רבי שמשון שווארץ מברסלב-קרית יואל זצ"ל - ג’ תמוז תשפ”א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2778
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

יז בתמוז האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:
שבת איז געווען די ערשטע יארצייט.
א שיינע שמועס מיט זיין זוהן ר' נחמי' שליט"א לרגל די יארצייט

https://drive.google.com/file/d/1q8CrwJ ... sp=sharing
נורא נוראות דער שמועס.
נאכ'ן הערן דעם שמועס קוק איך איבער מיין תגובה וואס איך האב געשריבן אחר הסתלקותו, ברוך שכיוונתי צו אסאך זאכן וואס ר' נחמי' ברענגט ארויס.
תוליכני לשלום
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 4:36 pm

Re: רבי שמשון שווארץ מברסלב-קרית יואל זצ"ל - ג’ תמוז תשפ”א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תוליכני לשלום »

ברודער
viewtopic.php?t=68777
Black and yellow
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:11 pm

Re: רבי שמשון שווארץ מברסלב-קרית יואל זצ"ל - ג’ תמוז תשפ”א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Black and yellow »

גענומען פון גליון יומא בהילולא
viewtopic.php?p=5218240#p5218240
הגה"צ חו"פ רבי שמשון שווארטץ זצ"ל
מחשובי משפיע 'חסידי ברסלב' בארה"ב


געבוירן ביום י"ד כסליו שנת תש"א אין די שטאט דעברעצין , אונגארן צו זיינע פאטער הרה"ח רבי יהוסף ז"ל און צו זיין מוטער מרת יוטא ע"ה בת הגה"ח רבי נחום שווארטץ זצ"ל שו"ב בעיר קאלוב , מיט ניסים גלויים האט די גאנצע משפחה איבערגעלעבט די קריג, נאך די מלחמה זענען זיי אנגעקומען קיין אנטווערפען . באלד נאכן קריג, איז שוין געווען מעלליו ינתכר נער, ווען ביצין ביצין מקטפיה ידיעה, די וועלט איז נאך געווען אינגאנצן חרוב, האט שוין אבער דאן רבי שמשון אויפגעגעבן אויף זיין גוף, אין מקדיש געווען זיין לעבן, פאר תורה, קדושה, יראת שמיםאון פרישות. ער איז דאן אריין אין די ישיבה פון כ"ק אדמו"ר בעל ויחי יוסף מפאפא זצ" ל ווא ס איז דא ן געווען סטאנצענירט אין אנטווערפן , ער האט זיך פון דעמאלטס אן אריינגעווארפן אין לימוד התורה בעיון רב, און מיט א יגיעה עצומה, געהארעוועט אויף די ווערטער פון די ראשונים, און עוסק געווען אין סוגיות הש"ס מיט געוואלדיגע קלארקייט, אין דאס האט אזוי אנגעהאלטן פאר די קומענדיגע פינף אין זיבעציג יאר.

בשנת תשי"א האט זיך די משפחה געצויגן קיין אמעריקע, און געקומען וואוינען אין וויליאמסבורג, רבי שמשון האט דאן מקיים געווען דעם 'הוי גולה למקום תורה', און געפארן לערנען אין די בארימטער ישיבה הרמה ד'נייטרא, אין מאנט קיסקא, ביים ראש ישיבה הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל זצ"ל בעל תורת חמ"ד, דארטן האט ער מקבל געווען תורה ביי די רמ"י הישיבה ובפרט האט ער געלערנט ביי הגאון רבי יעקב ארענשטיין זצ"ל וועמען ער האט געהאלטן פאר זיין רבי מובהק בלימוד הנגלה, ווי אויך האט ער דארט געלערנט ביי הגאון רבי יצחק זאב מאיער זצ"ל בעל ' מהרש"א הארוך' . אידן וואס געדענקען רבי שמשון פון יענע יארן רעדן מיט נאסטאלגיע פון די געוואלדיגע התמדת התורה, און פרישות מעניני עולם הזה, ווען זיינע ליפן האבן שטענדיג געמורמלט מיט דברי תורה, קיינמאל האט מען אים נישט געזעהן פארברענגען אדער שמועסן, נאר ווי א גיבור כארי האט ער עוסק געווען בתורה ובחסידות. פאר די תלמידים פון יענע יארן איז באקאנט וואס דער ראש ישיבה רבי מיכאל בער האט זיך אויסגעדריקט פאר שמשון איז מיר כדאי אויפצוהאלטן די גאנצע ישיבה. דערנאך איז ער אריין לערנען בישיבתו של מרן רבה"ק מסאטמאר זי"ע ווי ער האט זיך מדבק געווע ןאינעם רבי זי"ע בכל נימי נפשו ולבבו, זיינע הייליגע תורות אין זיין שיטה הקדושה איז געווען נר לרגליו כל ימיו, ווי ער האט דאס משפיע געווען אין איבערגע'חזר'ט פאר עדת צאן מרעיתו ושומעי לקחו במשך אלע יארן.

בשנת תשכ"ב האט רבי שמשון חתונה געהאט מיט מרת שיינדל ע"ה טאכטער פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק רבי חנני' יו"ט ליפא דייטש זצללה"ה אבדק"ק העלמעץ ובעל טהרת יו"ט, ]נאך איר פריצייטיגע פטירה ביום כ"ו כסלו שנת תשמ"ו האט רבי שמשון חתונה געהאט בזיוו"ש מיט הרבנית הצ' מרת נעימא תחי'[.
אלס אינגערמאן האט ער ממשיך געווען צו הארעווען בתורה ובחסידות, און תפילה בכח ובהשתפכות הנפש, זייענדיג אן עובד ה' מיט עקשנות, ווי א געטרייער סאלדאט פון השי"ת. זיין תמימות, זיין שמירת עינים, זיין קדושה, יעדע זאך איז געווען מיטן גאנצן שלימות, אן עובד ה' מיט פילן זין פון ווארט.
בשנת תשכ"ה האט אים הרה"ק בעל עבודת עבודה מטאהש זצ"ל פארבעטן צו קומען משמש זיין אלס מגיד שיעור בישיבתו, אין קרית טאהש קאנאדא, דארטן אין טאהש איז רבי שמשון אויסגעוואקסן אלס א אילן גדול בתורה וביראת שמים, ווי הונדערטער תלמידים האבן ביי אים געלערענט תורה מיט א קלארקייט, באגאסן מיט יראת שמים וחסידות. בשנת תשל"ה האט ער זיך צוריקגעקערט קיין וויליאמסבורג בצל קדשו פון רבי'ן זי"ע, ווי ער האט ממשיך געווען זיין עבודה ביראה עילאה, אין ווען דער רבי זי"ע האט מייסד געווען זיין הייליגן שטעטל 'קרית יואל' האט ער זיך ארויסגעצויגן אהין. מיטן ציל צו קענען וואוינען בקדושה ובטהרה, אפגעזונדערט פון די גוי'שע גאסן, מיט שמירת עינים כהלכה. אויך וואוינעדיג אין קרית יואל האט ער מרביץ תורה געווען פאר תלמידים דינענדיג אלס ר"מ בישבת נטע שורק ד'טשאטה.
א באזונדערע קאפיטל איז זיין התקשרות אין דביקות צו די דרך הקדוש פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע ותלמידו הרה"ק רבי נתן זי"ע אין וואס ער איז געווען דבוק בדביקות עילא ה עד זיבולא בתרייתא, אין מאציל געווען מהודו, אין משפיע געווען מתורתו לבני החבורה רבות בשנים לטובה. בשנת תשמ"ט איז נתייסד געווארן דער בית המדרש ד'חסידי ברסלב' אין שטאט קרית יואל , וואס איז געווען פון די ערשטע בתי מדרשים אין שטאט, ווי אריבער דרייסיג יאר האט ער פארגעלערנט ספרי מוהר"ן הקדוש זי"ע ברבים אין משמיע געווען דברי תורה וחסידות לעדת צאן מרעיתו. וואס יארן לאנג האבן זיי נהנה געווען מזיו קדשו, אין מיטגעהאלטן זיין עבודת הקודש, במשך די שבתים ומועדי השנה, די בכיות והשתפכות הנפש ביום הושע"ר אין די אומבאשרייבליכע שמחה ביום שמחת תורה, ווען ער האט געטאנצט אין זיך געפרייט מיט די הייליגע תורה, במשך שעות לאנג אן אפשטעל, ווייזנדיג פאר שומעי לוקחי ווי אזוי א איד רעכט אפ עבודת התפלה, עבודת אכילה, ברהמ"ז, אין התקשרות צו צדיקים בביטול ובאהבה, און משפיע געווען מבאר תורתו פון דעם נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה מוהר"ן מברסלב זי"ע . פון דעם איז נתפשט געווארן דרכו הקודש פון מוהר"ןזי"ע אין דעם הייליגן שטעטל ' קרית יואל' , ווי רבים הולכים לאורו אין שעפען חיות, חיזוק אין שמחה צו עבודת ה'.
בשנת תשנ"ה האט רבי שמשון מייסד געווען בית מדרשו אין די שטאט 'אומאן' סמוך ונראה לציון המצוינת פון הרה"ק מוהר"ן מברסלב זי"ע, זייענדיג א תלמיד מובהק פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע אין געטריי לשיטתו הקדושה והבהירה, האט פאר רבי שמשון שטארק געשטערט דעם געמישטן ציבור וואס קומען דארטן צופארן, אין געוואלט דאווענען ראש השנה, נאר מיט אזעלעכע מענטשן וואס זענען אויסגעהאלטן בהשקפה ובדעה הטהורה, אפגעשיידט אין מנוזר פון יעדע סארט התחברות צו מינים ואפיקורסים רח"ל. אין וועגן דעם האט ער מייסד געווען א ווינקל פאר תורה ותפלה, אין מקוה טהרה, 'על טהרת הקודש' מיטן פילן זין פון ווארט, ריין אפגעטיילט פון אלע כיתות שונות ומשונות למיניהם. דאס האט אויסגערופן א גרויסער קידוש השם, ביי אלע קרייזן, ווען יעדער האט געוואוסט אז דער מקום איז א אפגעטיילטער. די התייסדות פון דעם מנין אין אומאן, איז אים אנגעקומען מיט מסירת הפש ממש, ביז דעמאלטס איז נאר געווען איין מנין ווי יעדער האט געדאווענט אינאיינעם, רבי שמשון האט אויסגעטרעטן דעם וועג בשיטת ההתבדלות אין אומאן, און במשך השנים איז שוין נתייסד געווארן עטליכע מנינים אויף דעם שטייגער.

רבי שמשון האט גענאסן פון א געוואלדיגע הערכה ביי זקני משפיעי ומנהיגי חסידי ברסלב, ובפרט ביי להבל"ח הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א פאר וועמען רבי שמשון האט געשיקט אסאך געלט להעמיד בית צדיקים, אין במשך השנים היה נפשו קשורה בנפשו מיט א אהבה שאינה תלויה בדבר.

אין די לעצטערע יארן האט מען ליידער אנדעקט די ביטערע מחלה ל"ע ביי אים, און ער איז געווען אויף שווערע טריטמענטס רח"ל, טארץ די אלע שוועריגקייטן האט ער געדינט השי"ת במסירת הגוף והנפש, גייענדיג אין מקוה יעדן טאג, געדאווענט שעות לאנג מילה במילה כתינוק בן יומו, אין געלערנט אין 'כולל דרך החיים' ביז די לעצטע טעג ממש. טראץ דעם וואס יעדע טריט איז אים אנגעקומען זייער שווער, זיך קענענדיג קוים באוועגן, איז ער גשטאנען ביי שמו"ע מתחילתה עד סופה, אין געדאווענט אין געלערנט ווי א אינגע בחור'ל. ביז צו זיין הסתלקות ביום ג' תמוז שנת תשפ"א, ומנו"כ בביה"ח דקהל יטב לב דסאטמאר, שטח החדש, אין קרית יואל.
בערל פעלדמאן
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 9:31 am

Re: רבי שמשון שווארץ מברסלב-קרית יואל זצ"ל - ג’ תמוז תשפ”א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל פעלדמאן »

Screenshot 2024-07-04 185734.png
Screenshot 2024-07-04 185734.png (98.38 KiB) געזען 118 מאל
מודעה פונעם יארצייט סעודה
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”