איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)
און ער האט געגעבן דעם הערליכן סכום פון חמש מאות!!!
ממנו ילמדו וכן יעשו!
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
כליפ כליפ כליפ איך האב זיך אראפגעלייגט פאר א דרימעל און ליידער פארשלאפן די גאנצע היסטארישע מעשה. אבער עפענענדיג מיין כלי יעצט צו זעהן וואס כ'האב פארפאסט גליטשען זיך טרערן
מי כעמך ישראל
איך גיי מיר אי"ה משתתף זיין מיט די סכום פון לכה"פ אן אלפ'ל
דאס איז מיר פערסענאל
מיין ... ווארט שוין א גאנצע שמיטה יארן צו האלזן א קינד אבער ועדיין לא נושענו, די צער און פיין וואס דאס פארפאלק מאכט מיט איז אין לשער, ובנוסף פארבייס איך מיר די ליפן צוצוקוקן צו די צער וואס מיינע עלעטערן מאכן מיט, זייער הארץ גייט אויס פאר זייער גוט, די פארטערליכע אינסטינקט פון א מאמע וויל טוהן וואס זי קען נאר צו העלפן איר קינד אבער קענען ליידער גארנישט טוהן נאר בלויז צו מיטקרעכצן מיט זייער פיין
ממש אין די איצטיגע טעג גיימיר פארן אי"ה קיין אוהעל צום יארצייט פונעם איש האלוקים הגה"ק הישמח משה זצוק"ל ..., ווי מיר גייען איינריייסן שערי שמים אויס צו פועל'ן א ישועה
טוה איך אנבאטן פאר אלע וואס רופן זיך אן מיטן סכום פון אלף און ארויף אז זיי קענען מיט שיקן א קוויטעל וועלכע איך וועל אי"ה מזכיר זיין ביי אלע ציוני הקדושים
רמ"א, תוספות יו"ט, ליזענסק, צאנז, דינוב, קערעסטיר, ראצפערט, קאלוב און ביים הייליגן ישמח משה
לכאורה האט געשריבן: "שיינער חלום" האט אריינגעשליידערט צוויי מאות, און שרייבט אויך צו אז דאס איז האפנטליך נאר די התחלה.
השי"ת זאל דיר באגליקן אין אלע דיינע וועגן, בני סמיכי, חיי אריכי, מזוני רויחי, סייעתא דשמיא מרובה!
אבזערווירער האט געשריבן:שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...