רבי יצחק אייזיק ווייס 'החקל יצחק' מספינקא זצ"ל-הי"ד - י"ג סיון תש"ד
דער חקל יצחק'ס רביצין הרבנית מרים (נפ' שב"ק ח תשרי תר"ץ, מנו"כ במונקאטש) איז געווען א טאכטער פון ר' ישכר בעריש אייכנשטיין זצוק"ל, באקאנט אלס ר' בעריש'ל ווערעצקיער, בעמח"ס "מלבוש לשבת ויום טוב", דער מלבוש איז געווען א זוהן פון ר' סנדר ליפא אייכנשטיין ב"ר אייזיק'ל זידיטשובער, און זיין רביצין הרבנית שיינדל איז געווען א טאכטער פון הרה"ק רבי מנשה רובין בעל שמנה לחמו אב"ד ראפשיץ בן האור ישע.
נאך די פטירה פונעם אמרי יוסף ו' אייר תרס"ט, האט איהם ממלא מקום געווען זיין איינציגער זוהן דער חקל יצחק.
דער חקל יצחק האט געהאט צוויי זוהן און איין טאכטער, דער עלטערער ר' ישראל חיים זצ"ל הי"ד, דער יונגערער זוהן ר' נפתלי צבי זצ"ל הי"ד איז געווען אב"ד ור"מ בילקא, זיין בת יחידה הרבנית הינדא שיינדל ז"ל הי"ד האט חתונה געהאט י"ט סיון תער"ב מיט הרה"ק רבי אברהם אביש הורוויץ זצ"ל הי"ד אב"ד ור"מ קראלי במ"ס בית אברהם.
ביי די ערשטע וועלט מלחמה איז דער דער חקל יצחק אנטלאפן פון ספינקא און געפליכטעט קיין מונקאטש וואו ער האט זיך באזעצט.
א' וישלח תר"ץ נאך די פטירה פון זיין רביצין, אויפן פארלאנג פון מנחת אלעזר, האט דער חקל יצחק זיך אוועק געצויגן פון מונקאטש און זיך באזעצט אין סעליש, ווי ער האט געוואוינט ביז די צווייטע וועלט מלחמה און מ'האט אים געפירט פון דעם דארטיגן געטא קיין אוישוויץ וואו ער איז אומגעקומען עקד"ה זונטאג בהעלותך י"ג סיון תש"ד.