טעותים

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

הארי פלארי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 6:12 pm
היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:03 am
הארי פלארי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 5:03 pm
א קאנספיראציע טעאריקער איז לעצטנס געווארן א קאנספיראטאר.

ווי אויך איז א מענטש וואס רעדט פאליטיק געווארן איינער וואס פאליטיזירט.

ראנג.
איך ווייס נישט צי עס איז נאר לעצטנס, אבער אסאך מענטשן פארמישן זיך צווישן דעם קאנספיראטאר פונעם קאנספיראציע מיט'ן קאנספיראציע טעאריקער זעלבסט.
דו זאגסט עפעס אנדערש ווי איך?
ניין, דאס זעלבע.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
נתאי הארבלי
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:00 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתאי הארבלי »

אסאך מענטשן זאגן 'מאכן שידוכים' אנשטאט 'טון שידוכים'. לעצטנס האב איך עס אפילו געזען געדרוקט אין אן אויסגאבע.

דער טעות קומט פון א"י וואס זיי ניצן 'מאכן' במקום 'טון', לדוגמא: "כ'האב נאך גארנישט געמאכט היינט", אדער "וואס קען איך מאכן פאר דיר"...

שידוכים טוט מען, קאווע מאכט מען.

וואו מען וואלט עס יא אפשר געקענט ניצן איז אויפ'ן שדכן וועלכער פירט אויס דעם שידוך.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

און אמר"ש, דאן וואס איז דער חילוק צווישן ווען איינער מאכט א טעות אדער ער טוט א טעות אדער באגייט א טעות?
נתאי הארבלי
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:00 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתאי הארבלי »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 4:08 pm

באגיין איז מער דראמאטיש און אפיציעל ווי מאכן. טון א טעות איז נישט אין די דיקשאנערי.

(בבחינת מאך מיר א טובה, טו מיר א קאווע...)

נתאי הארבלי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 4:13 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 4:08 pm
און אמר"ש, דאן וואס איז דער חילוק צווישן ווען איינער מאכט א טעות אדער ער טוט א טעות אדער באגייט א טעות?
באגיין איז מער דראמאטיש און אפיציעל ווי מאכן. טון א טעות איז נישט אין די דיקשאנערי.

(בבחינת מאך מיר א טובה, טו מיר א קאווע...)
און איך טראכט יעצט אז באגאנגען א טעות איז אפשר אויך נישט ריכטיג, באגאנגען הערט זיך מער ווי איינער האט עפעס דורכגעפירט בכוונה, באגאנגען אן עוולה.
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

נתאי הארבלי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 4:06 pm
אסאך מענטשן זאגן 'מאכן שידוכים' אנשטאט 'טון שידוכים'. לעצטנס האב איך עס אפילו געזען געדרוקט אין אן אויסגאבע.

דער טעות קומט פון א"י וואס זיי ניצן 'מאכן' במקום 'טון', לדוגמא: "כ'האב נאך גארנישט געמאכט היינט", אדער "וואס קען איך מאכן פאר דיר"...

שידוכים טוט מען, קאווע מאכט מען.

וואו מען וואלט עס יא אפשר געקענט ניצן איז אויפ'ן שדכן וועלכער פירט אויס דעם שידוך.
כ'האב אמאל געהערט פון אן ארץ ישראל'דיגער, אנשטאט זאגן "כ'מאך געלט" האט ער געזאגט "כ'טו געלט".
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

מנשה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 5:19 pm
נתאי הארבלי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 4:06 pm
אסאך מענטשן זאגן 'מאכן שידוכים' אנשטאט 'טון שידוכים'. לעצטנס האב איך עס אפילו געזען געדרוקט אין אן אויסגאבע.

דער טעות קומט פון א"י וואס זיי ניצן 'מאכן' במקום 'טון', לדוגמא: "כ'האב נאך גארנישט געמאכט היינט", אדער "וואס קען איך מאכן פאר דיר"...

שידוכים טוט מען, קאווע מאכט מען.

וואו מען וואלט עס יא אפשר געקענט ניצן איז אויפ'ן שדכן וועלכער פירט אויס דעם שידוך.
כ'האב אמאל געהערט פון אן ארץ ישראל'דיגער, אנשטאט זאגן "כ'מאך געלט" האט ער געזאגט "כ'טו געלט".
און ווען זיי בעטן פון איינעם א טובה, זאגן זיי: מאך מיר א טובה. אדער: קענסט מיר מאכן א מצוה.
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

Screenshot (8).png
Screenshot (8).png (81.66 KiB) געזען 692 מאל
# שוואכער_איז_אוט
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

מפי השמועה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 5:21 pm
מנשה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 5:19 pm
נתאי הארבלי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 4:06 pm
אסאך מענטשן זאגן 'מאכן שידוכים' אנשטאט 'טון שידוכים'. לעצטנס האב איך עס אפילו געזען געדרוקט אין אן אויסגאבע.

דער טעות קומט פון א"י וואס זיי ניצן 'מאכן' במקום 'טון', לדוגמא: "כ'האב נאך גארנישט געמאכט היינט", אדער "וואס קען איך מאכן פאר דיר"...

שידוכים טוט מען, קאווע מאכט מען.

וואו מען וואלט עס יא אפשר געקענט ניצן איז אויפ'ן שדכן וועלכער פירט אויס דעם שידוך.
כ'האב אמאל געהערט פון אן ארץ ישראל'דיגער, אנשטאט זאגן "כ'מאך געלט" האט ער געזאגט "כ'טו געלט".
און ווען זיי בעטן פון איינעם א טובה, זאגן זיי: מאך מיר א טובה. אדער: קענסט מיר מאכן א מצוה.
בענין זה שמעתי בדרך צחות:
יאנקעלע, מאך מיר א טובה, טוה מיר א ווארעמע טיי....
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינהזאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

יארוכין?
אין מיין חומש'ל שטייט כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון
אטעטשמענטס
1000959594.jpg
1000959594.jpg (96.01 KiB) געזען 624 מאל
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:10 pm
יארוכין?
אין מיין חומש'ל שטייט כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון

@מיסטעריעז האט שוין דא אויפגעמערקט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שכר לימוד
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 5:03 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכר לימוד »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:10 pm
יארוכין?
אין מיין חומש'ל שטייט כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון
1) ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב......
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

יאריכון מיינט עס זאל ווערן לאנג. ממילא איז די י' געווארן פארלענגערט...
(פארוואס די ו' איז געווארן קורץ וועל איך לאז פאר אורי צו פארענטפערן בדרך דרוש.)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17449
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 6:15 am
יאריכון מיינט עס זאל ווערן לאנג. ממילא איז די י' געווארן פארלענגערט...
(פארוואס די ו' איז געווארן קורץ וועל איך לאז פאר אורי צו פארענטפערן בדרך דרוש.)
עי"ש ברש"י ואם לאו..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20074
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

תתחדש צים נייעם מסכתא
8EB9A60A-33EC-4325-91A6-472CDBEFA33F.jpeg
8EB9A60A-33EC-4325-91A6-472CDBEFA33F.jpeg (220.96 KiB) געזען 387 מאל
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 16, 2023 8:58 pm
תתחדש צים נייעם מסכתא

8EB9A60A-33EC-4325-91A6-472CDBEFA33F.jpeg
ס'איז נישט ממש א טעות.
דאס איז די אמאליגע ספעלינג פון "ק ידושין" - געב א בליק אין מסורת הש"ס.
היינט איז עס שוין נישט אנגענומען, ממילא ליינט זיך עס "קְדוֹשִׁין"
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20074
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יחליצך האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 2:32 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 16, 2023 8:58 pm
תתחדש צים נייעם מסכתא

8EB9A60A-33EC-4325-91A6-472CDBEFA33F.jpeg
ס'איז נישט ממש א טעות.
דאס איז די אמאליגע ספעלינג פון "ק ידושין" - געב א בליק אין מסורת הש"ס.
היינט איז עס שוין נישט אנגענומען, ממילא ליינט זיך עס "קְדוֹשִׁין"
אהה דאן פעלט ס"ה א יו"ד
נישט געפערליך טאקע
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
נתאי הארבלי
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:00 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתאי הארבלי »

מ'הערט לעצטנס מער און מער מענטשן זאגן 'שבת ביינאכט' דאס וואס מ'רופט פרייטאג צונאכטס, דהיינו די נאכט נאך פרייטאג. שבת ביינאכט - ווען ס'ווען דא אזא ווארט - וואלט געמיינט מוצאי שבת.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובה דורך להודות »

נתאי הארבלי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:35 pm
שבת ביינאכט - ווען ס'ווען דא אזא ווארט - וואלט געמיינט מוצאי שבת.
איך מיין אז ס'דא וואס רופן מוצ"ש "שבת צו נאכט."

(לדעתי, אויב מענטשן הויבן אן צו רעדן אזוי מיינענדיג דערמיט ליל שבת ווערט עס אויס טעות ווייל אזוי הייסט עס היינט.
אפילו ביז דעמאלטס וואלט איך נישט געשטעלט דערויף, ווייל וואס א חילוק וויזוי ער רופט עס, ס'מוז נישט שטומען מאטאמאטיש און ער האט נישט משנה געווען ממטבע שטבעו חכמים, אבּי איך פארשטיי וואס ער מיינט.
"מיטל נאכט יו"ט" שטומט אויך נישט...)
לעצט פארראכטן דורך להודות אום מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

נתאי הארבלי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:35 pm
מ'הערט לעצטנס מער און מער מענטשן זאגן 'שבת ביינאכט' דאס וואס מ'רופט פרייטאג צונאכטס, דהיינו די נאכט נאך פרייטאג. שבת ביינאכט - ווען ס'ווען דא אזא ווארט - וואלט געמיינט מוצאי שבת.
די זעלבע מענטשן וואס שרייבן 'ליל שני' אויף מאנטאג נאכט (לויט זיי איז פרייטאג צו נאכטס ליל ששי...)
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

יחליצך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:47 pm
מענטשן וואס שרייבן 'ליל שני' אויף מאנטאג נאכט
דאס איז מער א פראקטישע פראבלעם, ווייל מ'וויל נישט מענטשן זאלן זיך פארמישן און קומען צום וואכנאכט מוצאי די ברית.
נישט יעדער כאפט דעם "אור", און דערפאר שרייבן אסאך צו "אור ליום שלישי מאנטאג נאכט."
נתאי הארבלי
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:00 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתאי הארבלי »

להודות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:45 pm
נתאי הארבלי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:35 pm
שבת ביינאכט - ווען ס'ווען דא אזא ווארט - וואלט געמיינט מוצאי שבת.
איך מיין אז ס'דא וואס רופן מוצ"ש "שבת צו נאכט."

(לדעתי, אויב מענטשן הויבן אן צו רעדן אזוי מיינענדיג דערמיט ליל שבת ווערט עס אויס טעות ווייל אזוי הייסט עס היינט.
אפילו ביז דעמאלטס וואלט איך נישט געשטעלט דערויף, ווייל וואס א חילוק וויזוי ער רופט עס, ס'מוז נישט שטומען מאטאמאטיש און ער האט נישט משנה געווען ממטבע שטבעו חכמים, אבּי איך פארשטיי וואס ער מיינט.
"מיטל נאכט יו"ט" שטומט אויך נישט...)
אדער 'שפייס-צו-נאכטס'.

אפילו מען פארשטייט די משמעות גרידזשעט עס פארט.

וואס שטימט נישט מיט מיטל-נאכט?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

נתאי הארבלי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:00 pm
אדער 'שפייס-צו-נאכטס'.
וואס שטימט נישט מיט מיטל-נאכט?
1. געמיינט דאס.
2. ווען ס'ווען דא 3 נעכט יו"ט איז #2 מיטל נאכט יו"ט. אזוי ווי ס'נאר דא 2 און די דריטע איז מוצאי.... יא, כ'פארשטיי וואס ס'מיינט אבער אויפ'ן קעלקיולעיטער ארבעט עס נישט.
נתאי הארבלי
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:00 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתאי הארבלי »

להודות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:07 pm
נתאי הארבלי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:00 pm
אדער 'שפייס-צו-נאכטס'.
וואס שטימט נישט מיט מיטל-נאכט?
1. געמיינט דאס.
2. ווען ס'ווען דא 3 נעכט יו"ט איז #2 מיטל נאכט יו"ט. אזוי ווי ס'נאר דא 2 און די דריטע איז מוצאי.... יא, כ'פארשטיי וואס ס'מיינט אבער אויפ'ן קעלקיולעיטער ארבעט עס נישט.
איך האב פארשטאנען אז ס'מיינט צווישן צוויי יו"ט טעג, צווישן סעודות, די 'צווישן נאכט', נישט די 'מיטלסטע' נאכט.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יחליצך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:47 pm
נתאי הארבלי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:35 pm
מ'הערט לעצטנס מער און מער מענטשן זאגן 'שבת ביינאכט' דאס וואס מ'רופט פרייטאג צונאכטס, דהיינו די נאכט נאך פרייטאג. שבת ביינאכט - ווען ס'ווען דא אזא ווארט - וואלט געמיינט מוצאי שבת.
די זעלבע מענטשן וואס שרייבן 'ליל שני' אויף מאנטאג נאכט (לויט זיי איז פרייטאג צו נאכטס ליל ששי...)
ער זאגט אז ס'איז דא מענטשן וואס באציען זיך אויף דער נאכט צו שבת (פרייטאג צונאכטס), מיט 'שבת ביינאכט'. נישט ווי די מענטשן פון וואס דו רעדסט וואס זאגן מאנטאג ביינאכט, און מיינען די נאכט נאך מאנטאג.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”