Re: שידוכים אין די חסיד'ישע וועלט. וואס קען איך טוהן צו פארלייכטערן די שידוכים קריזיס ביים היימישען עולם
ווי זעסטו? כ'מיין ס'כמעט נישט דאמצלמה האט געשריבן: ↑ מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:34 pmחסידישע און ליטווישע שידוכים איז גאר זעלטן:ליטווישער האט געשריבן: ↑ מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:58 pmחסידים און ליטאים גייען נישט צוזאמען ?? ווענדט זיך ווי א ליטווישע ווי א חסידישע, אמת אז א וויז'ניץ מאנסי בחור מיט א בארא פארקער ליטווישע מיידל גייט נישט, אבער פון דארט, א כלל חסידי לאנגע הויזן שבת קען גיין געהעריג מיט א ליטווישע מיידל, קאכן קאכט יעדע פרוי עניוועיס אנדערש, און פיש עט מען קויפן וואס ער האט ליב.. לגבי מנחה זע איך נישט פארוואס ס'זאל באדערן פארן חסידיש'ן מאן.. און א שטריימל איז די איינציגסטע זאך וואס זי וועט מוזן פארקוקן..התחברות האט געשריבן: ↑ מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:12 amחסידים און ליטאים ארבעט נישט.
די ליטווישע מיידלאך זענען געפערליך מקפיד אויך מנחה.
בשעת דער חסיד׳ל בחור איז קוים מקפיד אויף …
זיי גייען מיט אייגענע האר נאך די חתונה.
עפ״י רוב ווילן זיי נישט קיין שטריימל.
שוואכערע טיפ באלעבאסטעס, און קאכן אינגאנצן אנדערש פון חסידישע שטובער. בד״כ פירן נישט קיין שטוב ווי חסידישע פרויען.
למשל, קויפן טונא קען פאר שבת. אמת, ס׳נישט עק וועלט!
האבן גאר אסאך אנדערע מעלות טובות וואס חסידישע מיידלעך האבן ליידער נישט - אבער היפש אן אנדערע קולטור.
איך זעה פיל מער שידוכים פון אשכנזישע בחורים מיט ספרדישע מיידלעך, ווי חסידישע בחורים און ליטווישע מיידלעך.
- ס'איז דא חילוקים וואס האט צו טאן מיט מסורה
ס'איז דא חילוקים וואס האט צו טאן מיט מנהגים
ס'איז דא חילוקים וואס האט צו טאן מיט הלכה
ס'איז דא חילוקים וואס האט צו טאן מיט פראקטישקייט.
ס'איז דא חילוקים וואס האט צו טאן מיט לבוש
ס'איז דא חילוקים וואס האט צו טאן מיט שפראך
ס'איז דא חילוקים וואס האט צו טאן מיט קולטור.
אפשר ווייסט איר פארוואס?
בעקבתא דמשיחא.. יראי חטא ימאסו וה אמת תהא נעדרת (סוטה מ''ט,ב)