בלאט 1פון 1

דיבוק חברים שע"י עולם היהודי: בענין פריעת בעל חוב דהלוואה

געשריבן: מיטוואך מאי 12, 2021 9:27 pm
דורך סענסיטיוו
יה"ר שיהיה לזכות אחב"י שבארץ ובגולה

אוראייניקל האט געשריבן: ס'איז ממש נישט פשוט אז מ'דארף באצאלן א הלואה!

דהיינו, יענער האט דיר געגעבן געלט ברצון, און דו האסט געזאגט אז דו גייסט באצאלן.

צו דען איז זאגן מחייב?

זאגן חז"ל אז יא, ווייל ס'שטייט הין צדק, ודרשו הן שלך צדק, און ס'איז א מצוה מקיים צו זיין דיבורו.

ומשום זה קטנים, אויב ס'איז נישטא קיין שיעבוד נכסים, האלט רב פפא (ב"ב קעד) אז מען קען זיי נישט כופה זיין צו באצאלן, ווייל זיי זענען נאכניטש מחוייב במצוות.

ממש א מחיה אז מיר האבן דיר דא!

ווי דו אליין שרייבסט, זענען דיינע רייד אליבא דרב פפא אין (ערכין און) בבא בתרא אז פריעת בעל חוב מצוה, און דער כפייה דערויף איז מדין כפייה על מצוה (כתובות פו.), און טייל פוסקים זענען מבאר אז דאס איז וויבאלד רב פפא האלט אז שעבודא לאו דאורייתא.

בכל אופן, שיטת רב הונא בריה דרב יהושע / מאן דאמר שעבודא דאורייתא, איז אז פריעת בעל חוב איז א דין, ד.ה. אז פון דער עצם מציאות פון תורת הבעלות איז מוכרח אז מען דארף באצאהלן אן הלוואה.

ולא זו אף זו, עס איז באקאנט אז פריעת הלוואה איז נישט קיין מלוה הכתובה בתורה (אנדערש ווי תשלומי נזקין), און לויט איין וועג אין ראשונים איז פשט דערפון אז אפילו עס וואלט נישט געשטאנען אין די תורה אז מען דארף באצאהלן אן הלוואה, וואלט מען דאס געוואוסט מסברא!
און דאס איז לכאורה אויך רב פפא, און מען דארף דאס טאקע פארשטיין.

Re: דיבוק חברים שע"י עולם היהודי: בענין פריעת בעל חוב דהלוואה

געשריבן: מיטוואך מאי 12, 2021 9:32 pm
דורך סענסיטיוו
בעל דעת האט געשריבן: פשוט אן אריינגייין ציפיל פרטים איז א דא גרויסע נפ"מ פארוואס מען איז מחיוב צי באצאלען צי לגבי ריבית דאורייתא, צי לגבי יורשים,לגבי שמיטת בע"ח, דאס וואס קימט מיר יעצט ארויף אין קאפ.

אויב פארשטיי איך גוט, גייט די הודעה ארויף אויף די שאלה אויב פריעת בע"ח דהלוואה איז מצד דער עצם זאך וואס דער ממון איז אנגעקומען ליד הלוה, אדער מצד די קציצה צווישן דער מלוה און דער לוה.
ונפק"מ למשל אויב מצד עיקר דין המשפטים (און אפשר אפילו לאמיתו של דבר, נאך די פרשה פון רבית) קען מען קוצץ זיין צו באצאהלן מער ווי דער סך ההלוואה, וכ"ה דעת הגר"ח מבריסק.
אפשר קענסטו בעסער מסביר זיין די נפקא מינות וואס דו רעכנסט אויס? (אויב דו האסט צייט!)

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: