לעקטער אין שבת
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע:אין אפיס
- פארבינד זיך:
ס'האט מיר איינער פראבירט אויפמערקזאם צו מאכן, אז אנצינדן א סוויטש אין שבת, אפילו ווען ס'איז נישט דא קיין באלב, דארף לכאורה צו זיין די זעלבע פראבלעם כאילו ס'איז ווען יא דא א באלב, ווייל פאקטיש שיק איך לעקטעריסעטי צום פלאץ דארט ווי די באלב באלאנגט, און לויט דעם וועט אויסקומען, אז ס'איז נישט גענוג אז מ'דרייט ארויס די באלב פון די פריזשעדער, נאר מ'דארף אראפ קלעבן די באטן, וואס דאס מאכט אז די באלב זאל זיין פארלאשן, ווייל די טיר איז מ'כלומר'שט פארמאכט, וואס זאגט איר, איזער גערעכט?
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
איך הער,
דאכט זיך מיר אז מערעדט דערפון. איך קען מיך יעצט נישט דערמאנען וויא.
לויט דער שיטה פון חזון איש אז פארמאכען א סירקוט מיט א סוויטש גייט אינטערען מלאכה פון בונה, וועט אויס קומען אז מיט
פארמאכען א סוויטש, אפילו עס איז נישט דא א באלב, האט געמאכט א ביסעל לענגער דער סורקוט וויא די לעקטריזיטי גייט
עפעס אזוי קלינגט מיר און קאף

the SCY is the limit
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע:אין די גלייזן
לפי קטנת שכלי....
ווען א באלב איז אויסגעברענט אדער אויסגעדרייט איז נישט דא קיין דבר המחבר אז די עלעקטריק קארענט זאל אדורך גיין. דאס הייסט, כדי אן עלעקטרי קארענט זאל אדירך גיין א דראט (ווייער בלע"ז) מוז עס זיין קאנעקטעד פון ביידע זייטן צו די גענעראטאר, די דראט איז צוטיילט אין דערמיט און די באלב איז דער דבר המחבר צווישען די צוויי חלקים פון די דראט. אבער ווען די באלב איז אויסגעדרייט אדער ווען די באלב איז אויסגעברענט דאן איז די באלב נישט מחבר די צוויי טיילן פון די דראט און קיין שום עלעקטריק קארענט גייט נישט אדורך די דראט בכלל.
לגבי די שאלה פון בונה בין איך נישט זיכער אבער איך טראכט אז מען קען זאגן די זעלבע, די גאנעצע טעם פארוואס דאס הייסט בונה איז ווייל ווען מען ריקט די סוויטש ווערט די דראט מחובר און גאנץ, משא"כ ווען די דראט איז סייווי נישט גאנץ זייענדיג אפגעהאקט אין דער מיט ביי די מקום הבאלב.
בכלל ווייס איך נישט ווי ווייט די פוסקים האבן אנדענומען ווי די חזו"א אז עס איז בונה.
כל זה אמרתי לסברא בעלמא ולא למעשה.

הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
רב קרעמער,
איך האב נישט געזעהן קלעבען באטטענס ביי מיר און מיינע חברים הייזער. פאר שבת האט מען ארויסגעדרייט דער באלב.
איך געדענק ביי חברים וויא מען האט אונגאנצען ארויסגענומען דער באלב כדי אויב מען פארגעסט זאל נישט זיין א פראבלעם.
שפעטער יאהרען ווען די ריפרידזירעיטארס האבען אנגעפאנגען האבען א פען, און עס האט זיך אויסגעלאשען ציזאמען מיט דאס אנצינדען פון דעם באלב האט מען אנגעפאנגען קלעבען. ביי אונז האט מען אריינגעשטעקט א שטיקעל האלטץ ביים באטטען כדי עס זאל כסדר זיין אראפגשטיפט.

היינט פארטאגס האביך מיטן חברותא אביסל איבערגעגאנגען דעם נושא. (דאס איז מיינע גרעסטע תאוות, אסוקי שמעתא אליבא דהילכתא, כמעט אזא תאוה ווי שטיפן די צייט)
כהאף נאף מרחיב צו זיין את הדיבור בזה, אבער ווען מען לערנט דורך די חזון איש, זעהט מען א די גאנצע שאלה הייבט זיך נישט אן, אין אויב געשענט נישט גארנישט איז נישטא קיין בונה.
ובכלל איז אנדי גערעכט אז רוב מורי הוראות פון זמינינו נעמען נישט אן דעם חזון איש,
און א ווארט צו ראביי קרעמער, אויב דו ווילסט זיין רוהיג דאן פרעג א מורה הוראה, און נישט אונזערע פארברענגערס, אבער אינאלענפאלס איז דער סוגיא אזוי שיין און פארצווייגט,
איך וועל אי"ה צירוק קומען צו דעם נושא בארוכה בל"נ.
כהאף נאף מרחיב צו זיין את הדיבור בזה, אבער ווען מען לערנט דורך די חזון איש, זעהט מען א די גאנצע שאלה הייבט זיך נישט אן, אין אויב געשענט נישט גארנישט איז נישטא קיין בונה.
ובכלל איז אנדי גערעכט אז רוב מורי הוראות פון זמינינו נעמען נישט אן דעם חזון איש,
און א ווארט צו ראביי קרעמער, אויב דו ווילסט זיין רוהיג דאן פרעג א מורה הוראה, און נישט אונזערע פארברענגערס, אבער אינאלענפאלס איז דער סוגיא אזוי שיין און פארצווייגט,
איך וועל אי"ה צירוק קומען צו דעם נושא בארוכה בל"נ.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
ר' זקן לפי כבודו.זיידעניו האט געשריבן: ...אבער ווען מען לערנט דורך די חזון איש, זעהט מען א די גאנצע שאלה הייבט זיך נישט אן, אין אויב געשענט נישט גארנישט איז נישטא קיין בונה.
ובכלל איז אנדי גערעכט אז רוב מורי הוראות פון זמינינו נעמען נישט אן דעם חזון איש,
מיט דעס אז אינזערע מורי הוראות נעמען נישט אן דעם חזון איש ביסטו גערעכט, אבער מיט דעס וואס די זאגסט אז עס געשעהנט גארנישט
ביסטו נישט גערעכט.
דער וואס פארשטייט צי עלעקטריזיטי ווייסט אז עפעס געשעט יא. . והא ראיה
ווען די פארמאכסט דעם סוויטש קענסטו נישט צי רירען דארט וויא מען שטעלט אריין דער באלב, ווייל דער voltage אדער potential
[אויא די טעקנישענס ריפען דאס] איז יעצט דא און פריער איז דאס נישט געווען. און דיין פארמאכען דעם סוויטש האט דאס געמאכט
the SCY is the limit
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע:אין די גלייזן
...דער וואס פארשטייט צי עלעקטריזיטי ווייסט אז עפעס געשעט יא. . והא ראיה
ווען די פארמאכסט דעם סוויטש קענסטו נישט צי רירען דארט וויא מען שטעלט אריין דער באלב, ווייל דער voltage אדער potential
[אויא די טעקנישענס ריפען דאס] איז יעצט דא און פריער איז דאס נישט געווען. און דיין פארמאכען דעם סוויטש האט דאס געמאכט
אויב האסטו פארשטאנען וואס איך האב פריער געשריבן וועסטו ווידער פארשטיי פארוואס דו ביזט נישט גערעכט.
ווען איינער צינדט אן א סוויטש וואס עס איז נישט דא קיין באלב גייט נישט דורך קיין שום עלעקטרישע קארענט ווילאנג עס איז נישט נישט דא קיין דבר המחבר, ממילא ווען ער לייגט אריין זיין פינגער דארט באקומט ער א שאק ווייל די סעקונדע וואס ער האט געלייגט זיין פינגער דארט איז עס געווארן די מחבר און די קארענט גייט אדורך.
ממילא ווילאנג זיין פינגער איז נישט דארט מאכט ער גארנישט קיין דבר השלם.
פארשטנת?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע:אין די חיפוש
לאמיר אביסל מעיין זיין דא:
http://science.howstuffworks.com/electricity3.htm
The electrons will need to flow from the negative terminal to the positive terminal through a copper wire or some other conductor. When there is a path that goes from the negative to the positive terminal, you have a circuit, and electrons can flow through the wire.
You can attach a load of any type (a light bulb, a motor, a TV, etc.) in the middle of the circuit. The source of electricity will power the load, and the load will do its thing (create light, spin a shaft, generate moving pictures, etc.).

An article a day keeps the babies away
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
מאשקע, איך רעד פון voltage און די ברענגסט פון current.
קארענט איז flow of electrons , וואלטעדש איז potential
עסט זאגען אז א דשענערעטאר טוט גארנישט אויף ביז איינער שטעלט צי א באלב צי די ווייערס וואס קומען ארויס פון דעם דשענערעטאר?
.It created a voltage potential
דער וואלטעדש איז דא ביי די עקען פון די ווייערס. מעו קען מעסטען דער וואלטעדש מיט א voltmeter.
קארענט וועט ערשט פליסען ווען דער סורקעט ווערט פארמאכט דורך א באלב.
צירוק קומענדיג צי אינזער שאלה.
דער וואלטעדש גייט ביז צי איינע פון די פאלס און דעם סוויטש. ווען די פארמאכסט דעם סוויטש האסטו געמאכט אז דער וואלטעדש זאל יעצט
זיין ביים לאך וויא מען שטעלט דעם באלב, און פריער איז דאס נישט דארט געווען.

- למדן
scy4851 האט געשריבן: רב קרעמער,
איך האב נישט געזעהן קלעבען באטטענס ביי מיר און מיינע חברים הייזער. פאר שבת האט מען ארויסגעדרייט דער באלב.
איך געדענק ביי חברים וויא מען האט אונגאנצען ארויסגענומען דער באלב כדי אויב מען פארגעסט זאל נישט זיין א פראבלעם.
שפעטער יאהרען ווען די ריפרידזירעיטארס האבען אנגעפאנגען האבען א פען, און עס האט זיך אויסגעלאשען ציזאמען מיט דאס אנצינדען פון דעם באלב האט מען אנגעפאנגען קלעבען. ביי אונז האט מען אריינגעשטעקט א שטיקעל האלטץ ביים באטטען כדי עס זאל כסדר זיין אראפגשטיפט.
נישט לאנג צוריק האב איך געזען עדווערטייזד א באשעפעניש מיטן נאמען: "שבת-סוויטש" פאר'ן פרידזשידעיר.
עס איז א שטיקל פלעסטיק וואס מען קלעבט ארויף נעבן דעם באטן אויפן פרידזשידעיר, און בעפאר שבת רוקט מען ארויס א קליין צינגל וואס האלט "אראפ" דעם באטן.
דער פראדוקט ווערט ערצייגט דורך א פירמע מיט'ן נאמען "קאושער אינאוועישאנס", [לויט ווי איך האב שפעטער געהערט איז עס עפעס א ליטוואק ערגעצוואו אין באלטימאר], און זיי אפפערן אפילו א ספעציעלע סערוויס, אייך אנצוארופן יעדן ערב שבת און ערב יום טוב צו דערמאנען צו שלעפן דעם צינגל! [איר דארפט בלויז אנרופן א ספעציעלן נומבער, און איבערלאזן אייער טעלעפאן נומבער, און איר וועט באקומען יעדע וואך אן אוטאומעיטעד רעמיינדער קאל]
לעצטנס האב איך באמערקט אז די פירמע האט א גאנצן טוץ מיט ארטיקלן צו העלפן פאר'ן 'קאושער קאנסומער' [סאו טו ספיק], צב"ש: א לעקטער צו טשעקן ווערעם, א שבת לאמפ, און נאך אנדערע טשאטשקעס, אבער ס'מערסטע איז מיר געפאלן א "שבת טוט-בראש"!!!
איך ווייס נישט גענוי וויאזוי דאס ארבייט און פארוואס מ'מעג [אדער מ'מעג נישט] דאס נוצן אום שבת, עס האט א כתב הכשר אויפן פעקל, אבער איך האב עס נישט געהעריג געליינט, סאו עס וואלט לדעתי געווען א סאבדזשעקט צו באשרייבן און מברר זיין.
אל מעלת כבוד נושאי האשכול של ענבים, בנושא של עלעקטעריק בתןך הווייער, שאינו נעשה עמו דבר.
איז אזוי בין לאנדי ובין לר' שמחה, איז נישט קיין חילוק לכאורה לגבי שבת, ווייל דער ווייער האט טאקע אין זיך דער כח פון וואלטעדש, אבער עס טוט נישט קיין שום פעילה, דאס הייסט אז דער קארענט איז ניטאמאל דא און דער סיבה איז נישט קיין נפקא מינא, אבער וויבאלד דער ווייער איז ניטאמאל הייס אז עס זאל הייסן א גחלת וכו', איז דאס נישט אפילו אין די דער פון א עלעקטעריק שאלה,
און לגבי די איסור פון בונה, איז דער חזון איש אינגאנצען נישט נוגע, איך וועל עס זאגן אין קורצען, דער חזון איש טענה'ט אז דער דבר העלעקטערי איז ביז יעצט געווען א מת און ווען מען צינד עס אן איז עס געוואן לעבעדיג, ובכן איז ער דן אז דאס מיינט אז ער איז א בונה און א מכה בפטיש, ווייל אן די עלקטעריק איז דער כלי גארנישט ווערד, און מיט דעם וואס ער בענג אריין די קאררענט איז ער מהוה די מאשין אלץ א מאשין.
איז אזוי בין לאנדי ובין לר' שמחה, איז נישט קיין חילוק לכאורה לגבי שבת, ווייל דער ווייער האט טאקע אין זיך דער כח פון וואלטעדש, אבער עס טוט נישט קיין שום פעילה, דאס הייסט אז דער קארענט איז ניטאמאל דא און דער סיבה איז נישט קיין נפקא מינא, אבער וויבאלד דער ווייער איז ניטאמאל הייס אז עס זאל הייסן א גחלת וכו', איז דאס נישט אפילו אין די דער פון א עלעקטעריק שאלה,
און לגבי די איסור פון בונה, איז דער חזון איש אינגאנצען נישט נוגע, איך וועל עס זאגן אין קורצען, דער חזון איש טענה'ט אז דער דבר העלעקטערי איז ביז יעצט געווען א מת און ווען מען צינד עס אן איז עס געוואן לעבעדיג, ובכן איז ער דן אז דאס מיינט אז ער איז א בונה און א מכה בפטיש, ווייל אן די עלקטעריק איז דער כלי גארנישט ווערד, און מיט דעם וואס ער בענג אריין די קאררענט איז ער מהוה די מאשין אלץ א מאשין.
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע:אין די גלייזן
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
דרך אגב, און דאס איז נישט קיין נפקא מינא להלכה.זיידעניו האט געשריבן: ווייל דער ווייער האט טאקע אין זיך דער כח פון וואלטעדש, אבער עס טוט נישט קיין שום פעילה, דאס הייסט אז דער קארענט איז ניטאמאל דא און דער סיבה איז נישט קיין נפקא מינא, אבער וויבאלד דער ווייער איז ניטאמאל הייס אז עס זאל הייסן א גחלת וכו',
דער אר"י ז"ל האט שוין עפעס מרמז געווען אויף עלעקטריזיטי.
און די כתבים זאגט ער אז עס איז פארהאנען אן 'אש שחורה'' עס געפינט זיך און ברזל ,און עס איז נישט קיין גחלת
the SCY is the limit
- אלעקסיי
- שר האלפיים
- תגובות: 2874
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
- לאקאציע:בערג און טאלען
- פארבינד זיך:
אגב, דער גאון די מהרש"ם שרייבט אין א תשובה, וז"ל:
ובמקום אחר כתבתי כי כח העלעקטרי מרומז במשלי (כז, יג) 'ברזל בברזל יחד ואיש יחד פני רעהו' עפמ"ש חכמי הטבע כי גם שני אנשים יתדבקו בכח העלעקטרי להוציא מה שטמון בלבו אשר יהי' נאלץ להוציא בפיו ולגלות סודו, והאריכו למעניתם בהראות נפלאות בחכמת היצורה אשר שם השי"ת בבריאתו , ואמרתי שזהו מרומז במקרא הנ"ל וליכא מידי דלא רמיזא באורייתא.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.