ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3074
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

בעריש'ל האט געשריבן:
בסד האט געשריבן: ווערט באריכטעט אז קאמאו אויפן וועג ארויס פון אפיס אינטערגעשריבן א עקזעקיטיוו ארדער אז קארס וואס זענען נישט געווען אין די סיטי מער פון 4 וואכן, דארפן באצאלן 450 דאלאר ביים אריינקומען קיין ברוקלין. די דעיט אויפן ארדער איז אגוסט 15 למספרם.
די-בלאזיא זאגט אז ס'איז א פשוט'ע כעס אויסברוך. ער זאגט אז ער וועט צופיקסן קאמאו דורך צולייגן א לעיט פי פון 30 פראצענט, אויב ס'איז נישט באצאלט ביי ענדע חודש למספרם.

וואס? אויב דאס איז א ווערטל פארשטיי איך עס נישט.

שלום עליכם א איד. פאר אזא פראגע אין די אשכול קען מען באקומען א חתימה...

ליין דורך די גאנצע אשכול ביטע.
לעצט פארראכטן דורך בסד אום דינסטאג אוגוסט 24, 2021 5:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

מעיאר דע בלאזיא האט היינט מיטאג אפגעהאלטן א פרעס קאנפערענץ איבער די 'אלד וויליאמסבורג ניו דזשענערעשאן פארק' אין הארץ פון וויליאמסבורג אז די פלאן איז געווען אז דער געוועזנער גאווערנאר קאומא וועט באשליסן די צוקונפט פונעם פארק אבער יעצט גייט עס אריבער צום נייעם גאווערנאר האקול און זי וועט מעלדן איר באשלוס אין עטליכע וואכן.
אוועטאר
ליקעריש
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 3:07 pm
לאקאציע:אלל אווער די פלעיס....

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליקעריש »

viewtopic.php?f=3&t=48124&start=25#p2847437
עפעס הייבט שוין אן ווערן. ס'שוין האלב פול......


איינער האט עפעס א גוטע דיעל אויף גאגלס?....
טעמטי שרייבט, און א מענטש לאכט.
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3074
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

ס'קומט אריין די נייעס אז די בי-קיו-אי גייט טראנספארמירט ווערן צו וויי-פיי. מען וועט אריבערפארן די נייע 2 לעין שטח רימאוטלי.
אוועטאר
ליקעריש
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 3:07 pm
לאקאציע:אלל אווער די פלעיס....

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליקעריש »

אפדעיט: ס'פול!

מיר בעטן בשם די עסקנים אז יעדער זאל אנטון נאז-קליפס און מאכן א קידוש השם.

ביטע זיך נישט קריגן מיט די ים-באשעפענישן.....
שעיר די ראוד. איטס די לאו.
טעמטי שרייבט, און א מענטש לאכט.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אההה כזוך ארום ס'אשכול...
איינער האט געמאלדן אז ער'ט נעכטן געכאפט א שווים

ליקי קום אויף מיט בעסערע בייפעלער זעסטעך ס'געלונגט
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

צייטליכע דערמאנונג פאר אידן וואס וואוינען אין וויליאמסבורג און בלייבן אין שטאט...
אוועטאר
ליקעריש
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 3:07 pm
לאקאציע:אלל אווער די פלעיס....

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליקעריש »

וויליאמסבורג- ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האט היינט אפגעשטאט א באזוך און זיך געטראפן מיט די עסקנים פון שטאט, צו אדרעסירן און לינדערן דעם פראבלעם פון טרעפיק וואס פלאגט שוין דעם שטאט א לענגערע צייט.

די עסקנים האבן געגעבן צו פארשטיין פארן מעיאר, אז אין אנהויב, ווען דער רעוואלוציע איז געשאפן געווארן דורך א קנאפע צאל ראדיקאלע אקטיוויסטן, האט קיינער נישט גע'חלומ'ט אז דער קריזיס וועט זיך דערקייקלען צו אזא מצב. אבער היינט, ווען דער בענזינישע אויטאמאביל שטייט אויס גענצליך ארויסגעשטעלט צו ווערן פון באנוץ, איז מען פשוט פארפליכטעט צו פארזיכערן אז די געציילטע פארבליבענע וויהעקל אייגנטומער זאלן נישט אומ'יושר'דיג בלאקירן דעם שווער געדעכטן סקוטער פארקער מיט זייערע אלטמאדישע און גרויסע מאשינען.

דער מעיאר האט ארויסגעוויזן שטארקע איבעראשונג ווען מ'האט אים אריינגעפירט אינעם נייעם און פארגרעסערטן משה'ס בייק מעקעניק אויף פענן סטריט ביי ווייט עוועניו. צענדליגע איבערגעדרייטע בייקס און סקוטערס האבן זיך געפונען אומעטום, אויף וועלכע א פארגרעסערטער שטאב האט העפטיג געארבעט צו טוישן די ראסטיגע טשעינס, אדער ארויפצולייגן א פייפער אדער א טשערי-לייט פון פארנט אדער פון אינטן. ווי אויך האבן עטליכע גרעסערע און קלענערע טווילערס געהאנגען פונדערהייעך דורך ספעציעלע הייב-מאשינען כדי צו קענען גרינג צוקומען ארויפצולייגן טרעינינג-ווילס, אדער זיי אראפנעמען, געוואנדן אינעם פארלאנג פונעם קליענט.

גלייך דערנאך איז מען אריבער צום הצלה גאראדזש, וואו עס זענען געווען אויסגעלייגט עטליכע שפאגל נייע קאוזי-קאפער דאך-בייקס אויף וועלכע חברה הצלה האט געשלאסן מקח כדי צו זיין גרייט על כל צרה שלא תבא.
און פון דארט איז מען אריבער צום פייער סטאנציע און זיך אומגעקוקט אויף די נייסטע מאדעלן פון די בארימטע פארגעשריטענע שיפטער-בייקס וועלכע זענען אויסגעשטאט מיט א רייע אויטאמאטישע העכסט-סאפיסטעקירטע שפריצער סיסטעמען.

דערנאך האט מען צוגעפירט דעם מעיאר צום פלאץ פונעם אסיפה, מיט א ספעציעלע מאטאראסקע פון מערערע סעגוועיס און געפאנצערטע ספיד-בייקס מיט אנגעצינדענע לעמפלעך, וואו ער האט אינטערן איינפלוס פונעם באזוך אנאנסירט פרישע גיידליינס אנבלאנגט די טרענספארטעישן אינעם סיטי.


די ערשטע רעגולאציע לויטערט אז אנגעהויבן פון קומענדיגע וואך וועט די צענטער פון יעדע גאס זיין געווידמעט אויסדריקלעך נאר פאר סקוטערס, טווילערס, און אלע אנדערע סארט בייקס, קערידזשעס, און באגי-בארדס. און אויף געוויסע גאר ברייטע עוועניוס וועט מעגליך אויך זיין צוגעשטעלט א שמאלע 'קאר לעין' וואס וועט לויפן אויף די זייט פונעם גאס און וועט פירן ביזן וויליאמסבורג בריק.

אלע טרעפיק לייטס וועלן ווערן סוספענדירט, כדי אז די סקוטעריסטן זאלן נישט דארפן בייגן דעם קאפ אויף ארויף צו זען די סיגנאלן, און מיט דעם איבערשטרענגען דעם שוין אזוי אויך אנגעשטרענגטן דאבל טשין, צו וועלכער דאס בענדל פונעם העלמעט איז באפעסטיגט.

רעדנדיג פונעם העלמעט, האט דער מעיאר אפעלירט צו די בייקערס און אויפגעפאדערט זיך צו האלטן צו די פרישע זיכערהייט מאסנאמען וואס וועט אינפארסירט ווערן דורך די פאליציי דעפארטמענט, און האט דערביי אויסגערעכנט פארשידענע קאטאגאריעס פון פארלעצונגען:
דרייוון מיט א העלמעט וואס איז נישט צוגעבינדן אדער זיצן אין א קערידזש און נישט זיין צוגעסטרעפט פון אינטן און פון אויבן, דאס איז א קליינע פארלעצונג וואס מ'וועט אפקומען מיט א בלויזע געלט שטראף. אבער נישט אנכאפן די טווילער מיט ביידע הענט אדער אויפהייבן די פאדערשטע רעדל בשעת'ן פארן, דאס איז א גרויסע סכנה און וועט באצייכנט ווערן ווי א מאווינג ווייעלעישן.

דער מעיאר האט פארענדיגט זיין רעדע אז עס איז אויסדריקלעך נישט קיין קינדער שפיל!


ארויסקומענדיג פונעם מיטינג איז שוין דער מעיאר געווען שטארק ערשעפט פון אזא לאנגע טאג ארבעט, און דעריבער האט מען אים צוגעפירט צום נענטסטן גאז סטאנציע, פון וואו מ'האט ארויסגעפאמפט פאר אים א קאלטע גלאז קאלעי וואסער. אים געבנדיג צו פארשטיין אז זינט עס איז שוין נישט פארהאן קיין פארלאנג פאר געזאלין האבן די אלע געז סטעישנס - נישט וועלדיג ארויסגיין פון ביזנעס - אנגעפולט זייערע פאמפס מיט פארשידענע געטראנקען צו פארקויפן פאר די דורכפארנדע בייקערס. ס'דא צו באקומען 'רעגולער' געטראנקען ווי וואסער, ס'דא סעלצער און סאדע אינטערן 'דיזעל' קאטאגאריע, און פאר די וואס קענען זיך ערלויבן איז דא 'סופער' וואס נעמט אריין אייסקרים און סלאש, און גייט ביז אזויפיל ווי פינעף דאלער א גאלאן!

צום לעצט האט מען אריינגעפירט דעם מעיאר אינעם געשעפט פונעם גאז סטאנציע, וואו ער האט געקענט קויפן קאטן קענדי, עפריקאט, און צומי-לאליס, פאר א צוגענגליכן פרייז........


דער מעיאר איז אהיימגעגאנגען גאר שטארק באאיינדרוקט פונעם באזוך, און ווי די עסקנים געבן איבער, שטייט מען אויס צו ערווארטן גאר דראסטישע און פאזעטיווע אנטוויקלונגען אינעם צוקופנט!

- - -
אין אנדערע נייעס האט האנדא פארמאכט צוויי פון אירע לאקאלן אויפן רוט סעווענטין, וועלכע זענען אפגעקויפט געווארן דורכן אויפגייענדן מולטי-ביליאן דאלערדיגן פירמע 'ליטל טייקס'.

ווי אויך וועלן נאך עטליכע בייק-דיעלער פירמעס, צווישן זיי 'פישער פרייס' און 'סטעפ 2', עפענען עטליכע שאו-רומס ארום היימישע געגנטער צו קענען בעסער סערווירן פאטענציאלע קליענטן.
טעמטי שרייבט, און א מענטש לאכט.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

גוט!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6359
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ליקי ווי אייביג...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3916
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

זייער פיין!
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע:אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

לאמיר זען צי עדעמס העט אנהאלטען ביז דאן...
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

ליקעריש האט געשריבן:
New Microsoft Word Document.pdf
(86.08 KiB) געווארן דאונלאודעד 62 מאל
.
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יוש.. דיינע ערפינדונגן און בייפאלן האבן מיר געמאכט זייער לאכן... די סעלצער אין דיזעל פאמפ, סלאש אין סופער פאמפ.. ועוד ועוד...

קענט וועיט פאר מאר...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ליקי!!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

פיין פיין, צוקער זיס.

איך האב גראדע מיטגעהאלטן אן אנדערע באזוך פון עדעמס אין וויליאמסבורג, כ'בין אבער געווען מסופק צי כ'זאל עס ארויפשטעלן.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14864
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

עולם הפוך האט געשריבן:
פיין פיין, צוקער זיס.

איך האב גראדע מיטגעהאלטן אן אנדערע באזוך פון עדעמס אין וויליאמסבורג, כ'בין אבער געווען מסופק צי כ'זאל עס ארויפשטעלן.
אוודאי!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15040
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ליקי אווי נאר ער קאן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
ליקעריש
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 3:07 pm
לאקאציע:אלל אווער די פלעיס....

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליקעריש »

עולם הפוך האט געשריבן:
איך האב גראדע מיטגעהאלטן אן אנדערע באזוך פון עדעמס אין וויליאמסבורג, כ'בין אבער געווען מסופק צי כ'זאל עס ארויפשטעלן.
גאו עהעד....

קענסט באשרייבן זיין באזוך אינעם געוועזענעם האום דיפאו וואס האט זיך פארקויפט פאר 'לעגא'....

קענסט אפילו באריכטן ווי ער האט אויפן פלאץ געגעבן די לעגאלע פערמיטן צו פארוואנדלען דעם פארקינג לאט אין א גיגאנטישע סענד באקס.......

און אז דו ווילסט קענסטו אויך אריינגיין אין די פאליטיקס און איבערגעבן וויאזוי פרעזידענט ביידען'ס געזונט צושטאנד איז, נאכן אראפפאלן פון א סווינג.....
טעמטי שרייבט, און א מענטש לאכט.
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

לייק ליקי!!!
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

אפדעיט פון די וויליאמסבורגער גאסן זומער תשפ"ב

פארלאפענע וואך דינסטאג פ' חקת למס' July 5, ארום איינס אזייגער מיטאג זענען עטליכע פאליציי קארס אנגעקומען צום וויקנל פון מארסי קארנער מוירטל אין וויליאמסבורג, אן קיין שום מעדלדונג פון פריער האבן זיי אפגעשלאסן די מארסי גאס ביים ווינקל פון מוירטל, וואס באדייט אז גאנץ מארסי און די אומגעגענט פון ניי וויליאמסבורג זענען געווארן שווער אפעקטיר פון די אומערווארטעט טרעפיק.

מתפללים פון די חצות מנין פון די דערנעבנדיגע סאטמארער "בנין געלבשטיין – קעסקעיד" ביהמ"ד זענען געווען איבעראשט און שאקירט איבער דער אפשליסונג, עס האבן זיך אנגעהויבן פארזאמלען קופקעס, וואו דער עולם האט אויסגעשמועסט וואס דאס קען מעגליך באדייטן, דער "חצות געמיינדע" איז נישט אזוי גרויס אין די יעצצטיגע טעג, וויבאלד אסאך פון די "חצות אידן" געפינען זיך אין די מאונטענס.

עס האט אנגעהויבן ארומפארן וויירעל מעסעדזשעס אויף וואטסעפפ אז מארסי איז געווארן אפגעשפארט אומערווארטעט, די @WMSBG טוויטער אקאונט האט שנעל ארויסגעשיקט א מעסעדזש כדי צו זיין די ערשטע גרופע וואס באריכטעט דעם פאסירונג, פאלגענד איז געווען זייער טוויט "@WMSBG: @NYPDnews unexpectedly closed the street at Marcy x Myrtle Ave. causing a major traffic gridlock for the entire surrounding area. Use alternate route. DTF.”

נאך ארום צוואנציג מינוט האט זיך אנגעהויבן אויסקלארן די סומאטוכע ווען עטליכע שווארצע סובורסענס מיט בליטשקעדיגע לעמפלעך זענען אנגעקומען צו דער געגענט. צו אלעמענס וואונדער איז דער ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס איז ערשינען אין די געגענט אינאיינעם מיט זיין סוויטע. וואס א מינוט לענגער זענען ערשינען נאך פילע אידישע און נישט אידישע פאליטיקאנט און ערוויילטע באאמטע, צווישן זיי דער סיטי קאונסיל מעמבער לינקאלן רעסטלער און דער ניי-ערוויילטער דיסטריקט לידער פון בארא פארק, פיני רינגל.
אלע קארן פון די פאליטישאנס און ערוויילטע באאמטע האבן געפארקט שיעף "ענגעל" פארקינג לענגאויס מארסי צווישן מוירטל און סטאקטאן.

די גבאים פון די קעסקעיד ביהמ"ד האבן ארויסגעברעגנט א הערליכע שטענדער, און געצויגן א מיקראפאן פונעם ביהמ"ד. דער מעיאר האט זיך גלייך געשטעלט אין צענטער, ווען פון זיין רעכטע זייט שטייען העסקן ר' נפתלי משה אינדיג און הרבני הנגיד ר' אברמי בראך, און פון זיין לינקע זייט שטייען העסקן ר' משה דוד ניעדערמאן, און העסקן ר' אברהם יעקב פריעדמאן.

צווישן די אנדערע עסקנים און כלל טוער האט זיך אנגעזען די באטייליגונג פון די עסקנים ר' יואל אייזדארפער, אן אסיסטענט צום מעיאר ר' שמואל מרדכי שטערן און ר' יואל פריעדמאן. אזוי אויך האט זיך אנגעזען די באטייליגונג פון מערערע 'שומרים' מיטגלידער, בראש פון ר' לעמל מארקאוויטש.

צוערשט האט אויפגעטרעטן ר' נפתלי משה אינדיג, וואס האט ארויסגעברעגנט אז אין די פריע שטאפלען ביי די פריימעריס האט ער איינגעזען די גוטסקייט און גוט הארץ פון מעיאר עדעמס, דעריבער האט ער גלייך פארשטאנען אז די אידישע געמיינדע דארף זיך פאראייניגן צו שטימען פאר'ן מעיאר, און אזוי איז טאקע געווען שפעטער ביי די דזשענעראל עלעקשאנס. ר' נפתלי משה האט אויפגערופן דעם מעיאר צו הילכיגע אפלאדיסמענטן פון אלע פארזאמלטע וועלכע האבן געקלאטשט פארן מעיאר פאר עטליכע לאנגע מינוטן, ביז דער מעיאר האט ענדליך געקענט קומען צום ווארט.

דער מעיאר האט אנגעהויבן זינע ווערטער מיט'ן זיך באדאנקען פאר תושבי וויליאמסבורג בכלל און פאר אלע עסקנים וואס זענען דא אראפגעקומען בפרט. דער מעיאר האט באדאנקט ראביי (ר' משה דוד) ניעדערמאן פאר זיין שטענדיגע קאאפעראציע מיט זיין אפיס.

דאן איז דער מעיאר אריבער מעלדן אן היסטארישער פראיעקט לטובת די טויזנטער אידישע איינוואוינער פון ניי-וויליאסבורג. דער מעיאר האט געזאגט אז גענוי ווי זיין פארגייער מר. דעבלאזיא וואס האט מיט א יאר צוריק געגרינדעט די "Old Williamsburg New Generation" פארק, וואס איז געווען גאר שטארק בייהילפיג פאר די אידישע געמיינדע. טוט ער מיט איבעראשונג מעלדן אז אויך אין ניי וויליאמסבורג גייט ווערן אהערגעשטעלט אזא סארט פארק מיט גראז, ביימער, הערליכע בלומען און וואסערפאלן, מיט נאך פילע אינטערעסאנטע אינטערהאלטונגען, א שטייגער ווי גליטשערס, שווינגס, און סיסאוס.

דער מעיאר האט געמאלדן אז דער פארק גייט געבויעט ווערן אויף די "סטאקטאן" גאס, דארט וואו די קעסקעיד דעוועלאפמענט געפינט זיך. דער מעיאר האט ארויסגעברענגט אז ער ווייסט עס איז דא א גרויסע לאקאלע פארק, אבער יענץ איז נאר פאסיג פאר די לאקאלע נישט אידישע איינוואוינער, דעריבער ווערט אהערגעשטעלט דער נייער פארק מיט'ן נאמען "The Cascade Youth Park", ספעציעל לטובת די לאקאלע אידישע געמיינדע.

דער מעיאר האט נאכ'ן מעלדן די היסטארישע פראיעקט זיך אויסגעדרייט צו ר' לעמל מארקאוויטש פון שומרים, וואס איז געשטאנען אינעם צווייטן רייע און אים אנגעוואונשן "Congratulations Mr. Markowitz upon the Wedding of your beloved child, may they live together their entire life with happiness".

דערנאך האט דער מעיאר זיך אויסגעדרייט צו ר' אברהם יעקב פריעדמאן און אים באדאנקט פאר זיין שטארקע שטיצע וואס ער האט אים געגעבן במשך די לעצטע צענדליגער יארן, און נאר אדאנק אים איז ער אנגעקומען צו ווערן דער מעיאר פון ניו יארק סיטי.
דער מעיאר האט פארגעזעצט “It was truly an honor for me to be able to attend one of the parties following your child's wedding. I love being surrounded by Jews”.

ווען דער מעיאר האט געענדיגט זיינע ווערטער האט ר' אברהם בראך גענומען דאס ווארט, ער האט זיך שטארק באדאנק פאר'ן מעיאר פאר זיינע פילע לייסטונגען לטובת די אידישע געמיינדע, און ער האט שטענדיג אן אפענער אויער פאר אלעס וואס עס פעלט זיך אויס לטובת די אידן. ר' אברהם האט דערביי געגעבן א זאג פאר'ן מעיאר " איך בין געווען פון די דעוועלאפערס פון די מעכטיגע קעסקעיד דעוועלאפמענט, אונז האמיר דא געבויעט הונדערטער דירות, דאס א צייכן אויף די גוטע חינוך וואס מיר באקומען אין די אידישע מוסדות, אן אפילו איינער אן קיין שום דעגרי אין קאלעדזש האט דאס געקענט באווייזן", ער האט געבעטן דעם מעיאר צו שתדל'ן פאר די הייליגע חינוך פון אונזערע קינדער.

דערנאך האט ר' אברהם דערציילט אז בשעת די פאהאנדלונגען איבער די נייע פארק האט דער מעיאר געוואלט גענצליך פארשליסן פון היינט און ווייטער די סטאקטאן גאס פאר סיי וועלכע קארס, אלעס וועט זיין בלויז גראז און ביימער פאר די הונדערטער משפחות פון די גאנצע אומגעגנט, למעשה האב מיר אונז גע'טענה'ט אז מ'קען בויען דעם פארק אויף די גאנצע לענג פון די גאס (וואס איז גאר א לאנגע גאס), און נאך אלץ בלייבט איבער גענוג פלאץ פאר איין לעין וואו די קארס פון די איינוואוינער וועלן קענען אריינפארן אין די גאס, ר' אברהם האט געזאגט אז דער מעיאר האט ווי שטענדיג תיכף צוגעשטימט צום פלאן.

מעיאר עדעמס האט זיך שטארק צעשמייכלט און געגעבן א קלאפ אין פלייצע פאר אברמי און אים געזאגט "I am sure you're going to build more developments in the near future, so we will be accommodating your requests as you did with allowing to build the new park in front of your development".
(אין אידישע איבערזעצונג: איך בין זיכער אז דו גייסט בקרוב בויען נאך פראיעקטן דא אין שטאט, מיר וועלן זיך דאן אפרעכענען אויף די גוטע זאך וואס דו האסט געטון מיטן ערלויבן צו בויען א פארק אויף סטאקטאן, הארט נעבן דיין דעוועלאפמענט.)

דערנאך האט ר' משה דוד ניעדערמאן גענומען דאס ווארט און האט גאר שטארק באדאנקט דעם מעיאר פאר'ן שטענדיג זיין גרייט צו העלפן די אידן, ר' משה דוד האט זיך אויסגעדרייט צו זיין געהילף ר' שמואל מרדכי שטערן און געזאגט אז ער איז עדות אז יעדעס מאל עס מאכט זיך ח"ו אן איבערפאל אויף א איד, פון די פריע פארטאגס שעה'ן ביז אין די שפעטע נאכט שעה'ן, שטייט דער מעיאר שטענדיג גרייט צו העלפן מיט וואס עס פעלט זיך נאר אויס. ר' משה דוד האט אנגעוואונטשן פאר'ן מעיאר אז ער זאל מצליח זיין מיט זיין ארבעט אלס מעיאר.

טראצדעם וואס עס איז נישט געווען געפלאנט בעפאר האט ר' לעמל מארקאוויטש גענומען דאס ווארט און האט זיך באדאנקט פאר'ן מעיאר פאר'ן אראפקומען קיין וויליאמסבורג, ר' לעמל האט ארויסגעברענגט פארן מעיאר אז שומרים ארבעט זייער שווער צו באשיצן די אישיע געמיינדע אין וויליאמסבורג, ר' לעמל האט דערביי ציניש געזאגט פאר'ן מעיאר אז היות די ניו יארק סיטי פאליציי זענען היפש געבינדן מיט דורכפירן ארסעטן, צוליב דעם טוט שומרים ארויסשיקן יעדן שבת פילע קארס צו באוואכן די גאנצע אומגעגענט, ער האט אפעלירט צום מעיאר אז זייענדיג א געוועזענע פאליציי אפיציר ווייסט ער וואס עס מיינט צו באקעמפן פארברעכנס, און דער מעיאר זאל ארבעטן שווערער צו פאררעכטן די פראבלעמען אין די בעיל רעפארם געזעץ.

דער מעיאר איז קענטיג געווען שטארק בארירט פון דעם הערליכן אויפנאמע, ער האט געזאגט אז בעצם האט ער געפלאנט צו מעלדן נאך א גרויסע פראיעקט אין וויליאמסבורג, אבער היות עס האט זיך פארלענגערט שפעטער ווי ערווארטעט וועט ער עס מעלדן אין א צווייטע געלעגנהייט.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14864
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

וואף!!! שפירט זיך וואו עכט..
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

חחחחח עולם איז אין דמיון מאָד…
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”