הײמישער זײגער האט געשריבן:
ארלענדא געגנט איז רויט אדער בלוי? די פראבלעם מיט טעמפע איז געווען אז עס איז בלוי
די עיקר פראבלעם מיט טעמפא - כפי טענתו - איז די גאר שטארקע היצן אין די זוממער חדשים, די שטערקסטע פונעם גאנצען סטעיט, חוץ דעם וואלט ער געווען זייער צופרידן מיט טעמפא
קען זיין עס איז דא געציילטע מענטשן וואס וואלטן געוואלט רענטן אין פלארידא, אבער עס נישט בכדי שיעשו צו מאכן א יישוב דערפון.
די פאקט איז, אז אפילו ביי חסידי כללי און כל שכן ביי סאטמארע געשטימט עולם, וועט מען נישט אזוי שנעל מאכן א דעסיזשאן צו מופן און קויפן, מען וועט עס דורכטוען מיליאן מאל און דא קומט אריין די עלטערן/שוויגער/חברים/חברטעס אא"וו.
צו מופן מיט א בעקאפ פלאן אז מען קען צוריקמופן און אויב עס ארבעט זיך נישט אויס דערלייגט מען נישט צו סאך וועט מען גרינגער עס טוען. ווי אויך ווען מען איז נאך פריש קען מען גרינגער זיך אויפהייבן פאר א יאר צוויי והא ראי' גענוג מענטשען אפילו פון סאטמאר מופן ביי שנה ראשונה קיין אר"י פאר א יאר צוויי, ווי אויך קיין קעטסקילס האבן גענוג געמופט אן קויפן, און אפילו אן סעקשאן 8. צו קויפן א הויז וואס דאס איז די גרעסטע אינוועסטמענט ביי רוב מענטשען אין זייער לעבן און אין די זעלבע צייט מופן צו א נייע געגענט וואס מען ווייסט נישט פונקטליך אלעס איז א רעסעפי צי דיזעסטער, אפילו ווען מען טועט עס אין לעיקוואד, וכש"כ צי א ווייטע געגענט.
פרעג זיך נאך, די אלע וואס זענען געקומען צו א רענטעל האבן געהאט די טרענזישאן סאך גרינגער אין אלע הינזיכטן, און געווענליך זענען זיי זיך בעסער מסדר אין א יאר צוויי און זיי באקומען נאך בעסערע דיעלס און פאלן נישט אריין.
יעצט לגבי א נייע געגענט אין פלארידע, אינגע מענטשען דארפן נאכנישט קיין מוסדות, א פלעי גרופ איז גענוג. און מען קען עפענען פון כיתה א' און וואקסן יעדע יאר צו א העכערע קלאס וואס דאס איז די געזונטסטע וועג צי עפענען מוסדות, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. ווי אויך קענען זיי זיך גרינגער אן עצה געבן אן די אלע סטארס, אפילו א גראסערי איז אויך גענוג א קליינע קאנטין אנפאנג. איבערהויפט היינט ווען מען קען באקומען אלעס ממש אנליין די נעקסטע טאג, אפילו עסן קענען זיי אסאך זאכן באשטעלן און באקומען דורך יו.פי.עס.
איך שרייב פאר איין סיבה ווייל איך וויל עכט אז עס זאל זיך אויסארבעטען, און איך האב די עקספיריענס פון מופן צו א געגענט וואס איז געווען אין א בחינה פון ארץ לא זרועה פאר מיר. אפילו איך בין ב"ה מסודר, און איך פלאן נישט צו מופן קיין פלארידע, חוץ אפשר ביים רעטייערן און אויב מיינע קינדער וועלן דארט וואוינען, האלט איך אבער אז כלל ישראל דארף עס האבן.

זייער ריכטיג
לכאורה האט געשריבן: פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?