שידוכים אין די חסיד'ישע וועלט. וואס קען איך טוהן צו פארלייכטערן די שידוכים קריזיס ביים היימישען עולם
א געוועזענע געלונגענע שדכן, וועלכע איז היינט א סוקסעספולע ריעל עסטעיט אגענט האט אין א געלעגנהייט פארשטיין געגעבן דעם אורזאך פון זיין שריט איבערצולאזן שדכנות און זיך אריינלייגן אין ריעל עסטעיט.
דריי חילוקים זענען פארהאן צווישן דעם שדכנות פעלד און ריעל עסטעיט, געבט דער בראקער צו פארשטיין.
1) אין שדכנות האב איך געדארפט צורעדן זעקס מענטשן צו טוהן דעם שידוך, די עלטערן פון ביידע צדדים און דער חתן כלה זעלבסט (און צומאל, אויך די שוואגערס און ברידער'ס), ווידער ביי ריעל עסטעיט האנדלט זיך עס סך הכל פון צוויי מענטשן.
2) אין ריעל עסטעיט בדרך כלל קען דער מוכר גאר גוט זיינע נכסים, ער ווייסט וואס ער פארקויפט, דאס זעלבע מיט'ן קונה ווייסט פונקטלעך פון וואס עס האנדלט זיך. ווידער ביי שידוכים, גאר אסאך מאל, ווייסט מען נישט צו גוט וואס מען קויפט און וואס מען פארקויפט.
דער דריטע חילוק איז פשוט, ביי שדכנות גייט מען ארויס מיט א נישטיגע פאר דאללער, ווידער אינעם ריעל עסטעיט פעלד רעדט מען פון ערענסטע סכומים.
אויב ווילן מיר דא אדרעסירן די טעמע, "פארוואס זענען נישט דא קיין שדכנים?", וואלט די שאלה לכאורה געדארפט זיין אויף די איינצעלע שדכנים וועלכע זענען נאך יא אקטיוו "פארוואס זענען זיי נאך יא שדכנים?"
לאמיר נישט פארברענגן צייט צו קלאגן אויפ'ן פראבלעם, נאר ענדערשט אויסנוצען די געלעגנהייט זיך צו קאנצעטרירן אויף וואס עס קען יא ווערן געטוהן צו פארגרינגען די מצב פון שידוכים אין די היימישע וועלט.
מען דארף מער שדכנים, מען דארף מער זאלן טוהן אין שידוכים, אוודאי איז דאס אמת, און אוודאי איז דאס די סוף פסוק אז מיט מער השתדלות קען מען אויפטוהן גאר אסאך.
מען קען אסאך אסאך מאריך זיין איבער די חשיבות פון עוסק זיין בעניני שידוכים, אנצוווארעמען די וועלכע האבן א שטיקל געפיהל צו שידוכים זיך אריינצוווארפן דערין מער און מער.
די פראבלעם איז אבער ווען מען קוקט זיך אום זעהט מען כסדר ווי אסאך וועלכע זענען שוין געווען ווארעם צו דעם נושא, און האבן זיך שוין אריינגעלייגט דערין, און אפילו אויסגעפירט עטליכע שידוכים, נעמט אבער נישט קיין לאנגע צייט ביז זיי ווערן אויסגעברענט און פארלאזן דעם תחום מיט א ביטערען טעם אין מויל.
ובכן וועלן מיר נישט פארדינען קיין סאך פון אריינברענגן פרישע כוחות, איידער מיר פאררעכטען נישט די צובראכענע שאסייען.
וואס איז דער שוועריקייט פון שדכנות?
ווען מיר טראכטן אריין א מינוט, אדער מיר פרעגן אזעלכע וועלכע האבן פארלאזט דעם פעלד פון שידוכים, וואס איז די הויפט שוועריקייט צו זיין א שדכן, פארוואס שטייען אזויפיל ווייט דערפון.
די פשוט'ע ענטפער וועט זיין, 'געלט'.
וואס באצאלט מען שוין פאר א שדכן, ממש קליין געלט קעגן די פילע כוחות און שעות וואס זיי לייגן אריין. יעדער קען צושטימען דעראויף אז אין די היימישע וועלט ווערן שדכנים גאר שוואך באצאלט.
בנוסף צו דעם איז פארהאן די שוועריקייט וואס די אלע סעילס-לייט האבן, אז מען ווערט נישט באצאלט אויף די שעות נאר אויף דעם אויסגאנג, דאס מיינט אז א שדכן קען אריינלייגן אין א שידוך צענדליגע שעות אן דעם וואס ער זאל ווערן באצאלט אפילו א דאללער.
נו, וואס קען מען אבער טוהן, איז די עצה צו העכערן די שדכנות געלט, קען אפשר זיין, אבער ווער קען זיך דען דאס ערלויבן.
די אמת איז אבער אז געלט איז נישט די איינציגסטע שוועריקייט, עס איז דא עפעס וואס איז פיל וויכטיגער פון געלט, און דאס איז עפעס וואס יעדער קען זיך ערלויבן.
עס זענען פארהאן גענוג תחומים ווי מענטשן לייגן זיך אריין ראשם ורובם אפילו זיי ווייסן מתחילה אז עס ליגט נישט דארט קיין גרויס געלט, אינגעלייגט זענען מקריב זייער לעבן פאר לימוד התורה אפילו זיי ווייסן אז זיי וועלן נישט האבן צופיל פרנסה דערפון. אנדערע לייגן זיך אריין אין חינוך וויסענדיג אז קיין גרויס געלט איז נישט דא דארט, צוליב דעם וואס זיי האבן א געפיהל דערצו, און דאס איז ביי זיי חשוב'ער און וויכטיגער ווי צו זיין גרויסע בעלי פרנסה. ווער רעדט נאך פון טויזענטע עסקנים אין אלע ענינים וואס ארבעטען שעות ארוכות גענצליך בחינם.
די גוטע נייעס איז אז עס זענען פארהאן גענוג און נאך וואס האבן א שטארקע געפיהל צו שידוכים און זענען מוכן ומזומן צו אוועקגעבן דערפאר שעות ארוכות, אפילו מיט'ן וויסן קלאר אז עס איז נישט דא קיין סאך געלט דארט.
וואס איז אבער יא די זאך וואס מאכט אזוי שווער דעם שדכנות פעלד און צווינגט אזויפיל שדכנים צו פארלאזן דעם פעלד כאטש די שטארקע געפיהל און ווארעמקייט וואס זיי האבן דערצו.
כנגד חמשה בנים דיברה תורה
די וועג וויאזוי מענטשן באהאנדלן שדכנים דאס איז דער 'מעיק איט אר ברעיק איט', דאס איז וואס שפילט באמת דעם ראלע. נישט ריכטיגע התייחסות צו שדכנים דאס איז דער מכה בפטיש וואס האט שוין געברענגט אן א צאל שדכנים צו פארלאזן דעם פעלד אויף אייביג.
אויב ווילן מיר דאס צונעמען אויף קליין געלט, זענען פארהאן פינף סארט וועגן וויאזוי מענטשן זענען זיך מתייחס צו שדכנים.
1) עס זענען פארהאן אידן וועלכע פארשטייען ריכטיג צו שעצן די ארבעט פונעם שדכן, זיי פארשטייען אז דער שדכן פרובירט זיי צו העלפן, דער שדכן איז דא זיי צו סערווירן. זיי פארשטייען אז אפילו א שדכן וויל טאקע מאכן אפאר דאללער מיט'ן שליסן דעם שידוך, ליגט אבער אין דעם פיל פיל מער פון דעם, עס ליגט אין דעם זיין הארץ זיין נשמה, אומצאליגע גייסטישע כוחות, זיי פארשטייען אז גאר א גרויסע פראצענט פונעם שדכן'ס הארעוואניע איז לשם שמים און לשם מצוה פשוטו כמשמעו.
אט די אידן וועלן רעדן מיט'ן שדכן מיט'ן גרעסטען מאס ריספעקט און שעצונג, זיי וועלן זיך באדאנקן כסדר, און אפילו ווען די שדכן וועט זאגן א ווארט וואס געפעלט זיי נישט אזוי אינגאנצען, וועלן זיי פארשטיין אז קיינער איז נישט קיין מלאך, א שדכן מאכט אויך טעותים, און א שדכן קען אויך פארזעהן זאכן וואס דו האסט יא באמערקט.
עס קומט א חנוכה א פורים אדער סיי וועלכע אנדערע געלעגנהייט שיקט מען עפעס ארויסצוווייזן אנערקענונג און שעצונג, מען פארשטייט אז דער שדכן האט אריינגעלייגט כוחות און ער טראכט פון מיר, אפגעזעהן צו די שידוך איז געווארן אדער נישט.
יא אמת, עס איז א שטיקל מדריגה, אבער ב"ה אז עס זענען פארהאן אזעלכע אידן, און מען קען זאגן אז בזכות זיי זענען נאך פארהאן היינט שדכנים.
די צווייטע סארט איז אפשר מער ריאליסטיש, מענטשן וועלכע פארשטייען על כל פנים אז דער שדכן איז דא פאר זייער טובה, זיי פארשטייען אז זיי דארפן דעם שדכן מער פון וויפיל דער שדכן דארף זיי.
זיי וועלן באדאנקן דעם שדכן נאך יעדע פאן-קאל, ש'כח פאר'ן רופן, ש'כח פאר'ן טראכטן פון מיר, אפגעזעהן ווי שטארק די פאן-קאל איז זיי אינטערסאנט געווען.
דאס זענען די מענטשען וועלכע קענען די מציאות, זיי נער'ן זיך נישט, זיי לעבן נישט אין קיין דמיונות, עס קומט זיך כאטשיג א יישר כח פאר'ן שדכן אפגעזעהן צו איך בין היינט אין די גיסטע, און אפילו אויב דער שדכן האט מיר גראדע היינט נערוועז געמאכט.
די דריטע סארט זענען די וועלכע זענען זיך מתייחס צו שדכנים ווי צו 'לייף אינשורענס' אגענטן.
משום איזה סיבה האבן זיי די הרגשה אז דער שדכן דארף זיי האבן, זיי געבן דעם געפיהל פאר'ן שדכן ווי כאילו זיי טוהן איהם א גאנצע טובה אז זיי הערן איהם אויס.
אפגערעדט אז א ש'כח וועט מען נישט הערן פון זיי, די גאנצע שמועס גייט עפעס אזוי ווי איינער רופט פאר א 'טשערעדי קאמפיין', רוף מיך מארגן, איך הער, אפשר כ'וועל זעהן, כ'ווייס נישט, נישט היינט וכו' וכו'.
ווער רעדט נאך פון די וועלכע טוהן ניטאמאל דאס, מען הייבט נישט אויף די פאון, איינמאל און נאכאמאל, מען ענפערט נישט נארמאל, ווען מען הייבט שוין יא אויף, איז מיט'ן נוסח ווי כאילו מען טוט איהם א גאנצע טובה אז מען האט איהם אויפגעהויבן דעם פאון.
[בדרך אגב איז כדאי צו מעורר זיין, צומאל רופט א שדכן מיט אן הצעה, מען טוט אביסל אינפארמאציע און מען שפירט אז עס איז נישט פאסיג, איז זייער כדאי צוריק צו רופן דעם שדכן מיט די החלטה און נישט ווארטן ביז דער שדכן וועט אייך רופן. די וויכטיגקייט דערפון איז סיי אז דאס ווייזט פאר'ן שדכן אז איהר האט איהם גענומען ערענסט, און דער שדכן באקומט מער חשק צו ארבעטן מיט אייך. אויך טוט דאס פארשפארן אסאך צייט פאר'ן שדכן ער ווייסט ווי ער שטייט און ער קען זיך ריקן ווייטער.]
א פערטע סארט מאכט זיך ליידער אסאך, אזעלכע וועלכע זענען גרייט זיך צו לאזן קאסטן פאר שדכנות, זיי לאזן וויסן פאר'ן שדכן אז זיי וועלן באצאלן מער ווי געווענליך ('צוזאגן' קאסט דאך נישט קיין געלט), און אויף דעם חשבון ווייסן זיי גאר גוט וויאזוי צו רייטן אויפ'ן שדכן און אויסנוצען יעדע ברעקל כח, אן דעם וואס מען זאל זיך שפירן שלעכט, ווייל איך באצאל דאך, זאל ער ארבעטן פאר זיין געלט.
ברענג מיר יענעם בחור, די שדכן ארבעט אריין צוויי חדשים, ווען מען האלט שוין ערגעץ, וויל ער שוין עפעס אנדערשט, מען מאכט דעם שדכן צו נער, א ריכטיגע דוגמא פון לא תרדה בו בפרך במלוא מובן המילה. ווער רעדט נאך ווען איין שיינעם טאג הערט דער שדכן אז דער יענער האט א שידוך געטוהן, און גאר גאנוצט אן אנדערען שדכן, און דער שדכן שפירט זיך וואו א צוקלאפטע הושענא, אויסגענוצט ביז'ן סוף און געווארן אין מיסט, צומאל קען עס נאך גאר זיין אן איינפאל פון דעם ערשטען שדכן, וואס דער מחותן האט אוועקגעגעבן פאר א צווייטען אויסצופירן.
עס איז פשוט, אז אזא סארט התנהגות ברענט אויס דעם שדכן פון יעדע ביסל אנערגיע וואס ער פארמאגט נאך.
[בדרך אגב איז וויכטיג ארויסצוברענגן, עס מאכט זיך אמאל אז א מענטש משום מה איז ער נאכנישט גרייט א שידוך צו טוהן, אבער ער קען באשטיין סתם צו הערן וואס מען טראגט איהם אן, ער שפילט זיך ארום מיט די שדכנים און פארדרייט זיי א קאפ פשוט פאר זיין הנאה, פארשטייט זיך אז דאס איז אוממענטשליך און פשוט גע'גנב'ט צייט פון די שדכנים.]
די פינפטע סארט איז איבריג צו רעדן, די וועלכע פירן זיך פשוט אויף אוממענטשליך מיט ווערטער, מען שרייט, מען פליקט אריין, אהער און אהין, עס איז איבריג צו זאגן, אז די שדכנים שטייען ווייט פון די סארט מענטשען, און אט די מענטשן זענען פארנומען צו קלאגן און קרעכטצען אז עס זענען נישט דא קיין שדכנים, קיינער רופט זיי נישט...
לייף אינשורענס אגענטען אדער הצלה וואלענטירן
אונזער ציל מיט דעם ארטיקל איז בעיקר צו עפענען די אויגן פאר די וועלכע ווייסן נישט וואס איז באמת די ארבעט פון א שדכן, און די וועלכע זענען זיך מתייחס צום שדכן ווי כאילו ער טוט דעם שדכן א טובה אז ער הערט איהם אויס.
ביטע נעמט אפאר מינוט באקענט אייך אביסל מיט'ן מציאות, צו זעהן פון דערנאנט ווער עס טוט וועמען די טובה.
לאמיר זיך נאר פארשטעלן ווען א הצלה מעמבער וואלט באקומען די הרגשה נאך א קאול ווי כאילו מען האט איהם געטוהן א גאנצע טובה אז מען האט איהם גערופן. וויפיל הצלה מעמבער'ס וואלטן נאך געווען צו געפונען...
אמת טאקע אז עס מאכט זיך אסאך אז מען הערט פונעם שדכן עפעס וואס שמעקט נישט אזוי שטארק, מען וואלט ווען געוואלט אז דער מציאות זאל זיין אנדערשט, עס קען טאקע זיין אז דער שדכן איז דער וואס ברענגט אייך די אומבא'טעמ'טע אינפערמאציע, ער איז אבער נישט דער וואס האט באשאפן די מציאות.
[בנוסף לזה קען זיך מאכן גענוג און נאך מאל וואס דער שדכן האט טאקע פארזעהן עפעס, און דער שידוך איז טאקע נישט דאס בעסטע געדאנק, עס איז זייער פארשטענדליך אז פאר די מאגערע געהאלט פונעם שדכן, קען ער נישט זיין פארנומען דורכצוטוהן אלע בחורים און מיידלעך הונדערט פראצענט, א שדכן קוקט מער אויבן אויף, און יא, אייער ארבעט איז צו דורכטוהן דעם זאך מער גרינטלעך.]
ובכן, נעמט מען אריין א טיפע אטעם, און מען זאגט איידלערהייט פאר'ן שדכן, איך שפיר אז דאס איז נישט אזוי פאסיג, ש'כח פאר'ן רופן, ש'כח פאר'ן טראכטן פון מיר, איך האף אז איהר וועט צוריקקומען צו מיר מיט א מער פאסיגע געדאנק.
דער שדכן ווערט נאכנישט קיין שלעכטער אז ער האט דיר אנגעטראגן עפעס וואס האט דיר נישט אזוי געשמעקט.
אויך איז זייער מעגליך אז יא, דער שדכן, ווייסט יא זייער גוט די מצב, און ער ווייסט יא אז דאס איז א גוטע זאך כאטש עס שמעקט נישט אזוי.
אן עצה טובה איז אין אזא פאל, בפרט ווען מען הערט די זעלבע פון עטליכע שדכנים, רופט אייער'ס א חבר אדער נאנטע, בעהט יענעם צו מברר זיין אויפ'ן גאס וואס מען זאגט אויף אייער קינד, עס איז זייער מעגליך אז איהר לעבט פשוט נישט מיט'ן ריאלעטי און עס איז פאר אייער טובה צו אראפקריכן פון בוים בעוד מועד.
אין יעדע פאל איז אבער גאר וויכטיג צו געדענקן אז ביים רעדן מיט'ן שדכן טראגט איהר אן אחריות הכלל, אייער התנהגות קען זיין די גורם אז דער שדכן וועט איבערלאזן דעם שדה השידוכים, וואס וועט ליידער ממעט זיין און שווערער מאכן שידוכים ביי כלל ישראל, ווער קען דען נעמען אויף זיך אזא שילד.
מידה טובה מרובה, יעדע גוט ווארט פאר א שדכן, יעדע הכרה והערכה וואס מען ווייזט ארויס, וועט זיין א הילף פאר אייך און פאר גאנץ כלל ישראל.
איך זוך דער בעסטע בחור
מען הערט אסאך איבער עטליכע קריזיס'עס וואס מענטשן זענען פארנומען דערמיט, די דירות קריזיס, די חתונה מאכן קריזיס און די שידוכים קריזיס.
אויב מען טראכט אריין א מינוט, וועלן מיר זעהן אז די אלע דריי זענען עולים בקנה אחד, אלע דריי קומט פונעם זעלבען שורש, דאס איז די 'יעדער' און 'קיינער' פראבלעם, יעדער טוט אזוי, קיינער טוט נישט אזי.
לאמיר זיך יעצט קאנצעטרירן אויף הנוגע לענינינו די שידוכים קריזיס, און אויסשמועסן עטליכע נקודות וואס קען נוצען אביסל מער מחשבה און התבוננות.
מיר לעבן אין א סאסייעטי ווי יעדער איינער פון אלץ קליין קינד באקומט א לעיבל, גוטע, בעסטע, שוואכע, געריבענע, נעבעכדיגע, און אזוי ווייטער און ווייטער.
אמת טאקע, נישט יעדער איז אייניג, יעדע קינד יעדע מענטש איז אן אנדערע פערזענליכקייט, די פראבלעם איז אבער אז דער 'לעיבל' ווערט נישט געמאסטען לויט די זאכן וואס זענען באמת וויכטיג.
עס זענען היינט פארהאן אזויפיל וואס טוהן אין שלום בית, אדרבה ווענדט אייך צו איינער פון די מדריכים און פרעגט איהם די שאלה, 'וואס איז די זאך וואס מאכט די מערסטע אויס ווען עס קומט צו שלום בית'. יעדער ווייסט די ענטפער, גוטע מידות, סבלנות, ותרנות, א געזונטע נפש, דאס זענען פון די שטערקסטע יסודות ווען עס קומט צו שלום בית.
יעצט לאמיר זיך פרעגן די שאלה, מיט וואס זענען מיר פארנומען ווען עס קומט צו שידוכים, איך זוך די בעסטע בחור, איך דארף א געלונגענע מיידל.
בעסטע אין וואס? געלונגען אין וואס? עס איז ווייטאגליך אריינצוגיין אין דיטאלען מיט וועלכע סארט זאכן מענטשן זענען פארנומען ווען עס קומט צו שידוכים, בשעת ווען די עיקר ווערט פארוואסערט, מידות טובות, יראת שמים, בריאות הנפש, דאס האט כאילו יעדער, דאס וועט שוין מיטגיין.
אין די עולם השדכנות הערט מען אסאך אז עס זענען פארהאן אסאך מער געלונגענע מיידלעך ווי בחורים, דעראיבער זענען דא גאר אסאך געלונגענע מיידלעך וואס מיטשענען זיך מיט שידוכים, און אסאך שוואכערע בחורים וואס מיטשענען זיך אין שידוכים.
די פראבלעם איז אבער אז די 'געלונגען' און די 'שוואך' פון וואס עס האנדלט זיך, איז ממש נישט דאס וואס דארף זיין די נושא ביי שידוכים, און ליידער נעמט דאס אויף דעם אויבן אן ווען עס קומט צו נעמען אינפארמאציע.
און דא קומט מען צו צום פונקט, א מענטש זאל זיך פרעגן די איין שאלה, 'זוך איך אן איידעם פאר מיר אדער א מאן פאר מיין טאכטער, זוך איך א שניר פאר מיר אדער א ווייב פאר מיין זוהן'.
אויב זוכט מען אן 'איידעם' איז אוודאי די עיקר נושא וויפיל כבוד ער גייט מיר ברענגן, וואס וועט מען זאגן צו מיין איידעם, אבער אויב זוכט מען א מאן פאר'ן טאכטער, וויאזוי ווערט די שליסל פון שלום בית אזא טפל ווען עס קומט צו נעמען אינפערמאציע.
צומאל גייט עס אויף אזוי ווייט, אז מען איז שוין משוכנע אז דאס קינד דארף אויך טאקע דאס, מיין טאכטער דארף טאקע אן ערנטסטע תלמיד חכם, זי איז דאך גאר א חשוב'ע זאך.
די שאלה איז אבער, איז דאס די אמת, אדער איז דאס ווייטער דאס וואס איהר ווילט אז אייער קינד זאל וועלן. לאמיר זיין זייער אפען, א געלונגענע תלמידה אויף אונזער שפראך וואס האט א הונדערט אויף אלע בחינות אין סקול און קען אנפירן מעכטיגע פראגראמען, מיינט נישט אז זי איז גרייט צו האבן מסירת נפש פאר תורה, עס מיינט נישט אז זי וויל עס און עס מיינט נישט אז זי דארף עס.
עס זענען דא אן א שיעור דוגמאות, יעדע מצב אויף זיין פארנעם, צו איז דאס א בחור וואס ארבעט, וויפיל מאל הערט מען פון מענטשן, איך האב נישט קיין פראבלעם אז ער וועט גיין ארבעטען א וואך נאכ'ן חתונה, אבער איך דארף א בחור פון ישיבה. פארוואס, פשוט ווייל, וואס גייט דער עלטער-פעטער זאגן אז איך נעם אן ארבעט'ס בחור.
איז דאס נישט מוותר זיין אויף חיי עולם פאר חיי שעה, די פארפאלק וועט לעבן אינאיינעם אי"ה די קומענדיגע זיבעציג יאר, און וואס עס איז וויכטיג איז וואס מענטשען וועלן זאגן פאר די קומענדיגע צוויי וואכן. וויפיל צער און עגמת נפש איז מען זיך אליינס גורם מיט'ן פארקוקן אויף ריכטיגע און וויכטיגע קוואלעטי'ס צוליב דעם וואס מען וויל אז דער בילד זאל אויסקוקן גוט.
איך דארף אלע מעלות
די וועלט זאגט 'בן ארבעים לבינה', ווען מען הייבט אן טוהן שידוכים מיט די קינדער באקומט מען 'בינה', מען ווערט א שטיקל 'מבין' אויף זיך אליינס, מען הייבט אן קענען די אייגענע מצב אביסל בעסער.
חז"ל זאגן 'אין אדם רואה נגעי עצמו', עס איז בעצם נישט קיין שלעכטע זאך אז מען זעהט נישט די אייגענע חסרונות, די פראבלעם ווערט נאר, אז ביי יענעם זעהט מען עס יא!
עס איז ממש פלאי פלאים צו זעהן וויאזוי מענטשען זענען פארנומען דורך צו טוהן יעדע פעטער און באבע ארויף ביז אכט דורות, ווי כאילו ער אליינס וואלט ווען געווען דער זון פון יהושע בן נון זעלבסט.
ווען עס קומט צו יענעם, טרעפט ער גרינגערהייט עפעס אן עלטער פעטער וואס האט אפשר געהאט מיט די נערווען, איינער אין משפחה איז צו נידריג, א צווייטער איז צו הויעך, דער יחוס דארף זיין משמנם ומסלתם, יענער מוז זיין תורה וגדולה במקום אחד, ווי כאילו מען רעדט דא פון א כליל המעלות והמידות וואס די וועלט האט נאכנישט געזעהן.
אמת א מענטש מעג האבן פראיארעטי'ס, ביי איינעם איז עס די קרן אליינס, מידות, כשרונות, ביי איינעם יחוס, ביי איינעם געלט, די משפחה, ווארעמקייט, חסיד'ישקייט, באלבאטישקייט, אויסזעהן, זאל זיין סיי וואס, אבער נישט אלעס קען זיין די העכסטע פראיארעטי.
וויפיל גייען שדכנים מיט מענטשן ממש אין סירקל'ס טאג און נאכט, די שידוך איז נישט גוט צוליב די משפחה, פיין ווייסט דער שדכן אז משפחה איז ביי איהם גאר וויכטיג, קומט ער מיט א שיינעם משפחה, ניין, ער דארף געלט, ברענגט דער שדכן א געלט הצעה, ניין דער בחור דארף זיין אהער און אהין, ווען דער בחור איז שוין דאס וואס ער זוכט און געלט איז אויך דא, קומט מען צוריק צו די משפחה פראבלעם.
די קינד עלטערט זיך און די הצעות ווערן אבער נישט שענער, סך הכל וואס געשעהט איז אז איין טאג איז מען מחליט אז דאס איז עס, מען מוז א שידוך טוהן, וואס מען האט פארדינט איז נישט מער ווי צוויי דריי יאר עגמת נפש.
צומאל איז דאס אמת אז עס קומט אייך אפשר עפעס גאר ספעציעל אבער עס איז פשוט נישט דא צו באקומען, מען ווארט א יאר און נאך יאר, עס קען אפשר צומאל געלונגען, אבער געווענליך מיז מען צום סוף משלים זיין מיט עפעס א קנייטש וואס מען האט נישט צופיל חשק.
א מענטש וואס קען זיך נישט צוזאמנעמען, ער ווייסט נישט אויב ער זאל ווארטן אדער אוועקקוקן אויף עפעס, דאס איז נישט קיין קינדער שפיל, דאס איז גאר אן ערנטסטע שאלה וואס דארף שיקול הדעת און דעת תורה וויאזוי זיך אומצוגיין, און א מענטש האט נישט קיין רעכט זיך סתם ארומצושלעפן.
החלטות פון שידוכים איז גאר דקות'דיג דעריבער איז די פאסיגסטע זאך ווען א מענטש איז אין א דילעמע, זיך צו ווענדן צו דעת תורה לדעת את המעשה אשר יעשון.
פראקטיש גערעדט:
*זייט אייך מתבונן און טוישט אייער בליק אויף שדכנים, זיי זענען נישט מער ווי וואוילע עסקנים וואס האבן א געפיהל אייך צו העלפן.
*באהאנדלט שדכנים מיט ריספעקט, באדאנקט זיי כסדר פאר'ן טראכטן פון אייך, און אוודאי נישט מזלזל זיין, אפילו ווען די הצעה שמעקט אייך נישט אזוי.
*געדענקט אז איהר טראגט אן אחריות הכלל, און מיט'ן שעצן די שדכנים קענט איהר מרבה זיין שמחות ביי אייך און ביי כלל ישראל.
*אויב די הצעות שמעקט אייך נישט אזוי, בעהט א נאנטע אייך צו העלפן אויסטאפן וועלכע נאמען אייער קינד האט אויפ'ן גאס.
*אויב האט איהר אן אפדעיט פאר'ן שדכן פאזעטיוו אדער נעגעטיוו, ווארט נישט ביז די שדכן רופט אייך צוריק, נאר איהר זאלט רופן דעם שדכן.
*פרובירט צו דערגיין באמת וואס אייער קינד דארף, צומאל איז דאס קינד נאך יונג און ווייסט אליינס נישט, קען מען דאס איבערשמועסן מיט די מחנכים.
*געדענקט אז אייער קינד'ס לעבן איז וויכטיגער ווי וואס די גאס וועט זאגן די פאהר וואכן אדער אפילו חדשים.
*קיינער איז נישט בתכלית השלימות און איהר זענט אויך נישט, כאפט א בליק אויף די פאר הצעות וואס איהר האט און שטעלט אוועק פראיאערטי'ס, וואס איז ביי אייך די וויכטיגסטע און אויף וואס מען קען מוותר זיין.
*אויב זענט איהר באמת מסופק, ווענדט אייך צו דעת תורה לדעת את המעשה אשר יעשון.
*געדענקט אייער ארבעט איז נאר השתדלות, דער רבש"ע איז דער וואס איז מזווג זיווגים, עס איז נישט דא קיין טעותים און מען קען נישט אריינפאלן.
*מתפלל זיין כסדר צו דעם חונן לאדם דעת, אז איהר זאלט מאכן די ריכטיגע החלטה און אלעס זאל זיך פירן בסייעתא דשמיא.