Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
farshlufen האט געשריבן:בעל מדרגה האט געשריבן: אז מ’רעדט שוין וועל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט.
אין סאטמאר איז איינגעפירט אז די בעל תפילה זאגט די קדישים ביים יום און עלינו, די מנהג קומט פון צאנז, די צאנז’ע רב האט מקפיד געווען אז מען זאל זאגן 4 קדישים נאך שמו"ע. יעצט וואס איז מיט ראש חודש, חול המועד? איז אזוי, די עולם זאגט יא קדיש, פארוואס? ווייל זיי ווייסן אז אין סאטמאר זאגט די בע"ת די קדישים, אבער לכאורה איז עס א גרויסע טעות, ווייל ר"ח און חוה"מ זאגט מען במילא 4 קדישים נאך שמו"ע אויב אזוי האט עס נישט קיין שום פשט.
ודי בזה
ס'נישט ממש אזוי, קדיש להפסיק בין הענינים בתפילה שטייט שוין אין די ראשונים.
דער יום מיטן לייענען האט קיין שייכות וכן דער יום מיטן ברכי נפשי [אגב, אין צאנז האט מען דאס נישט געזאגט ביים דאווענען].
אין סאטמאר, זינט ווען איך געדענק און אזוי פלעט מען צו טאן אויך ביי מרן בעל בר"מ ז"ל, פלעגט דער בעל תפילה זאגן קדיש נאכן יום ר"ח און שבת, כאטש ס'איז נישט געווען יתום, עד שבאו עליו עוררין עטליכע יאר צוריק.
איך האב נישט געוואלט אריינגיין אין די ענין, אבער אז די האסט עס ארויפגעברענגט וועל איך זיך ברייטער אויסשמעוסן, די ענין פון צאנז איז געווען אז מען זאל זאגן א קדיש צווישן יעדע עולם, דהיינו צווישן אצילות און בריאה וכו’ ווייל נאך שמו"ע גייט מען אראפ די עולמות, אבער ר"ח איז דא א אנדערע סדר, (נישט אז איך ווייס נאר איך זאג וואס ס’שטייט)