ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29848
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך לכאורה »

א גוט מארגן צדיקים, היום יהיה האות הזה
אטעטשמענטס
matzev8.jpg
matzev8.jpg (312.95 KiB) געזען 9228 מאל
Screen Shot 2021-06-29 at 8.43.08 AM copy.jpg
Screen Shot 2021-06-29 at 8.43.08 AM copy.jpg (311.99 KiB) געזען 9228 מאל
matzev11.jpg
matzev11.jpg (287.78 KiB) געזען 9228 מאל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29848
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך לכאורה »

יא יא, אייוועלט בתפארתו
אטעטשמענטס
ddd.jpg
ddd.jpg (262.5 KiB) געזען 9226 מאל
matzev13.jpg
matzev13.jpg (310.09 KiB) געזען 9226 מאל
matzev14.jpg
matzev14.jpg (444.76 KiB) געזען 9226 מאל
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אט אט און מיר דערגרייכן דעם ציהל...

אייוועלט, דו קענסט!!
אטעטשמענטס
IMG-20210629-WA0170.jpg
IMG-20210629-WA0170.jpg (304.13 KiB) געזען 9025 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אין מילים!!! נישטא קיין ווערטער!!!

אייוועלט האט געשיקט א קלארע מעסידזש פאר מחר אני בא, מחר טייערע, דו ביסט נישט אליין!!! מיר וועלן איינרייסן פאר דיר, מיר וועלן טוהן אלעס וואס מיר קענען, מיר וועלן איבערדרייען וועלטן פאר דיינעטוועגן!!!

אייוועלט, דו קענסט!!! אייוועלט, דו שיינסט!!!
אטעטשמענטס
IMG-20210629-WA0453.jpg
IMG-20210629-WA0453.jpg (466.55 KiB) געזען 8825 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אצינד אז מ'האמער דערגרייכט דעם ציהל, האט א חבר ארייגעשיקט אז מ'זאל מאכן א באונעס גאול לזכות פאר אונזערע 40 חברים וואס זענען מצפים לישועה!

מיר האבן גערעדט מיט די וואס גיבן זיך אפ מיט די מקוה, זיי זאגן אז מ'קענעס נוצן, און אלעס וועט גיין דיירעקט פאר די מקוה...

איז געבליבן אז מ'גייט רעיזן די גאול!!!

נו' חברה... מ'גיימער? האטס אינזין יעדע נדבה לזכות אונזערע חברים וואס ווארטן אויף זש"ק.

אייוועלט, דו קענסט!!!
אטעטשמענטס
IMG-20210629-WA0494.jpg
IMG-20210629-WA0494.jpg (403.53 KiB) געזען 8799 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29848
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך לכאורה »

אור ליום ד' פרשת פינחס תשפ"א לפ"ק

הייליגע רבותי!

איידער מיר גייען זיך צולייגן אויף אפאר מינוט היינט אויפדערנאכט, נאך עטליכע שלאפלאזע נאכט (בוכשטעבליך! כ'געדענק נישט ס'לעצטע מאל כ'בין געשלאפן בלויז 4 שעה פער נאכט, עטליכע נעכט נאכאנאנד, אן קיין מיטאג דרימל!), לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל.

ארום אכצן הונדערט נדבות זענען אריינגעקומען, אין די סומעס פון 1 דאלער ביז אכצן טויזנט דאלער! צוזאמשטעלנדיג א פאנטאסטישע סומע פון... נו, חברה (כ'רעד נישט צו ענק יעצט, כ'האב דא ארום 16 טייערע יונגעלייט ארום מיר, זיי זיצן מיט כלים מכלים שונים און פייניגן זייערע חברים און שונאים צוגלייך פאר נאך א טאלער און נאך א טאלער...) וואו האלט עס כרגע? "צוויי הונדערט מיט צוויי און זיבעציג טויזנט דאלער"!!!!!

עס איז זיכער אז דער קאמפיין וועט אפהילכן אין די אידישע וועלט (די עכטע) און חוקרים וועלן זיך נאך קראצן די אויסגעפליקטע קעפ יארן ארום וויאזוי אזא זאך האט געקענט צושטאנד קומען, א הייפעלע אפגעריסענע יונגעלייט מיט קיין איבריגע גראשן צו די נשמה, האבן זיך צוזאמגענומען כאיש אחד בלב אחד צו העלפן א חבר, און עס איז זיי געלונגען ב"ה אויף אן אופן וואס איז למעלה מן המשוער (פאטשט מיך נישט, אבער א וואך צוריק האב איך גערעדט אז מ'זאל מאכן די ערשטע גאול אויף פופציג אלפים, און העכסטנס וועט מען ארויפריקן צו פינף און זיבעציג...)

איין וויכטיגע נקודה וויל איך דא אנמערקן, וואס מיין חשוב'ער ידיד "והוא פלאי" האט מיר פריער אנגעמערקט אויפ'ן טרייבל. עס איז דא א לאו דאורייתא פון "לא תנסו את ה'", און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע יורה דעה סי' רמ"ז. מיר טארן נישט פרובירן דעם אויבערשטן און זיך איינרעדן אז וויבאלד מיר האבן געטון כך וכך וועט ער כביכול 'מוזן' נאכגעבן אונזערע באגערן. סך הכל האבן מיר געטון השתדלות פון אונזער זייט, און צוגעהאלפן בויען א מקוה אין א היימישע געגנט, וואס איז א דבר גדול עד מאד, און מיר זענען מתפלל אז דער זכות זאל גערעכנט ווערן פאר אונזער חבר "מחר אני בא" ער זאל געהאלפן ווערן בקרוב מיט זרע של קיימא. (כ'האף דער מעסעדזש איז גענוג קלאר, ווייל כ'האב שוין געהערט פון עטליכע אז זיי האבן עפעס א מאדנעם בליק אויף די גאנצע עסק, כאילו מיר רעדן זיך איין אז מען קען באצווינגען כביכול חלילה אדער אים פרובירן ח"ו).

כ'בין צו מיעד און אויסגעמוטשעט אויפ'ן מאמענט צו שרייבן געהעריגע דברי שבח והודאה פאר אלע עסקנים און משתתפים, אבער ברצות ה' וועט דאס נאכקומען.

אויף דערווייל, רבותי, שלאפט רואיג, לערנט פלייסיג און דאוונט ערליך, און זייט שטאלץ צו זיין מיטגלידער פון אזא היימיש און ערליך פלאץ וואס האט באוויזן אזא דבר גדול עד מאד אין אזא קורצע צייט!

החותם ברגש
הק' לכאורה
פה קאמפיין הויפטקווארטיר
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יאפ יאפ יאפ... מי כעמך ישראל שרייט ארויס פון זיך אליין... אייוועלט דו האסט ארויסגעוויזן דיינע הערליכע קאלירן! א אינגערמאן וואס רוב אירע קענען נישט דא, אבער דאך שפיהרט יעדער מיט מיט אים... אזא מין ווארעמקייט! אהבת ישראל בתקפו! און וואו אן ארבייטער פון איינע פון די גרויסע ארגענזאציעס האבן מיר געזאגט... אזאונס איז נאכניש געווען! אין בלויז 2 טעג פון ווען די ערשטע לינק איז ארויס האט מען געריעטשד די גאול!!!


אצינד העמער מכבד זיין דעם ראש הקהל ערעב שמערל צו שליסן דעם מעמד...

ר שמערל...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך שמערי בערי »

רבותי ורמורי,

כ'וויל אנפאנגען מיינע ווערטער מיט א טערמין וואס איך פארשטיי נישט וואס דאס מיינט, און קיין שום אידיש קינד זאל נישט וויסן, איך האב דאס בלויז אמאל געהערט פון ר' שלמה באכנער זאל זיין געזונט ביי איינע פון זיינע בוני עולם אויפטריטן.

ר' שלמה האט דאן גערעדט איבער א יונגערמאן וועלכער מוטשעט זיך מיט א זאך וואס ווערט אנגערופן אין דאקטאר'ישע שפראך מיט'ן ווארט "אנעקספלעינד", אידיש גערעד הייסט דאס: הסבר'לאז. ס'האט נישט קיין הסבר. ר' שלמה האט זיך מתמרמר געווען אז "דער טערמינאלעדזשי, ווער ס'ווייסט, איז ליידער זייער זייער ביטער...". ס'איז א חורבן...

טייערע אידן. האלטנדיג נאך אזא קאמפיין, קען זיך בלויז ארויס שרייען אט דער איינער ווארט:

אנעקספלעינד

א קאמפיין וואס איך גלייב אז כמעט קיינער האט נישט געקענט פאראויס זאגן מיט וואספארא סמעשינג סוקסעס דאס וועט זיך ענדיגן

אנעקספלעינד

קיינער האט נישט געקענט שאצן מיט וואספארא ווארימקייט כלל ישראל וועט זיך אנשליסן.

אנעקספלעינד

א קאמפיין וואס קרוב צו 100 פראצענט פון נדבות זענען געקומען דורך אידן וועלכע קענען ווייט נישט דעם נצרך.

אנעקספלעינד

א קאמפיין וואו די רעיזערס קענען נישט דעם נצרך, די נותנים קענען נישט די רעיזערס, אלעס איז בלויז הארץ צו הארץ - כלל ישראל.

ווערטער קענען נישט עקספלעינען די געפילן וואס רינען איבער על כל גדותם, ווערטער קענען נישט מסביר זיין די הארציגקייט וואס הערשט אויף א מי כעמך ישראל'דיגן פארנעם, די אהבת חינם אין די יעצטיגע ימי בין המצרים וואס אידן קוקן ארויס אויפ'ן בנין בית המקדש אין אטא דעם זכות.

אלזא, קוקן מיר ארויס אז די הייליגע פעולות זאלן העלפן אונזער טייערן חבר אויף א וועג וואס די דאקטוירים זאלן זאגן אז ס'איז אנעקספלעינד וויאזוי דער יונגערמאן איז געהאלפן געווארן! און זאלן הייבן די הענט צום הימל און זאגן אז בלויז דער הייליגער באשעפער אליינס קען דאס באווייזן חוץ לדרך הטבע.

אלע נותנים ומסייעים, בלא יודעים ובלא מכירים, זאלן זוכה זיין צו געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב, און קיינמאל נישט וויסן פון קיין ברעקל צער, און נאר האבן שמחה ונחת דקדושה עד עולם, אמן.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יישר כח געעהרטער ראש הקהל...

איך וויל מיך באדאנקן פאר די אנפיהרער פונעם קאמפיין, די שרייבער, די גראפיקער, די רעיזערס און אוודאי פאר אלע נדבנים... דער אייבערשטער זאל העלפן אז יעדער זאל געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן! שמחה ונחת, גרינגערהייט און געזונטערהייט מיט הרחבת הדעת! און מיר זאלן בקרוב הערן גוטע בשורות ביי אלע וואס ווארטן נאך אויף זש"ק!

און ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער וכו'... מיר זאלן אלע גיין בקרוב קעגן גואל צדק בב"א...

זריעל ידיד נפש...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
פארשפארט

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”