Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)
זאלסטו האבן א גרינגן תענית (אויב דו האסט נאכנישט אויסגעפאסט), און דער קומענדיגער תענית זאל מען שוין טאנצן מיט מוזיק!
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
לכאורה האט געשריבן: וואס איז אזוי שטיל אין דעם אשכול? איך לאז דא קאמענטירן אויך...
איידער איך נעם מיך צו די פלייץ פון נתינות וואס האלטן ב"ה אין איין שטראמען (שטילערהייט: איך גיי נישט קענען נאכקומען די פארלאנג זיך צו באדאנקן פאר יעדן פערזענליך, כ'גיי מוזן אויך עוסק זיין בפרנסה במשך די קומענדיגע טעג), וויל איך ציטירן אן אישי בריוול וואס איך האב נארוואס באקומען, וואו דער שרייבער זאגט צו א טויזנטער פאר די מקוה, און גלייכצייטיג נעמט ער זיך אונטער צו מזכיר זיין די נעמען פון יעדן נדבן פון טויזנט און ארויף ביי די ציונים פון צדיקים וואו ער גייט בקרוב פוקד זיין.
לאמיר אים איבערגעבן דאס ווארט (כ'האב ארויסגעשניטן פריוואטע אינפארמאציע):
כליפ כליפ כליפ איך האב זיך אראפגעלייגט פאר א דרימעל און ליידער פארשלאפן די גאנצע היסטארישע מעשה. אבער עפענענדיג מיין כלי יעצט צו זעהן וואס כ'האב פארפאסט גליטשען זיך טרערן
מי כעמך ישראל
איך גיי מיר אי"ה משתתף זיין מיט די סכום פון לכה"פ אן אלפ'ל
דאס איז מיר פערסענאל
מיין ... ווארט שוין א גאנצע שמיטה יארן צו האלזן א קינד אבער ועדיין לא נושענו, די צער און פיין וואס דאס פארפאלק מאכט מיט איז אין לשער, ובנוסף פארבייס איך מיר די ליפן צוצוקוקן צו די צער וואס מיינע עלעטערן מאכן מיט, זייער הארץ גייט אויס פאר זייער גוט, די פארטערליכע אינסטינקט פון א מאמע וויל טוהן וואס זי קען נאר צו העלפן איר קינד אבער קענען ליידער גארנישט טוהן נאר בלויז צו מיטקרעכצן מיט זייער פיין
ממש אין די איצטיגע טעג גיימיר פארן אי"ה קיין אוהעל צום יארצייט פונעם איש האלוקים הגה"ק הישמח משה זצוק"ל ..., ווי מיר גייען איינריייסן שערי שמים אויס צו פועל'ן א ישועה
טוה איך אנבאטן פאר אלע וואס רופן זיך אן מיטן סכום פון אלף און ארויף אז זיי קענען מיט שיקן א קוויטעל וועלכע איך וועל אי"ה מזכיר זיין ביי אלע ציוני הקדושים
רמ"א, תוספות יו"ט, ליזענסק, צאנז, דינוב, קערעסטיר, ראצפערט, קאלוב און ביים הייליגן ישמח משה
אלזא, אויב איר האט געשאנקן אן אלף'ל אדער מער פאר'ן קאמפיין, און איר ווילט מיטשיקן א קוויטל צו די דערמאנטע צדיקים, שרייבט מיר ביטע אין אישידי נעמען און איך וועל עס איבערגעבן פאר'ן רייזנדער
לכאורה האט געשריבן: אחת ואחת 3 (ער קען נישט רעכענען... זינט ווען איז אחת ואחת = דריי? אבער ס'בעסער אזוי.. אזוי האבן מיר ארויסדערווישט נאך א טאלער פון אים. מיין טיטשער האט שוין געזאגט יארן צוריק אז אויב מיר וועלן נישט זיך אויסלערנען חשבון, וועט עס אונז טייער קאסטן)
לכאורה האט געשריבן: כעלאו חברה, לכאורה דא אין קאמענד סענטער
מ'האמיר דא א ריזן ציבור ב"ה, איין מנין מנחה האט שוין געדאוונט, באלד שטעלט זיך א מנין מעריב (ווי נאר מ'דערגרייכט דעם ציל אי"ה)
אקעי, גיימיר בא'שכוח'ן דעם עולם.... שששששש די גערודער דא איז אומדערטרעגליך, כ'מיין כ'גיי פארלעשן מיינע אויערן מאשינקעס פאר א וויילע
שמחת עולם 18
מתמיד 18
היימישער איד 5 (ער שרייבט אז ער איז מיין ידיד עוז, מיין אימעיל אדרעסע האט ער מיר אוועקגע'גנב'עט, דאס איז זיכער)
WHO KNOWS 20
אנאנים 100
פישל 18
משה אהרן וואסערלויף-די פאקט 30
א ניק 1,000 (איך ווייס ווער דו ביסט! און געבענטשט זאלסטו זיין!)
רינדעכיג 360 (דיינע נתינות גלייב איך נישט כי הוא זה, דו האסט דאך צוטריט צום בעק-פענעל)
אנאנים 18
ניס קראכער 36
מוז אויספילן? 10
אנאנים 180
צום זאכענעס 25
מענדי פעלבערבוים 10
גלות איד 12
אנאנים 360 (א מדריגה דאס, ער געבט ווי א נגיד און לאזט עס בסוד)
להחיות 36 (די ערשטע אין א סעריע)
י. מ. ל. 180
אנאנים 25
מפואר פאר יעדער 18
חזן שמילאוויטש 1,000 (כ'ווייס נישט אויב ער איז א חזן, אבער א בעל צדקה איז ער א פיינער)
הרב טייטעלבוים 100
בעסער פרעג נישט 100
קברנה סובניון 100
נאך איינער 36
לייטער (הוספה) 100
להחיות 100
אנאנים 50
שמואל קליין 26
קאקאש קעיק מיט מילך 10
משה בעלז 18 (יישר כח פאר די מענטשאן)
בענקל 20
רינדעכיג 750 (כנ"ל, פרוף עס!)
יואלי ווייס 100
ט. ב. 5,000 (איך האב מיך נאכגעפרעגט דא אין הויפטקווארטיר ווער דאס איז, און איך בין שאקד! זאלסט זיין געבענטשט מיט אלע ברכות פי חמשת אלפים!)
משה ע. גראס 100
נא שכל 5
S.F. 8
AMW 10
נישט קינדער 10,000 (דיין ניק איז על שם העבר, נאך אזא געוואלדיגע נתינה ביסטו א געהאלפענער, מקוה ישראל מושיעו - מושיעו ודאי!)
פארווערד מידיע 8 (וואס מיינט דאס, אז מיר וועלן נאך צוויי אזייגער?)
פעפערקארן 500 (ביסט א איד א צדיק! כ'ווייס נישט ווער דו ביסט, און דו שענקסט מיר אזא סכום הגון?)
DW 180
בלא בלא בלא 3
אנאנים 18
משה יואל שווארמץ 36 (שווארמץ, אזוי שרייבט ער אליין)
אנאנים 1,000 (איך ווייס ווער דו ביסט, און איך שעץ דיין נתינה זייער שטארק! זיי געבענטשט אלף פעמים ככה)
אן א נאמען 18
פויליש פארווע 15
להחיות 130
טאביק 150
שתיקה 12
ראמני 500 (ביסט א איד א צדיק! כ'קען דיך יא און איך ווייס עס...)
אין כל חדש 10
סאכדעס 18
זיכער יא 500 (דאס איז סטריקטלי לכבוד וויכי)
אני הגבר 36
פארשער 2
אנאנים 20
ראפאט קראמפלי 50
ריעל עסטעיט 10
אנאנים 100
אלטער 50
צוקער וואסער 20
ס'וועט זיין בעסער 20
קרח'ס אייניקל 100
אנאנים 10
ברוך דוד סאמעט 10
טעסלא 25
חיימאוויטש 6
פארשעי חסיד 31
הויז 104 (צוויי מאל ב"ן - גראדע פארגין איך דיר הבן עם הבת)
אהרן קלאגסברוין 100
פריטלעך 2
אקעי חברה, גיימיר נעמען נאך א טעלער פריטלעך...
לכאורה האט געשריבן: כ'קום צוריק פון מנחה (געגאנגען דאווענען פרי, צו קענען זיין אן-דוטי באלד ווען וויכי גייט כאפן דעם צאת מנין ביים קארג), און איך קען נישט גלייבן וואס איך זע... מיין בלעטל האלט מיט איבער א טויזנטער מער ווי בעפאר מנחה!
כ'זאג נישט, כ'האב געלאזט א טרער ביי מנחה... אבער נישט אז די נדבות זאלן אריינפליסן, נאר אז די פעולות זאלן אויפטון און דער קידוש השם זאל בוקע רקיעים זיין און משנה זיין דעם טבע פאר אונזער חבר, אשר על כן בין איך ממש געפלעפט...
איז איין פופציגער, איז געקומען פון "זאג א גוטס", וועלכער פארשפרעכט אז דאס איז בלויז אן התחלה טאקע! השי"ת זאל דיר באצאלן אלף פעמים ככה, בלויז אלס איינגאבע...
און א גאנצע טויזנטער, איר הערט??? א גאנצע טויזנטער איז אריינגעשווימען פון "בא שבת בא מנוחה"!!! כ'מיין מ'דארף יענעם העכערן אין ראנק... מ'קען דאס נישט לאזן סתם אזוי
בא שבת בא מנוחה, שיק מיר אריין די הזכרות נעמען פאר א קוויטל ביי די פריערדערמאנטע צדיקים - אם יש נפשך
השי"ת זאל דיר באצאלן במדה גדושה, עס זאל זיך קענען גיסן פון דיר און עס זאל זיך ניטאמאל אנזען (כ'בין באמת פארלוירן פאר ווערטער... סארי, אפשר מיט די צייט וועל איך מיך בעסער צולערנען וויאזוי צו וואונטשן אזעלכע גרויסע נתינות)