איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פעטער משה (דערמאן מיך נאר, פון וועלכע זייט ביסטו מיר א פעטער?) האט אריינגעשאסן א פופציגער (נישט די ניק) לכבוד די קאמפיין

זאלסטו האבן א גרינגן תענית (אויב דו האסט נאכנישט אויסגעפאסט), און דער קומענדיגער תענית זאל מען שוין טאנצן מיט מוזיק!
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

אמן אמן.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

"צו געזונט" - ער האט אן אסתפקתא... ער מיינט אז ער איז נישט יוצא מיט זיין 72 דאלער די מצוה פון צדקה, וויבאלד ער גיבט דאס פון בלויז הרגש

המממ, לאמיר פרעגן דעם דאיען...

911: האלאו...

איך: כ'קען פרעגן דעם דאיען א קוועסטשען?

911: דער דאיען איז יעצט טרוד מיט'ן קאמפיין

איך: נעווער מיינד, כ'וועל אליינס פסק'ענען אין נאמען פונעם דאיען, זוי ווי כ'טו אייביג...

---
דער דאיען פסק'נט קלאר און דייטליך, אז די ערשטע דאלער איז געקומען מחמת הרגש, אבער 71 (כמנין סנהדרין) איז געווען מחמת מצות צדקה

און דער דאיען לייגט צו, אז פון יעצט און ווייטער, יעדע נתינה דיינער וועט שוין זיין גענצליך מצות צדקה, ווייל דער הרגש איז שוין נתמלא געווארן ביים ערשטן טאלער פון די ערשטע נתינה

אגב, זאגט מיר דער דאיען אז ער האט שטארק געגליכן די סטעיקס (בלשון רבים, מיעוט רבים שנים אבער איז לאו דוקא און קען מיינען אסאך מער אויך) וואס ער האט מתקן געווען נאך דיינע הכנות!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

כ'קום צוריק פון מנחה (געגאנגען דאווענען פרי, צו קענען זיין אן-דוטי באלד ווען וויכי גייט כאפן דעם צאת מנין ביים קארג), און איך קען נישט גלייבן וואס איך זע... מיין בלעטל האלט מיט איבער א טויזנטער מער ווי בעפאר מנחה!

כ'זאג נישט, כ'האב געלאזט א טרער ביי מנחה... אבער נישט אז די נדבות זאלן אריינפליסן, נאר אז די פעולות זאלן אויפטון און דער קידוש השם זאל בוקע רקיעים זיין און משנה זיין דעם טבע פאר אונזער חבר, אשר על כן בין איך ממש געפלעפט...

איז איין פופציגער, איז געקומען פון "זאג א גוטס", וועלכער פארשפרעכט אז דאס איז בלויז אן התחלה טאקע! השי"ת זאל דיר באצאלן אלף פעמים ככה, בלויז אלס איינגאבע...

און א גאנצע טויזנטער, איר הערט??? א גאנצע טויזנטער איז אריינגעשווימען פון "בא שבת בא מנוחה"!!! כ'מיין מ'דארף יענעם העכערן אין ראנק... מ'קען דאס נישט לאזן סתם אזוי

בא שבת בא מנוחה, שיק מיר אריין די הזכרות נעמען פאר א קוויטל ביי די פריערדערמאנטע צדיקים - אם יש נפשך

השי"ת זאל דיר באצאלן במדה גדושה, עס זאל זיך קענען גיסן פון דיר און עס זאל זיך ניטאמאל אנזען (כ'בין באמת פארלוירן פאר ווערטער... סארי, אפשר מיט די צייט וועל איך מיך בעסער צולערנען וויאזוי צו וואונטשן אזעלכע גרויסע נתינות)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

חי חי יודוך וישבחוך

ליקעריש (כ'האף אז נישט די שווארצע) האט געשאנקן אכצן דאלער

דער זכות המצוה זאל דיר ביישטיין זאלסט קענען געבן גרעסערע נתינות און קיינמאל נישט דארפן שטרעקן קיין הענט אויסער צו די ליקעריש...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

NO WAY!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! (נישט די ניק)

איך בין נישט ביי מיר.... משה זוך מיך (נישט די ניק)

איינער איז אנגעקומען מיט א בלעכענע פנים און געהויבן די עקספעקטעישאנס פונעם ציבור!!!

גאנצע זעקס און דרייסיג הונדערטער האט ער געגעבן אזא סווייפ אריין אזוי ש'מיר ניש'דיר

חברה, מיין מויל איז טרוקן פונעם תענית, כ'קען נישט אזוי פליסיג וואונטשן

לאמיר עפענען א סידור און נאכשרייבן:

יברכך ה' וישמרך, יאר ה' פניו אליך ויחונך, ישא ה' פניו אליך וישם לך שלום

יברכך ה' בבנים, וישמרך בבנות

יברכך ה' בנכסים, וישמרך מן המזיקין

זו משלי, אבער דער אויבערשטער קען און וועט דיר אודאי בענטשן אלף פעמים ככה!!!!!!!!

יישר כח
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אריינגעפלאסן אפאר פרישע נתינות, טראץ די שפעטע תענית שעה ווען דער עולם ליגט געווענליך אויסגעצויגן אויף די געלעגערס און מ'פרובירט צו כאפן א נאפעץ

יישר כח "ערעב איד" פאר'ן אכצענער
יישר כח "חבקוק ובניו" פאר'ן אכצענער
יישר כח "חבקוק ובניו" פאר'ן אכצענער
יישר כח "חבקוק ובניו" פאר'ן אכצענער (נישט קיין טעות, ער האט געגעבן דריי מאל - - כ'האף זיין קנעפל איז נישט צעבראכן דארט...)

השי"ת זאל אייך אלע באגליקן מיט אלעס וואס איר וואונטשט זיך נאר, ברוח ובגשם, בזה ובבא
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איין חשוב'ער פריינט, המכונה "גיכער", האט שוין געגעבן 180 תיכף ביים התחלת הקאמפיין, נאר צוליב א טעכנישע פעלער איז עס נישט אריינגעגאנגען צו קיין שום ספעציפישע בלעטל

יעצט האב איך פארשטענדיגט "רינדעכיג" און דאס פארכאפט צו מיין בלאט... כ'האף ער וועט קיין פאראיבל האבן

יישר כח גיכער, דער זכות זאל דיר ביישטיין צו האבן אלעס וואס דו דארפסט און לעבן א גליקליך, רואיג און צופרידענע לעבן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב ספעציעל נישט אריינגעטשעקט אין "טשערידי" פון נעכטן פארנאכטס ביז יעצט, ווייל איך בין שולדיג געווען מיין קביעת עתים לתורה און אויך מיין ארבעט.

יעצט וועל איך מיך באדאנקן אין איין תגובה פאר אלע וואס האבן בייגעשטייערט אויף מיין בלעטל פון דעמאלט ביז איצטערט:

50 אנאנימער
50 איסר האיטלקי (באדאנקט זיך פאר'ן צוריק אננעמען... אמנעסטיע איז אמנעסטיע)
38 שמואלי לענעראוויטש (פארוואס אזא אינטערעסאנטע ציפער? ער שרייבט אז דאס האט משלים געווען אונזער קאנטע צו "עשרת אלפים"!)
10 קאקאש קעיק מיט מילך
36 חיים סאנדל (באדאנקט זיך פאר מיין טאגבוך, יישר כח!)
50 אברך (באדאנקט זיך פאר וויכי, און אלע וואס העלפן אויפהאלטן אייוועלט, כ'האף איך בין אין כלל...)
36 אנאנימער
100 מים חיים (בעט זיך פאר א לייק קנעפל - - סארי אים צו אנטוישן, אבער פון אונזער נעכטיגע שמועס מיט ארענדער קוקט נישט אויס ווי דאס איז פון די הויפט זאכן אויפ'ן אגענדע)
100 ידיד (שרייבט אז אויב מיר וועלן זיך אמאל משדך זיין, איז ער דער ערשטער שדכן. גיי ווייס פון וועמען ער רעדט, איך מיט וויכי? די נעמען שטימען נישט... אפשר "מחר" - - העי, יו נעווער קנאו)
50 מזמור לתודה
36 קאפעלע
18 E.S.

סך הכל איז אריינגעקומען במשך די לעצטע ארום 12 שעה, די סומע פון 574 דאלער

אונזער קאנטע שטייט שוין ב"ה ביי 10,666

---
אינמיטן שרייבן איז אריינגעקומען א נדבה פון דריי מאל ח"י - 54 דאלער, פון "פארשעי חסיד"

ברענגענדיג אונזער סך הכל צו 10,720

----
השי"ת זאל באצאלן פאר די אלע מנדבים מיט שפע ברכה והצלחה, קינדער - און נחת פון זיי, געזונט און אריכת ימים, פרנסה בריווח ובניקל, א דירה נאה המרחבת דעתו של אדם, און תענוג מיט שמחה און אלעס וואס איד באדארף צו קענען דינען דעם אויבערשטן.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע:און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

כ'בין נייגעריג וויאזוי די פלאנסט נאכצוקומען אלע נדבות...
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4244
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע:אין מיין שיך!

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

לכאורה האט געשריבן: וואס איז אזוי שטיל אין דעם אשכול? איך לאז דא קאמענטירן אויך...

איידער איך נעם מיך צו די פלייץ פון נתינות וואס האלטן ב"ה אין איין שטראמען (שטילערהייט: איך גיי נישט קענען נאכקומען די פארלאנג זיך צו באדאנקן פאר יעדן פערזענליך, כ'גיי מוזן אויך עוסק זיין בפרנסה במשך די קומענדיגע טעג), וויל איך ציטירן אן אישי בריוול וואס איך האב נארוואס באקומען, וואו דער שרייבער זאגט צו א טויזנטער פאר די מקוה, און גלייכצייטיג נעמט ער זיך אונטער צו מזכיר זיין די נעמען פון יעדן נדבן פון טויזנט און ארויף ביי די ציונים פון צדיקים וואו ער גייט בקרוב פוקד זיין.

לאמיר אים איבערגעבן דאס ווארט (כ'האב ארויסגעשניטן פריוואטע אינפארמאציע):
כליפ כליפ כליפ איך האב זיך אראפגעלייגט פאר א דרימעל און ליידער פארשלאפן די גאנצע היסטארישע מעשה. אבער עפענענדיג מיין כלי יעצט צו זעהן וואס כ'האב פארפאסט גליטשען זיך טרערן

מי כעמך ישראל

איך גיי מיר אי"ה משתתף זיין מיט די סכום פון לכה"פ אן אלפ'ל

דאס איז מיר פערסענאל
מיין ... ווארט שוין א גאנצע שמיטה יארן צו האלזן א קינד אבער ועדיין לא נושענו, די צער און פיין וואס דאס פארפאלק מאכט מיט איז אין לשער, ובנוסף פארבייס איך מיר די ליפן צוצוקוקן צו די צער וואס מיינע עלעטערן מאכן מיט, זייער הארץ גייט אויס פאר זייער גוט, די פארטערליכע אינסטינקט פון א מאמע וויל טוהן וואס זי קען נאר צו העלפן איר קינד אבער קענען ליידער גארנישט טוהן נאר בלויז צו מיטקרעכצן מיט זייער פיין

ממש אין די איצטיגע טעג גיימיר פארן אי"ה קיין אוהעל צום יארצייט פונעם איש האלוקים הגה"ק הישמח משה זצוק"ל ..., ווי מיר גייען איינריייסן שערי שמים אויס צו פועל'ן א ישועה

טוה איך אנבאטן פאר אלע וואס רופן זיך אן מיטן סכום פון אלף און ארויף אז זיי קענען מיט שיקן א קוויטעל וועלכע איך וועל אי"ה מזכיר זיין ביי אלע ציוני הקדושים
רמ"א, תוספות יו"ט, ליזענסק, צאנז, דינוב, קערעסטיר, ראצפערט, קאלוב און ביים הייליגן ישמח משה


אלזא, אויב איר האט געשאנקן אן אלף'ל אדער מער פאר'ן קאמפיין, און איר ווילט מיטשיקן א קוויטל צו די דערמאנטע צדיקים, שרייבט מיר ביטע אין אישידי נעמען און איך וועל עס איבערגעבן פאר'ן רייזנדער



איז די אישי אפען?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דיין אישי איז אנגעקומען, ווי אויך איז אנגעקומען נאך עטליכע קוויטלעך. מיר שרייבן אלעס אראפ, און עס וועט איבערגעגעבן ווערן פאר דער ניק וואס רישט זיך אט צו פארן קיין מקומות הקדושים.

----
רבותי! איינער איז ל"ע משוגע געווארן, און ער זאגט מיר צו טויזנט דאלער אויב מיין בלעטל באקומט א טויזנטער פון אנדערע מנדבים במשך די נעקסטע צוואנציג מינוט [ביז 12 אזייגער]

חברה, דער פריץ איז משוגע, שיסט געלט!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אקעי חברה, העיר ווי גאו... גיימיר דא אראפשרייבן די הונדערטער מנדבים אויף מיין בלעטל (כ'וויל מיך באמת אנטשולדיגן אויפ'ן נישט זיצן אויפ'ן זייטל טאג און נאכט און תיכף אויפשפרינגען מיט א יישר כח און א וואונטש פאר יעדע נתינה, דאס איז א רעזולטאט פון מיין פארפליכטונג אונטער די חופה מיט עפעס שווערע אראמישע ווערטער, וואס ווי מ'האט מיר שפעטער געזאגט מיינט דאס אז איך מוז מיך מאכן ווי איך ארבעט פאר פרנסה, און מאנטאג איז פון די פארנומענסטע טעג ביי אונז אין דער כמו-ארבעט. אפשר מארגן דינסטאג וועלן מיר קענען זיין מער דאהי)

קענדיס 18
דף? 12
פארוואס נישט 50
יין המשומר 18
טאיאטא 4,000 (און דאס איז אויסער א פינפטע טויזנטער וואס ער האט געשאנקן פאר אנדערע טיעמס... איך בין ממש אוועקגעבלאזן געווארן ביים זען דעם ציפער היינט אינדערפרי, ער האט מיך ממש געמאכט גלייבן אז דא גייט נאך עפעס ווערן... עפעס עפעס געלט וועט נאך אריינקומען דא פון דעם נארישן אייוועלט קאמפיין... / יישר כח חבר! און א דאנק פאר'ן באשיינען מיין שמחה מיט דיין פערזענליכע אנטיילנעמונג און וואונטש. אי"ה ביי די חתונה אין פריידן, און ביי די חתונות פון דיינע קינדערלעך אי"ה)
עכט היימיש 50
האלצשטיין 50 (צוגעשריבן אז ס'איז מסתמא די וויכטיגסטע צוועק אין זיין לעבן!)
מקוה איד 20 (ער טענה'ט אז איך - אדער וויכי - זאגן נישט ניין פאר קיינעם...)
יוסף זונדל שטיין 36 (ווען איך זע אן אמת'ע נאמען, צעלאך איך זיך... ווייל איך דערמאן מיך פון די 'נארמאלע' קאמפיינס וואס איך האב א חלק דערין, און צווישן אלע 'עכטע' נעמען, פאלן אריין אפאר 'ניק' נעמען, און ס'איז 'פאני'... יעצט, דא, ביי אונזער אקציע, איז געהעריג פאני צו זען א נאמען וואס שיינט צו זיין א נארמאלע נאמען פון אן עכטע מענטש...)



פאם פא ראם!!!!!!!!!!!

"מחר אני בא" - דער בעל דבר אליינס... אופס, כ'מיין צו זאגן דער בעל הנס אי"ה, האט אריינגעשליידערט גאנצע 2,500 אויף מיין אקאונט, און נאך צוגעשריבן אז ער וויינט פון התרגשות (העי, געב אכט, האסט נאס געמאכט מיין גאנצע 'פעידזש' אויף טשערידי... מ'וועט דארפן נעמען א האנטוך פון די נייע מקוה צו אפווישן דארט)

דממה דקה 36
ענגל פיינענשעלס 500 (עס מיינט נישט מיך, ער שרייבט קלאר אז וויכטיג מאכער זאל גיין צו דער ארבעט... איז דאך משמע פון ענגל אז איך קען בלייבן ביים קלאצן...)
בבקשה 18
הערש פר"מ 36
עולם הפוך 10
ב.א. 180 (כ'כאפ נישט ווער דו ביסט. כ'זע דיין אנדערע טיעם איז די נסיעה, ביסט אפשר באגדאן???)
שמן זית זך 18
פאראינטערעסירט 60 (דרוקט זיך אויס אז מיר האלטן אפ אידן פון פאשן אין פרעמדע פעלדער, אזוי אמת דאס, ומצוה גוררת מצוה צו בויען א מקוה)
דרך ארץ 36
בעל מנוחה 9
שלמה מולכו 120
פרישע קוגל 200
זעמל רינדערצווייג 25
אנאנים 100
אנאנים 36
א ליינער 36
יש בו 15 (הכרת הטוב פאר מיר!)
משה קארנפעלד 12
הויעך 4
שמואל אלצווייסער 36
בעסער פרעג נישט 100
מענדל בלום 1
ברוך מעכל 22
דים 40 (כ'האב שווער געארבעט פאר די פערציגער... פרעג נישט, מ'האט געדארפט טוישן די ערשטע אות פון זיין ניק נאמען פון 'סמאל' צו 'קעפיטל')
גלייכגילטיג 45
ארחיקה 150 (ער שרייבט מיר זאלן זיך ארומשלאגן פאר וועמען פון אונז ער האט דאס געגעבן... סארי, אבער איך קריג מיך נישט פאר הונדערט און פופציג... וויאזוי פלעגט מען זאגן אויף די ... דין תורה? צו א שיינע מחלוקת פאר אזא קליינע קהילה)
סעם קרויס 100
א פרייליך אידל 100
אין מגלין אלא לצנועים 18
שירה פען 200
מרדכי ש. 10
איפה פייביש 72
גליקליכע אינגערמאן 10
משה צימערינג 24
אנאנים 5
פארדינט 50
זעירא 52 (כמנין ב"ן)
חסד השם 25
לייטער 35
אנאנים 20
אלי' מקוה יוד 18
פופציגער 50 (חחח, כשמו כן הוא... האסט מזל אז דו רופסט זיך נישט טריליאנער... כ'ווארט נאך גראדע אויף טריליאנער'ס נדבה...)
ספרינט 50
א גראם מיט טעם 1,000 (אומגלויבליך ווי אידעלעך געבן אזא שליידער אריין אן אלפ'ל אזוי שמיר-ניש-דיר-ניש, מי כעמך ישראל!!!!!)
עי. דזשעי. 60
מומחה יוחס 4
אנאנים 18
דזשי דזשי דזשי 90 (מסתמא איז ער א צדיק, אנדערש כאפ איך נישט דעם רמז פון 90)
בעטו ובזמנו 33
מצב כללי 100
שמן למאור 50
פרוביר אויך 150
יקר מציאות 250
אנאנים 18 (שרייבט צו: לכבוד JB - - איז דאס יואל ברייער? האט ער עפעס מיט'ן קאמפיין?)
אנאנים 36
גרויסער עם הארץ 100
קרייסלער 166
אנאנים 48
וואוילע איד 100 (ווידעראמאל לכבוד JB - - מ'דארף אינוואלוון די עף בי איי... עפעס קומט דא פאר)
עדס...קאם 100
א גולם 50
ישראל רייזמאן 180
טינק און טענק 18
יציב פתגם 5
אנאנים 9
ליינער אן א ניק 20
קברנה סובניון 200 (איינגעטיילט אין 2 נתינות, איינס פאר מיר און איינס פאר וויכי)
אום אני חומה 15
כ'לאך 250 (לשבחו יאמר, אז הוא הגבר איז געווען סקעפטיש אין אנהייב און טאקע געלאכט פון די קאמפיין, אבער האט זיך הערליך אנגערופן!)
הכלל 36
געפרואווטער 500 (יא יא, אין חכם כבעל הנסיון, איינער וואס איז אדורך די מסכתא פון פרו ורבו מיט אלע מפרשים האט אן אנדערן בליק אויף די נושא - - אגב, מזל טוב צו דיין שמחה!)
שלעפער 172
חבקוק 30
חבקוק 13 (ער שרייבט צו אז לכאורה מיט וויכי זענען שני הפכים בנושא אחד... גיי פארשטיי)
שמעלקא זאפטיגער 252 (זאג נאר צדיק, דיין ק"ק קאמפאני האט נאכנישט אפגעשלאסן די קאנטע? ס'קומט דארט פאר גאר פארדעכטיגטע זאכן לעצטנס... דער הערט נישט אויף צו סווייפן... כאילו ס'וואלט געווען א שומרים קארטל)
בעל מדרגה 13
און שוין! 36
זעמל 72




פאם פא ראםםםםםם
דא קומט א טויזנטער פון ב. שלום, וועלכער האט פארשפראכן אז אויב פון 11:40 אין אוונט ביז 12 מיטנאכט קומט אריין אין מיין בלאט אן אלף'ל, געבט ער א גאנצע רעדל, וכן הוה!
אגב, דער עולם מעג וויסן אז ב. שלום איז דער רוקנביין פון די גאנצע קאמפיין, ער מיט הרבטייטעלבוים זענען די וואס האבן אריינגעדרייט דערין וויכטיג מאכער מיט אני הקטן.

יואלי פ. 18
שלמה פאלקאוויטש 36
קנאפער ידען 50
savep 60
שתקן 52 (דער עולם געבט כמנין בן... די מקוה וועט זיך שנעלער בויען אויב מ'וועט געבן כמנין בת...)
ח. ג. וו. 250 (כ'בין פונקט געווען אויפ'ן טשערידי בלאט ווען עס איז אריינגעקומען אזוי כחצות הלילה א פולע טויזנטער פון דעם נאמען, איינגעטיילט פאר עטליכע פעידזשעס... מי כעמך ישראל!!! דער עולם קען נישט שלאפן ביז מ'סווייפט נישט אן אלף'ל פאר די מקוה)

לאמיר גיין כאפן נאך איין בליק אויפ'ן בלעטל, און דאן גייען מיר אי"ה מאכן נאכט, ווייל איז נישט 'אויך' א טאג... מארגן איז 'דער' טאג מיט'ן ט' הידוע

און וואס מיינט איר? אין די צייט וואס איך האב דא געטייפט (און איך טייפ גאנץ שנעל ב"ה...) איז אריינגעקומען 4 פרישע נדבות! [עס איז 2:00 פארטאגס, פאר די רעקארד!]

פעשליך 5
סאבורבען 72
כתוב וחתום 72 (פאר מיר)
כתוב וחתום 72 (פאר וויכי)

א גוטע נאכט אידן!!!!!! איר קענט שלאפן רואיג, וויסנדיג אז אויבן אין הימל רודערט זיך מיט אייערע מצות ומעשים טובים

איך בין שטאלץ צו זיין אן אייוועלטניק!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

העלאו, לכאורה דא, מיט מיין צוויי מאל א טאג באריכט. יעצטיגע באריכט ווערט געשריבן אין די שעה צווישן 2 און 3 נאכמיטאג, דינסטאג פרשת פינחס תשפ"א לפ"ק

ארום דרייסיג אידן (אקעי, איין אידענע...) האבן אריינגעשליידערט געלט אין מיין/אונזער קאסע במשך די לעצטע 12 שטונדן. השי"ת זאל זיי אלעמען בענטשן מיט אלדאס גוטס, שפע ברכה והצלחה, ישוב הדעת און הרחבת הדעת, בני חיי ומזוני רויחא וסייעתא דשמיא, און מיר זאלן בזכות הצדקה אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות בב"א.

ואלו שמותם:
שעמעדיגער (דער מיט'ן פינטל אויפ'ן ש'... ס'דא צוויי) 40 (ער שרייבט אז דאס איז לכבוד לכאורה, ווייל אויף וויכטיג מאכער איז ער ברוגז פארוואס ער איז נישט אזוי אקטיוו אויף אייוועלט)
קראצער 18
רבניש 18 (ער וואונדערט זיך נאך אלץ וואס ס'ברענגט צוזאם לכאורה מיט וויכטיג מאכער... גיי ערקלער אים אז מיר זענען שותפים אין א ריזיגע געביידע... די וואס איז נארוואס צוזאמגעפאלן אין סורפסייד...)
נעגלוואסער 18 (חחח... שטעל דיך פאר דרעזדנער-שמעלצער אדער דער מאמענט וויל מאכן א באשרייבונג/שמועס איבער דעם קאמפיין... בתוך הדברים וועלן זיי פארנומען זיין צו ערקלערן פאר די טייערע ליינער/צוהערער וויאזוי נעגלוואסער קען טיילן געלט...)
ברעכדך קאפ 18
נא_שכל 36
יאנקל פאדראטשיק 50
אייפאון 20
צל עובר 36
קליקו 100 (כ'האב די גאנצע צייט געטראכט אויב ער לעבט נאך... מ'הערט דאך נישט פון אים [חוץ אויב ער האט געטוישט ניק און איז מהגוני פון די תכלת אשכול...], און דא איז ער... און טאקע טיפיש ער... זיין קאמענט איז אז די נדבה איז מקרב ביאת המשיח, ווייל אין בן דוד בא עד שיכלו נשמות שבגוף...)
ביזנעסמאן 54 (ער שרייבט קלאר אז דאס איז לכבוד וויכי... קיין וואונדער, איך האב קיין ווארט אויסגעשמועסט דערווייל מיט קיין ביזנעסמאן...)
אחת ואחת 3 (ער קען נישט רעכענען... זינט ווען איז אחת ואחת = דריי? אבער ס'בעסער אזוי.. אזוי האבן מיר ארויסדערווישט נאך א טאלער פון אים. מיין טיטשער האט שוין געזאגט יארן צוריק אז אויב מיר וועלן נישט זיך אויסלערנען חשבון, וועט עס אונז טייער קאסטן)
אב"ד סיזמע 18
איינס 20
משה11 5
ענדע צדיק 25 (כ'געדענק, מיט יארן צוריק ביי די דינערס, פלעגט מען אויסרופן "ר' משה גרונם פילטשיק, אויסער וואס ער געבט זיך אוועק א גאנץ יאר פאר'ן מוסד, שענקט ער פאר'ן דינער דעם סכום פון צען דאלער"... אין אזא בחינה וועלן מיר ערווענען דעם ענדע צדיק... ער האט אריינגעלייגט אין דעם קאמפיין צענדליגער שעות, און אהערגעשטעלט פראפעסיאנאלע גראפיקס וואס אנדערע וואלטן געבעטן דערפאר די הויזן מיט די שלייקעס אינאיינעם, און אויסערדעם געבט ער צו פון זיין אייגן טאש סכומים עצומים)
רמןן 50
קוקיס 180 (גאנץ פיינע קוקיס, געב מיר נאך אביסל..)
יישר כח 26
זייער נייגעריג 40
טראסט - שמעלקא זאפטיגער 18 (עפעס גייט דארט פאר... נישט קלאר ווער עס שענקט דאס און פארוואס)
דזשעב 50
טראסט 26 (וואס גייט שוין ווידער פאר מיט טראסט?)
שטומפיג 200 (איינס פאר מיר און איינס פאר וויכטיג מאכער)
קענווי 72
טעם וריח 54 (ער פרעגט אויב ער האט יוצא געווען - - א שאלה איז טריפה!)
בלתי לה' לבדו 50 (טענה'ט אז ער קען אונז ביידע - - קום אין אישי, דערווייל קען איך דיך נישט..)
פוילישער 36
יואל פריעדמאן 18 (דער פון לעיקוואוד הידוע?)
אברהם אבינו 2 (אין די צייטן פון אברהם אבינו איז דאס מסתמא ווערד געווען א הון תועפות)
העלאו וואורלד 25

יעצט צוגעקומען א פרישע נדבה:
ק"י שטופער 36 (לייגט א לינק צו זיין ארטיקל אויף אייוועלט: https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=48437 )

ווי געוואונטשן, זאלט איר אלע זוכה זיין תמיד צו זיין פון די געבערס און קיינמאל זיין פון די נעמערס, איר זאלט נישט דארפן צוקומען לידי מתנת בשר ודם און אפילו נישט צו קיין סגולות... השי"ת זאל אייך באגליקן אין אלע אייערע וועגן, און איר זאלט אלע צוריקזען דאס געלט אויף כשר'ע און גוטע אופנים, און טאקע אלף פעמים ככה ויותר, היד ה' תקצר?
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע:אין קרעטשמע

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

לכאורה האט געשריבן: אחת ואחת 3 (ער קען נישט רעכענען... זינט ווען איז אחת ואחת = דריי? אבער ס'בעסער אזוי.. אזוי האבן מיר ארויסדערווישט נאך א טאלער פון אים. מיין טיטשער האט שוין געזאגט יארן צוריק אז אויב מיר וועלן נישט זיך אויסלערנען חשבון, וועט עס אונז טייער קאסטן)

איך האב סעלעקטעד אלע ניק טיעמ'ס און געגעבן $2, און דער עולם האט זיך טאקע באדאנקט און גענאוטעט אז עס שטימט מיטען ניק נאמען.
אבער איך בין אנגעקומען צו $88 איך האב אבער געוואלט די טשארדש זאל זיין א גראדערע נומבער, האב איך פאר צוויי טיעמ'ס צוגעלייגט א טאללער, און פארשטייט זיך לכבודך.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה, געוואלדיג!

----
דער עולם איז באקאנט מיט'ן פאקט אז במשך די קומענדיגע שעה (בערך), האבן מיר צוויי מעטשערס וואס געבן דעם זעלבן סכום פון וויפיל עס קומט אריין? (ביז פינף אלפים)

עולם עולם, שיסט אריין וויפיל עס גייט, לאמיר די חברה אויסזאטלען עד הסוף!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

כעלאו חברה, לכאורה דא אין קאמענד סענטער

מ'האמיר דא א ריזן ציבור ב"ה, איין מנין מנחה האט שוין געדאוונט, באלד שטעלט זיך א מנין מעריב (ווי נאר מ'דערגרייכט דעם ציל אי"ה)

אקעי, גיימיר בא'שכוח'ן דעם עולם.... שששששש די גערודער דא איז אומדערטרעגליך, כ'מיין כ'גיי פארלעשן מיינע אויערן מאשינקעס פאר א וויילע

שמחת עולם 18
מתמיד 18
היימישער איד 5 (ער שרייבט אז ער איז מיין ידיד עוז, מיין אימעיל אדרעסע האט ער מיר אוועקגע'גנב'עט, דאס איז זיכער)
WHO KNOWS 20
אנאנים 100
פישל 18
משה אהרן וואסערלויף-די פאקט 30
א ניק 1,000 (איך ווייס ווער דו ביסט! און געבענטשט זאלסטו זיין!)
רינדעכיג 360 (דיינע נתינות גלייב איך נישט כי הוא זה, דו האסט דאך צוטריט צום בעק-פענעל)
אנאנים 18
ניס קראכער 36
מוז אויספילן? 10
אנאנים 180
צום זאכענעס 25
מענדי פעלבערבוים 10
גלות איד 12
אנאנים 360 (א מדריגה דאס, ער געבט ווי א נגיד און לאזט עס בסוד)
להחיות 36 (די ערשטע אין א סעריע)
י. מ. ל. 180
אנאנים 25
מפואר פאר יעדער 18
חזן שמילאוויטש 1,000 (כ'ווייס נישט אויב ער איז א חזן, אבער א בעל צדקה איז ער א פיינער)
הרב טייטעלבוים 100
בעסער פרעג נישט 100
קברנה סובניון 100
נאך איינער 36
לייטער (הוספה) 100
להחיות 100
אנאנים 50
שמואל קליין 26
קאקאש קעיק מיט מילך 10
משה בעלז 18 (יישר כח פאר די מענטשאן)
בענקל 20
רינדעכיג 750 (כנ"ל, פרוף עס!)
יואלי ווייס 100
ט. ב. 5,000 (איך האב מיך נאכגעפרעגט דא אין הויפטקווארטיר ווער דאס איז, און איך בין שאקד! זאלסט זיין געבענטשט מיט אלע ברכות פי חמשת אלפים!)
משה ע. גראס 100
נא שכל 5
S.F. 8
AMW 10
נישט קינדער 10,000 (דיין ניק איז על שם העבר, נאך אזא געוואלדיגע נתינה ביסטו א געהאלפענער, מקוה ישראל מושיעו - מושיעו ודאי!)
פארווערד מידיע 8 (וואס מיינט דאס, אז מיר וועלן נאך צוויי אזייגער?)
פעפערקארן 500 (ביסט א איד א צדיק! כ'ווייס נישט ווער דו ביסט, און דו שענקסט מיר אזא סכום הגון?)
DW 180
בלא בלא בלא 3
אנאנים 18
משה יואל שווארמץ 36 (שווארמץ, אזוי שרייבט ער אליין)
אנאנים 1,000 (איך ווייס ווער דו ביסט, און איך שעץ דיין נתינה זייער שטארק! זיי געבענטשט אלף פעמים ככה)
אן א נאמען 18
פויליש פארווע 15
להחיות 130
טאביק 150
שתיקה 12
ראמני 500 (ביסט א איד א צדיק! כ'קען דיך יא און איך ווייס עס...)
אין כל חדש 10
סאכדעס 18
זיכער יא 500 (דאס איז סטריקטלי לכבוד וויכי)
אני הגבר 36
פארשער 2
אנאנים 20
ראפאט קראמפלי 50
ריעל עסטעיט 10
אנאנים 100
אלטער 50
צוקער וואסער 20
ס'וועט זיין בעסער 20
קרח'ס אייניקל 100
אנאנים 10
ברוך דוד סאמעט 10
טעסלא 25
חיימאוויטש 6
פארשעי חסיד 31
הויז 104 (צוויי מאל ב"ן - גראדע פארגין איך דיר הבן עם הבת)
אהרן קלאגסברוין 100
פריטלעך 2

אקעי חברה, גיימיר נעמען נאך א טעלער פריטלעך...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14829
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

האו וואז די פריטלעך?
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע:אין טעלער

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

לכאורה האט געשריבן: כעלאו חברה, לכאורה דא אין קאמענד סענטער

מ'האמיר דא א ריזן ציבור ב"ה, איין מנין מנחה האט שוין געדאוונט, באלד שטעלט זיך א מנין מעריב (ווי נאר מ'דערגרייכט דעם ציל אי"ה)

אקעי, גיימיר בא'שכוח'ן דעם עולם.... שששששש די גערודער דא איז אומדערטרעגליך, כ'מיין כ'גיי פארלעשן מיינע אויערן מאשינקעס פאר א וויילע

שמחת עולם 18
מתמיד 18
היימישער איד 5 (ער שרייבט אז ער איז מיין ידיד עוז, מיין אימעיל אדרעסע האט ער מיר אוועקגע'גנב'עט, דאס איז זיכער)
WHO KNOWS 20
אנאנים 100
פישל 18
משה אהרן וואסערלויף-די פאקט 30
א ניק 1,000 (איך ווייס ווער דו ביסט! און געבענטשט זאלסטו זיין!)
רינדעכיג 360 (דיינע נתינות גלייב איך נישט כי הוא זה, דו האסט דאך צוטריט צום בעק-פענעל)
אנאנים 18
ניס קראכער 36
מוז אויספילן? 10
אנאנים 180
צום זאכענעס 25
מענדי פעלבערבוים 10
גלות איד 12
אנאנים 360 (א מדריגה דאס, ער געבט ווי א נגיד און לאזט עס בסוד)
להחיות 36 (די ערשטע אין א סעריע)
י. מ. ל. 180
אנאנים 25
מפואר פאר יעדער 18
חזן שמילאוויטש 1,000 (כ'ווייס נישט אויב ער איז א חזן, אבער א בעל צדקה איז ער א פיינער)
הרב טייטעלבוים 100
בעסער פרעג נישט 100
קברנה סובניון 100
נאך איינער 36
לייטער (הוספה) 100
להחיות 100
אנאנים 50
שמואל קליין 26
קאקאש קעיק מיט מילך 10
משה בעלז 18 (יישר כח פאר די מענטשאן)
בענקל 20
רינדעכיג 750 (כנ"ל, פרוף עס!)
יואלי ווייס 100
ט. ב. 5,000 (איך האב מיך נאכגעפרעגט דא אין הויפטקווארטיר ווער דאס איז, און איך בין שאקד! זאלסט זיין געבענטשט מיט אלע ברכות פי חמשת אלפים!)
משה ע. גראס 100
נא שכל 5
S.F. 8
AMW 10
נישט קינדער 10,000 (דיין ניק איז על שם העבר, נאך אזא געוואלדיגע נתינה ביסטו א געהאלפענער, מקוה ישראל מושיעו - מושיעו ודאי!)
פארווערד מידיע 8 (וואס מיינט דאס, אז מיר וועלן נאך צוויי אזייגער?)
פעפערקארן 500 (ביסט א איד א צדיק! כ'ווייס נישט ווער דו ביסט, און דו שענקסט מיר אזא סכום הגון?)
DW 180
בלא בלא בלא 3
אנאנים 18
משה יואל שווארמץ 36 (שווארמץ, אזוי שרייבט ער אליין)
אנאנים 1,000 (איך ווייס ווער דו ביסט, און איך שעץ דיין נתינה זייער שטארק! זיי געבענטשט אלף פעמים ככה)
אן א נאמען 18
פויליש פארווע 15
להחיות 130
טאביק 150
שתיקה 12
ראמני 500 (ביסט א איד א צדיק! כ'קען דיך יא און איך ווייס עס...)
אין כל חדש 10
סאכדעס 18
זיכער יא 500 (דאס איז סטריקטלי לכבוד וויכי)
אני הגבר 36
פארשער 2
אנאנים 20
ראפאט קראמפלי 50
ריעל עסטעיט 10
אנאנים 100
אלטער 50
צוקער וואסער 20
ס'וועט זיין בעסער 20
קרח'ס אייניקל 100
אנאנים 10
ברוך דוד סאמעט 10
טעסלא 25
חיימאוויטש 6
פארשעי חסיד 31
הויז 104 (צוויי מאל ב"ן - גראדע פארגין איך דיר הבן עם הבת)
אהרן קלאגסברוין 100
פריטלעך 2

אקעי חברה, גיימיר נעמען נאך א טעלער פריטלעך...

הייסט דו ביסט דער וואס האט טראסט אישוס, און טראלט דעם גאנצן טשערעדי קאמפיין....
רעוואלטאלתי יותר מדי...
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

לכאורה האט געשריבן: כ'קום צוריק פון מנחה (געגאנגען דאווענען פרי, צו קענען זיין אן-דוטי באלד ווען וויכי גייט כאפן דעם צאת מנין ביים קארג), און איך קען נישט גלייבן וואס איך זע... מיין בלעטל האלט מיט איבער א טויזנטער מער ווי בעפאר מנחה!

כ'זאג נישט, כ'האב געלאזט א טרער ביי מנחה... אבער נישט אז די נדבות זאלן אריינפליסן, נאר אז די פעולות זאלן אויפטון און דער קידוש השם זאל בוקע רקיעים זיין און משנה זיין דעם טבע פאר אונזער חבר, אשר על כן בין איך ממש געפלעפט...

איז איין פופציגער, איז געקומען פון "זאג א גוטס", וועלכער פארשפרעכט אז דאס איז בלויז אן התחלה טאקע! השי"ת זאל דיר באצאלן אלף פעמים ככה, בלויז אלס איינגאבע...

און א גאנצע טויזנטער, איר הערט??? א גאנצע טויזנטער איז אריינגעשווימען פון "בא שבת בא מנוחה"!!! כ'מיין מ'דארף יענעם העכערן אין ראנק... מ'קען דאס נישט לאזן סתם אזוי

בא שבת בא מנוחה, שיק מיר אריין די הזכרות נעמען פאר א קוויטל ביי די פריערדערמאנטע צדיקים - אם יש נפשך

השי"ת זאל דיר באצאלן במדה גדושה, עס זאל זיך קענען גיסן פון דיר און עס זאל זיך ניטאמאל אנזען (כ'בין באמת פארלוירן פאר ווערטער... סארי, אפשר מיט די צייט וועל איך מיך בעסער צולערנען וויאזוי צו וואונטשן אזעלכע גרויסע נתינות)


אמן !!! טענקיא פאר די ווארימע ברכות
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

חברים יקרים, וויבאלד אין די לעצטע 24 שעה איז אריינגעקומען פרישע נתינות, וועלן מיר ממשיך זיין מיט ליסטירן (דא אזא ווארט?) די נעמען און סכומים און טיילן ברכות הדיוט...

א נישט איינגעשריבענע ליינער 72 (באדאנקט זיך פאר'ן צושטעלן אזא געשמאקע כשר'ע קרעטשמע --- ב"ה מיר האבן זוכה געווען צו ארבעטן נאנט צו אכצן יאר צוצושטעלן א פלאטפארמע פאר אזא קידוש השם!)
שאינו יודע 12
דער פאני מענטש 2
קו הישר 10 (באדאנקט זיך אויך פאר'ן וועלטל - - כ'מעג שוין אויסזאגן דעם סוד? איך האב מיך נישט צופיל איבערגעריסן פאר דעם קאמפיין... וויכי האט שווער געארבעט כדרכו, אבער איך האב נישט געמאכט אפילו איין טעלעפאן רוף, און בלויז געשיקט איין אימעיל פאר א פריוואטע מענטש [יענער האט זיך דאכט זיך ניטאמאל וויסנדיג געמאכט]. מיין ארבעט איז בעיקר געווען צו שאפן עסקנים אויפ'ן וועלטל, וואס איך האב געטון דורך גיין צו די פאר פריוואטע פארומס און זיי פרעגן אויב זיי זענען אינטערעסירט צוצולייגן א האנט דערצו, און פון דארט האט מען באקומען הצעות פון אנדערע ניק נעמען וואס קענען זיין בייהילפיג, ויצא הבייגל הזה. צוריק צום ענין: די נדבות וואס זענען געקומען פאר "לכאורה", זענען נישט געקומען פאר'ן 'פערזאן' [והא ראי', כ'האב שוין געמאכט עטליכע פאנדרעיזינגס אויפ'ן וועלטל, און נישט דערגרייכט צו דריי אלפים...] נאר אלס הכרת הטוב פאר'ן וועלטל, וואס צו דעם האב איך אסאך שותפים ב"ה. זאלן אלע מיינע שותפים נעמען זייער טייל אינעם דאנק אויך)
שמעון... 14
ליינער 50
משה ש. שטיין 50 (דאכט זיך אז מען זעט דעם יונגערמאן אויף די קליפ פון ר' שלמה באכנער אין בארדיטשוב)
כולל 13
זאל זיין אזוי 18
הענדימען 30
געוואלטיג 18
ישעי' לעבאוויטש 180 (כ'מיין דאס איז דער בעל הפארענטשעס, געווען באשריבן לעצטנס אין מאמענט אדער וואו)
זריעל ידיד נפש 2
מאן יימר 30 (יא, מ'זעט אז עס איז איינגעטיילט פאר אסאך טיעמס)
הודו להשם 72
זאג א גוטס 50 (כ'ווארט נאך יעצט אויף דיר ביים קאמאנד צענטער...)
ישוב הדעת 45
הלשון 25 (באדאנקט זיך פאר אייוועלט, ובפרט פאר די טאגבוך... אפשר מארגן וועט מען ממשיך זיין לכבודך)
מ. ה. ל. 52 (אנשטאט שרייבן כמנין ב"ן, ווי אסאך אנדערע האבן געשריבן, איז ער דא מיט א חידוש... כמנין "וויכי"!)
שמחה-קארד 30
הק' שמו 3
מי כעמך 18 (פריידט זיך אז זיין ניק איז געגאנגען פובליק... מי כעמך ישראל 'טרענדעט' לעצטנס אויף אייוועלט)
אנאנים 18 (באדאנקט זיך פאר'ן וועלטל - - יישר כח!)
מר. קאפלאווסקי 5
איצל פיצל 50 (פרעגט צי איך בין אים מוחל פאר'ן געבן פאר אנדערע טיעמס אויך. היות איך האב קיינעם נישט געבעטן קיין נדבה, נישט געשיקט קיין איין אישי, און קוים געשריבן תגובות דערוועגן, קען איך קיין טענות נישט האבן... מחול לך מחול לך מחול לך!)
און וואס נישט 18




סך הכל האט טיעם לכאורה-וויכטיג מאכער שוין באקומען 283 נדבות

צו א סך הכל פון "52,691"!!! [כמנין טויזנט מאל וויכי...]

טייערע אידן, דער קידוש השם הילכט אפ וואורלד-ווייד, לאמיר האפן אז די השפעות וואס וועלן נאכקומען וועלן אויך אפהילכן, יעדער זאל געהאלפן ווערן מיט וואס ער דארף:
געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, קינדער וואס זענען מסודר מיט חברים, חברותות, ישיבה/חדר/שולע
טרעפן פיינע שידוכים פאר די קינדער (און אויב ס'דא צווישן די נדבנים אזעלכע וואס דארפן אליינס אויפגעראכטן ווערן, זאל דאס פאסירן בקרוב ממש)
האבן געלט חתונה צו מאכן א קינדער און עס זאל בלייבן אויך
האבן א שיינע גרויסע דירה אין א גוטע געגנט און באצאלן ביליג דערפאר
זיין אליינס געזונט און שטארק
הצלחה בתורה ועבודה ויראת שמים ומדות טובות ומעשים טובים
זיין רואיג און צופרידן און גליקליך
האבן ישוב הדעת און הרחבת הדעת
האבן שלום בית
האבן וואס צו טון מיט'ן טאג
זיין צופרידן ביי דער ארבעט
און ווייטער קענען זיצן דא בשבת אחים גם יחד, זיך מחזק זיין אין דעם ביטערן גלות מיט דעם פלאש בראנפן אין דעם היימישן קרעטשמע, עד ביאת הגואל בעגלא ובזמן קריב, אמן!
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3676
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

אמן!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4251
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

אמן ואמן.
{פשיהה, די רב האט אדרעסירט דעם ציבור נאך אנכאפענדיג מיין האנט די גאנצער צייט...:grin:
די עפרישיעישען גיסט זוך איבער, עס איז דא די והותר פאר ווער עס האט נאר א חלק.)
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

א בליק פון אינטער די קוליסן, די הייליגע נעפקין אויף וואס דער מנהל שליט"א שרייבט זיך פאר די שמות הנדבנים שיחי' איידערן זיי באדאנקען און ווינטשן.

די אריגינעלע כתב יד וועט ארויסגעלייגט ווערן אויף ליצוטאציע, ערשטע אנבאט שטייט ביי 2,000 תגובות.

3EC0543C-D94A-401C-BDE5-C2C2D5C3CAF0.jpeg
3EC0543C-D94A-401C-BDE5-C2C2D5C3CAF0.jpeg (217.01 KiB) געזען 2149 מאל
165EEEDE-524B-4064-9849-CD2AAE22835E.jpeg
165EEEDE-524B-4064-9849-CD2AAE22835E.jpeg (213.89 KiB) געזען 2149 מאל
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך וויל מיך באדאנקן פאר אלע ביישטייערער אויף מיין בלעטל (לכאורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גראפאלאגן איבער די וועלט ווערן יעצט געזען ארויסנעמען זייערע פארגרעסערונג גלעזער און פארקנייטשן זיך די שטערנס, נאכ'ן באקומען צום ערשטן מאל א כתב יד פון ר' לכאורה...
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”