Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל
נישט געווען געפלאנט פון פאראויס. = טראמפ איז נישט שולדיג, ווייל עס איז נישט געווען קיין געפלאנטע אויפשטאנד...
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
ר' זעקל האט געשריבן: איך מיין נישט אייך פערזענדליך, אבער דאס איז טיפיקל ליבעראלע וועג, מען האט דיר געכאפט ביים ליגנט לויפסטו טרעפן אנדערע ספינס, אמער די רעפאבליקאנער האבן געזאגט אזוי אין אזוי, האט דאס עפעס מיט דאס וואס איך האב געשריבן?
Mezofzef האט געשריבן: איך מיין אייך אויך נישט פערזענליך, איך האב געוויזן די רעפובליקאנע ספין און אנשטאט זי צו שעמען דערמיט איז עס גאר א מעלה!!
ר' זעקל האט געשריבן: ניין. עס זעהט זיך אויס אז די האסט נישט געליינט די לעצטע צוויי בלעטער.
ר' זעקל האט געשריבן: גענאגלט, סיי וואספארא זייט די קוקסט האט עס מיט טראמפ קיין שייכות, עז לאנג די האסט נישט קיין פראוו אז עס זאל האבן סיי וואספארא שייכות מיט אים.
ר' זעקל האט געשריבן: פארשטייט זיך ווען די ווילסט זיך שטעלן נאר אויף מיינע לעצטע פאר תגובות איז עס נישט קיין שלעכטע ספין, אבער ווען די נעמסט די גאנצע דעבאטע ווי איך האב א גאנצע צייט געשריבן אז מען האט זיך געשלאגן אינדרויסן אזוי ווי ביי אסאך פראטעסטן, אבער דאס אנקומען אין די קעפיטעל האט געהאט מיט די שלעכטע סעקיורעטי אין נישט מיט די פראטעסטירער, אין די האסט פראבירט צו בויען א נערעטיוו אז ניין דאס איז געווען א פראוו אינטערצווארפן די רעגירונג, און מען האט זיך געגרייט פון פארדעם אויף דעם, איז א נערישע ספין.
אין די באמבע פון עס צוזאמשטעלן מיט די טאליבאנער איז שוין עפעס וואס איך האב נישט געגלייבט אויף אזא געלונגענע ניק וואס גייט געווענדליך נאך פאקטן.
אבער אז די ווילסט שטארק וועל איך דיר עס מסביר זיין ברחל ביתך, די טאליבאנער זענען א באוואפענטע גרופ וואס האבן א באנטש געווער, אין זיי הארגענען שוין מענטשן פאר די לעצטע צוואנציג יאר, און זיי קאנטראלן שוין שטחים אין אפגאניסטאן פאר אסאך יאר, אין יעצט האבן זיי איינגענומען די הויפט שטאט,
משא'כ די מענטשן וואס זענען אריין אין די קעפיטעל זענען אמעריקאנער בירגער וואס זענען געקומען מוחה זיין אין וואשינגטאן אויף א עוולה וואס איז לויט זיי פארגעקומען, אזוי ווי עס פאסירט יעדע צווייטע טאג, און עס איז נישט געווען ווילדער ווי אסאך פראטעסטן וואס עס זענען שוין פארגעקומען אין וואשינגטאן, און זיי האבן נישט גענוצט קיין געווער, אבער דא האט פאסירט א פאנטשער אז די סעקיורעטי האט נישט געטויגט, האט פאסירט אז די שלעגערייען האט זיך אריינגעצויגן ביז אין די קעפיטעל, אזוי ווי עס פאסירט ווען א טיר איז אפען אדער נישט גוט פארמאכט, איינמאל זיי האבן זיך געטראפן אינסייד האבן זיי אויסגענוצט די איינמאליגע געלעגנהייט צו כאפן גוטע סעלפיס, אין פארשטייט זיך אז מען האט נישט געקענט ווייטער גיין מיט די פרעצעדור פון ציילן די עלעקטארעל וואוטס צו קענען אריינשטעלן אפאר וואכן שפעטער א נייער פרעזידענט, נאר עס האט געדארפט פארקומען אפאר שעה שפעטער, אין סאום האו טרייט מען אונז אראפצולייגן ווי עס איז געווען א אויספלאנירטע אויפשטאנד אינטערצוברענגן די רעגירונג, אין אזאלכע קליגע אידן קויפן עס פאר גוט געלט.
לויט ווי עס זעהט דא אויס די לעצטע פאר טאג, גיי איך דארפן יעדען טאג נאכאמאל איבערשרייבן די גאנצע תורה, ווייל נאך איינער גייט פראבירן צו מאכן עפעס א ספין, איך מיין איך האב מיר שוין גענוג מסביר געווען, סאו חוץ אויב איינער גייט קומען מיט עפעס א לייטישע טענה, אדער מיר גוט ארויסנעמען פון די ראמען, בין איך פארטיג.