצחק מווארקא זי"ע געזאגט אויף דעם פשט אונעם ברכה, "בָּרוּךְ פּוֹדֶה וּמַצִּיל" וואס מייט אז קודם האט דער צדיק פּוֹדֶה געווען דעם מאגלניצא רבי און דערנאך וּמַצִּיל האט דער צדיק דער ראדאשיצער זיך מציל געווען.

איינמאל איז א איד פון שטאט קאצק געקומען צום רבין פון ראדאשיץ און זיך זייער באקלאגט אז ער האט נישט קיין פרנסה און וואס ער פראבירט איז ער נישט מצליח, דער צדיק האט גלייך געפרעגט דעם איד אויב ער איז נזהר צו זאגן תחנון יעדן טאג, דער איד האט זיך געשעמט און נישט געוואלט עטפערן, אבער דער צדיק האט נאכאמאל איבער געפרעגט און דער איד האט מודה געווען אז ער זאגט נישט קיין תחנון ביים דאווענען שחרית.
האט דער צדיק געפרעגט דעם איד פון ווען ער זאגט שוין נישט קיין תחנון, האט דער איד מודה געווען אז נאך פון זיין יוגענט האט ער אויפגעהערט זאגן תחנון, האט דער צדיק געהייסן דעם איד מאכן א חשבון פונקטליך וויפיל מאל ער האט אויס געלאזט תחנון, און ער זאל דאס אלעס משלים זיין און אויך זאל ער זיך פארנעמען אז מהיום והלאה וועט ער יעדן טאג זאגן תחנון און ער וועט אי"ה מצליח זיין אין פרנסה.

דער איד האט שווער געארבעט פאר אפאר וואכן צו משלים זיין אלע טעג וואס ער האט נישט געזאגט קיין תחנון, און כך הוה ווען ער האט דאס אלעס משלים געווען האט זיין הצלחה אנגעהויבן שיינען און ער האט געהאט פרנסה ברווח און געבליבן א חסיד פונעם צדיק פון ראדאשיץ זיין גאנץ לעבן.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5637
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

חיס האט געשריבן: דינסטאג מארטש 04, 2014 4:57 am
מיללער האט געשריבן:
וויאזוי גייט דער יחוס פון רבי בנימין פון לאדזש צום הייליגן ראדושיצער?
כך היחוס:
רבי בנימין גוטשל הי"ד
בן רבי אשר אנשיל גוטשל מלדוז' זצ"ל
חתן רבי הלל פינקלר מראדושיץ זצ"ל
בן רבי יצחק אב"ד ראדושיץ זצ"ל
חתן רבינו ישכר בער מראדושיץ זי"ע
אטעטשמענטס
דער יוד ווארשא ה תמוז תרפג.JPG
דער יוד ווארשא ה תמוז תרפג.JPG (168.49 KiB) געזען 357 מאל
מורשת חכמי אמעריקא
טעם לפגם
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:21 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם לפגם »

מרגלא בפומיה האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:16 am
ער איז געווען א תלמיד פון גרויסע צדיקי הדור, ובתוכם.
הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,
והרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע,
והרה"ק המגיד מקאזניץ זי"ע,
והרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע,
והרה"ק היהודי הקדוש מפשיסחא זי"ע,
והרה"ק החוזה מלובלין זי"ע,
והרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע.
און ווי דער צדיק האט מעיד געווען אז בחייו האט ער זוכה געווען צו משמש זיין הונדערט און צוואנציג תלמידי חכמים צדיקים בעלי רוח הקודש.
ווי אויך האט ער געשריבען די תורות פועם הייליגען אפטא'ר רב זיעוכי"א, שפעטער האט מען דאס אפגעדרוקט אין אן עקסטרען חיבור מיטן נאמען תורת אמתויצא לאור עולם בהסכמת מרן רביה"ק בעל תפארת שלמה זי"ע
https://hebrewbooks.org/3875
וועלן מיר פראבירען צו אריין געבן א פרישען טעם לפגםאין אלעמען,
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

א חסיד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 04, 2016 9:03 pm
ווייסט אפשר איימיצער וויא אזוי און אויב דער ראדישיצער רבי שליטא פון ארץ ישראל איז א ראדישיצער אייניקעל?
גא"ם צי וויסען אויב ער א איינקיל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25392
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער הילולא קדישא פון דער הייליגע ראדאשיצער צדיק זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”