נקדימון'ס נייעס ווינקל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

נקדימון האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 2:14 am
קאָנטעקסט מעטערס. אייביג.

דער ווידעא איז געכאפט געווארן פון אן ענגעל וואס ווייזט נאר א האלבע בילד. צו עס איז געכאפט געווארן בכוונה איז נישט מוכרח, פארשפרייט געווארן איז עס זיכער בכוונה צו פיטערן די נאראטיוו אז ביידן קאלעכט אן געבן די גאנצע בילד.

ווידעא וואס ווייזט די גאנצע שוי ווייזט ווי די וועלט פירער שטייען אינאיינעם אויף א ליידיגע פעלד, בשעת פאראשוטיסטן לאנדן פון אלע זייטן. צו רעכטס עטליכע פיס אוועק פון די וועלט פירער האט געלאנדעט א פאראשוטיסט און א צאל וועלט פירער קוקן אהין אין יענער ריכטונג און פרעזידענט ביידן האט זיך דערנענטערט עטליכע טריט נאנטער צו אים און געגעבן א טאמבס-אפ פינגער.

א פארגרעסערטע בילד ווי מען זעט ביידן עטליכע טריט נאנטער צו די פאראשוטיסטן צו רעכטס פון אים און נישט שפאנצירט אויף א ליידיגע פעלד

20240616_011622~3.jpg

א "פארבלאנדזשעטע" ביידן האט זיך אהינגעריקט צו געבן א טאמבס-אפ פאר דער פאראשוטיסט
20240616_012331~3.jpg

אינדערצווישן האט געלאנדעט נאך א פאראשוטיסט ממש אין פארנט פון די וועלט פירער און אנגעהויבן א רעדע פאר די וועלט פירער, דער איטאליענישער פרעמיער מיניסטארשע האט געזען אז ביידן איז אויסגעדרייט צו דער ערשטער פאראשוטיסט וואס לייגט צוזאם זיין פאראשוט האט אים געגעבן א שלעפ ביים ארעם ער זאל זיך צוריק דרייען הערן די רעדע פון דער פאראשוטיסט וואס רעדט צו אלע וועלט פירער.

נאך זיך צוריק דרייען צו די רעדע פונעם פאראשוטיסט.

20240616_015546~3.jpg

דאס שיינט צו זיין די גאנצע געשיכטע. אבער אז מען קען שניידן און צייגן נאר א שטיקל פון איין ענגעל פארוואס דען נישט. ס'איז סאך אינטערסאנטער
סאו ער האט נישט אוועקגעוואנדערט נאר ער איז געבליבן סטאק אויף איין פלאץ ווען אין זיין ד' אמות גייט פאר אנדערע עקשאנס...

דאס איז שוין די גיטע ווערסיע. שיין דערלעבט.
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

והסר שטן מלפנינו ומאחרינו
די מעשי שטן איז צו שניידן שטיקלעך פון פארדעם און נאכדעם און אזוי פראבירן צו באיינפלוסן די עולם גולם.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17914
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א טורמע אנטלויף און משכונות באפרייאונג האט זיך יעצט אפגעשפילט אין רוסלאנד אין שטאט ראסטאוו-אויפן-דאן.

6 פארהאלטענע פארברעכער אין א פרי-טרייעל פארהאלטונגס צענטער האבן זיך אויסגעריסן און גענומען 2 רוסגווארדיע וועכטער אלץ משכונות אונטער סטראשע פון מעסערס און אנדערע היימיש געמאכטע וואפן.

די ציל פון די פארברעכער - מיט מעגליכע פארבינדונגען צו אייסיס - מיט פארכאפן די משכונות שיינט צו זיין א ציל פאר א טורמע אנטלויף. זיי האבן פארלאנגט א קאר, וואפן און א מעגליכקייט צו אנטרינען פון שטח.

3 פון די ארעסטאנטן פארברעכער זענען פאריאר פארהאלטן געווארן נאך ווילן אויפרייסן א געריכט געביידע אין רוסלאנד.

ראיאט פאליציי איז אריינגערופן געווארן צום צענטער און זיך געגרייט צו שטורמען. אינדערצווישן האט נאך א לאקאלער אימאם פרובירט צו פארהאנדלען אבער ווען דאס איז דורכגעפאלן האבן זיי געשטורמט די קאמפלעקס. די טעראריסטן זענען 3 געכאפט און געהארגעט געווארען און 3 זענען גלייך געשאסן געווארן צום טויט. די וועכטער זענען באפרייט געווארן.

פונקטליכע דעטאלן ווערט נאך אויסגעקלארט וואס עס האט זיך אפגעשפילט

ביים פרובירן צו פארהאנדלען מיט די טעראריסטן וואס האלטן א וועכטער משכון פארכאפט
20240616_091622.jpg
20240616_091622.jpg (101.12 KiB) געזען 5989 מאל
20240616_092336.jpg
20240616_092336.jpg (47.38 KiB) געזען 5989 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17914
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

וואלדפייערן פארשפרייט זיך צפון פון לאס אנדזשעלעס. 1200 איינוואוינער זענען שוין עוואקואירט געווארן
20240616_112059.jpg
20240616_112059.jpg (73.12 KiB) געזען 5712 מאל
אוועטאר
ויקשב וישמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 11:07 pm
לאקאציע:נוסראללאה'ס בונקער

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויקשב וישמע »

נקדימון האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 2:14 am
קאָנטעקסט מעטערס. אייביג.

דער ווידעא איז געכאפט געווארן פון אן ענגעל וואס ווייזט נאר א האלבע בילד. צו עס איז געכאפט געווארן בכוונה איז נישט מוכרח, פארשפרייט געווארן איז עס זיכער בכוונה צו פיטערן די נאראטיוו אז ביידן קאלעכט אן געבן די גאנצע בילד.

ווידעא וואס ווייזט די גאנצע שוי ווייזט ווי די וועלט פירער שטייען אינאיינעם אויף א ליידיגע פעלד, בשעת פאראשוטיסטן לאנדן פון אלע זייטן. צו רעכטס עטליכע פיס אוועק פון די וועלט פירער האט געלאנדעט א פאראשוטיסט און א צאל וועלט פירער קוקן אהין אין יענער ריכטונג און פרעזידענט ביידן האט זיך דערנענטערט עטליכע טריט נאנטער צו אים און געגעבן א טאמבס-אפ פינגער.

א פארגרעסערטע בילד ווי מען זעט ביידן עטליכע טריט נאנטער צו די פאראשוטיסטן צו רעכטס פון אים און נישט שפאנצירט אויף א ליידיגע פעלד

20240616_011622~3.jpg

א "פארבלאנדזשעטע" ביידן האט זיך אהינגעריקט צו געבן א טאמבס-אפ פאר דער פאראשוטיסט
20240616_012331~3.jpg

אינדערצווישן האט געלאנדעט נאך א פאראשוטיסט ממש אין פארנט פון די וועלט פירער און אנגעהויבן א רעדע פאר די וועלט פירער, דער איטאליענישער פרעמיער מיניסטארשע האט געזען אז ביידן איז אויסגעדרייט צו דער ערשטער פאראשוטיסט וואס לייגט צוזאם זיין פאראשוט האט אים געגעבן א שלעפ ביים ארעם ער זאל זיך צוריק דרייען הערן די רעדע פון דער פאראשוטיסט וואס רעדט צו אלע וועלט פירער.

נאך זיך צוריק דרייען צו די רעדע פונעם פאראשוטיסט.

20240616_015546~3.jpg

דאס שיינט צו זיין די גאנצע געשיכטע. אבער אז מען קען שניידן און צייגן נאר א שטיקל פון איין ענגעל פארוואס דען נישט. ס'איז סאך אינטערסאנטער
קען זיין אז אין דעם פאל ביסטו גערעכט,
אבער ווי פלעגט רביה"ק מ'סאטמאר זאגן להבדיל אויף מעשיות פין די תלמידי בעל שם צי עס איז יא אמת צי עס איז נישט אמת? מען דארף גלייבן אז עס וואלט געקענט פאסירן....
דארפסט נישט פראבירן צי ווערן סוקסעספול, פראביר צי ווערן ווערטפול! אלבערט איינשטיין
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17914
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

איך בין מסכים. עס וואלט געקענט פאסירן. פארט די געשיכטע איז טאטאל אוט אוו קאנטעקסט און איז נישט מער ווי נארמאל צו וויסן וואס עס האט פאסירט אין רעאליטעט ווי געזויגענע נייעס און געשיכטעס. אחוץ אז דו גלייכסט דאס בעסער.

אוסטראליע האט בייגעשטייערט א גרויסער פאטראל שיף פאר איר שכן דער לאנד פידזשי. די שיף האט זיך ארויסגעלאזט אויף איר ערשטע רייזע אבער שיפן זענען געפארן שיף...

דער שיף האט זיך געשטרויכעלט אין א שטיין און אנגעהויבן האלבוועגס זינקען.

אוסטראליע שיקט רעטונגס איינהייטן צו פרובירן צו ראטעווען די מצב.

קוקט אויס שיפן אליינס איז נישט געניג און עס פעלט אויס די נויטיגע טרענירונג מיט ביישטייערן אזאנע שיפן
20240616_153405.jpg
20240616_153405.jpg (47.28 KiB) געזען 5084 מאל
20240616_153409.jpg
20240616_153409.jpg (175.19 KiB) געזען 5084 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17914
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א פליגער אין מאסאטשוסעטס האט זיך אנגעטראפן אין פראבלעמען און געמאכט אן עמוירדזשענסי לאנדונג און געלאנדעט אויף די בארטנס ביים ביעטש. אוטאריטעטן ארבעטן עס צו אוועק פירן בעפאר די נאכט פאלט צו ווי עס קען געשעדיגט ווערן פון וואסער כוואליעס/ווינטן דורכאויס די נאכט שעות
20240616_183742~2.jpg
20240616_183742~2.jpg (150.77 KiB) געזען 4645 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17914
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

צייט פאר טראמפ און ביידן זיך אויסצולערנען וויאזוי מען קאמפיינט מיט מאקסימום אטענטשען אבער גיי לערן אלטע בערן טאנצן...

עד דעיווי וואס פארמעסט זיך מיט זיין ליבעראלע דעמאקראטן פארטיי אין די וואלן אין ענגלאנד האט באשלאסן צו נעמען די קאמפיינען צו נייע שטאפלען אנשטאט די אלטע טראדיציאנאלע אויסגעוועפטע ראליס און טאונהאולס זיצונגען.

דער באלד 60 יעריגער דעיווי ציעט אויפמערקזאמקייט מיט אוואנטוריסטישע אונטערהאלטונגען און שפילערייען

יעדע טריפ און רייד קומט מיט אנדערע קאמפיין סלאגאנען צו שלעפן וויילער צו זיין פארטיי.

20240616_161130~3.jpg
20240616_161130~3.jpg (159.83 KiB) געזען 4604 מאל
20240616_161419.jpg
20240616_161419.jpg (170.08 KiB) געזען 4604 מאל
20240616_161052.jpg
20240616_161052.jpg (321.97 KiB) געזען 4604 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17914
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נאך פון דעיווי'ס קאמפיין ראליס...

20240616_161409.jpg
20240616_161409.jpg (298.15 KiB) געזען 4574 מאל
ezgif-2-a30948da41.jpg
ezgif-2-a30948da41.jpg (384.17 KiB) געזען 4574 מאל
20240616_161114.jpg
20240616_161114.jpg (352.58 KiB) געזען 4574 מאל
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4935
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

נקדימון האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:51 pm
צייט פאר טראמפ און ביידן זיך אויסצולערנען וויאזוי מען קאמפיינט מיט מאקסימום אטענטשען אבער גיי לערן אלטע בערן טאנצן...

עד דעיווי וואס פארמעסט זיך מיט זיין ליבעראלע דעמאקראטן פארטיי אין די וואלן אין ענגלאנד האט באשלאסן צו נעמען די קאמפיינען צו נייע שטאפלען אנשטאט די אלטע טראדיציאנאלע אויסגעוועפטע ראליס און טאונהאולס זיצונגען.

דער באלד 60 יעריגער דעיווי ציעט אויפמערקזאמקייט מיט אוואנטוריסטישע אונטערהאלטונגעןאון שפילערייען

יעדע טריפ און רייד קומט מיט אנדערע קאמפיין סלאגאנען צו שלעפן וויילער צו זיין פארטיי.
[/color][/b]
20240616_161130~3.jpg
20240616_161419.jpg
20240616_161052.jpg
נשמה ריידס : קרעדיט @אבימלך
לעצט פארראכטן דורך Borrower אום זונטאג יוני 16, 2024 6:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4475
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

נקדימון האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:39 pm
איך בין מסכים. עס וואלט געקענט פאסירן. פארט די געשיכטע איז טאטאל אוט אוו קאנטעקסט און איז נישט מער ווי נארמאל צו וויסן וואס עס האט פאסירט אין רעאליטעט ווי געזויגענע נייעס און געשיכטעס. אחוץ אז דו גלייכסט דאס בעסער.
איך עגרי מיט @נקדימון , דא גענוג עכטע פון די סארט, פעהלט נישט אויס צו פראדוצירן פאלשע.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2603
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

נקדימון האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:51 pm
צייט פאר טראמפ און ביידן זיך אויסצולערנען וויאזוי מען קאמפיינט מיט מאקסימום אטענטשען אבער גיי לערן אלטע בערן טאנצן...

עד דעיווי וואס פארמעסט זיך מיט זיין ליבעראלע דעמאקראטן פארטיי אין די וואלן אין ענגלאנד האט באשלאסן צו נעמען די קאמפיינען צו נייע שטאפלען אנשטאט די אלטע טראדיציאנאלע אויסגעוועפטע ראליס און טאונהאולס זיצונגען.

דער באלד 60 יעריגער דעיווי ציעט אויפמערקזאמקייט מיט אוואנטוריסטישע אונטערהאלטונגען און שפילערייען

יעדע טריפ און רייד קומט מיט אנדערע קאמפיין סלאגאנען צו שלעפן וויילער צו זיין פארטיי.

20240616_161130~3.jpg
20240616_161419.jpg
20240616_161052.jpg
סא אויב ער געווינט גייט ער נעמען די עולם אויף א רייד?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17914
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א פרישע USA טודעי/סופאלק אנקעטע איבער שווארצע וויילער אין די קריטישע שטאטן פון מישיגען און פענסילוועניע ווייזן שוואכע ציפערן פאר פרעזידענט ביידן ווען עס קומט צו שווארצע וויילער און אז טראמפ האט מעגליך אריינגעביסן.

דאס זענען צוויי קריטישע שטאטן ווי אפי' א קליינע שיפט קען דעצעדירן די אויסגאנג איין וועג אדער די אנדערע.

76% פון די אויסגעפרעגטע האבן געשטימט פאר ביידן אין 2020. גאנץ א שיינע מספר.

ווען עס קומט אבער איבער זייער פלענער פאר 2024 זאגן 56% פון פענסילוועניע אז זיי שטיצן ביידן און 54% פון מישיגען שטיצן ביידן.

עקזיט פאלס פון 2020 האט געוויזן אז ביידן האט באקומען ארום 90 פראצענט פון די שווארצע וויילער אין די אויבנדערמאנטע שטאַטן פון מישיגען און פענסילוועניע.

די שוואכערע ציפערן קומט בעיקר צוליב אן אומצופרידנהייט איבער ביידנס פירערשאפט, דערנאך איבער זיין אלטקייט און זיין געזונטהייט סטאַטוס. דערנאך איז דא וואס האבן א פראבלעם מיט נאכאנאנדע מלחמות וואס קומט פאר אריינגערעכנט די עזה פאס פולווער.

ביידן האט א פעיווערבילעטי ראטע אין ביידע שטאטן פון ארום 60% קעגן 30% אומצופרידן. בשעת פרעזידענט אבאמא האט געהאט א צופרידנהייט ראטע פון די מיטעלע צו הויכע אכציגער ציפערן.

למעשה האט עס - דערווייל עכ"פ - נישט רעזולטירט אין א גרויסע באמפ פאר טראמפ. טראמפ האט צוגעזען א מילדע וואוקס מיט שווארצע וויילער.

15% אין מישיגען (קעגן 9% וואס האָבן געשטימט אין 2020)
11% אין פענסילוועניע ( קעגן 8% וואס האָבן געשטימט אין 2020)

דאס איז טאקע א מילדע וואוקס אבער אין א גאר נאנטע פארמעסט קען געציילטע הונדערט צו טויזנטע שטימען שפילן א ראלע.

נאך אן אינטערעסאנטע זאך פארציילט די אויספרעג, אז מער שווארצע וועלן זיך אפהאלטן צו שטימען פאר טראמפ אויב וועט ער אויסוועלן א שווארצע מיטלויפער/ן.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17914
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

רוסישער פרעזידענט פוטין וועט אפשטאטן א ביקור גומלין קיין צפון קארעא מארגן פאר א פריינטליכע באזוך. פוטין וועט פארברענגן צוויי טעג אין פיאנגיאנג ווי די פאקוס וועט זיין איבער מיליטערישע קאאפעראציע צווישן די צוויי. פון דארט וועט פוטין פארן קיין וויעטנאם
20240617_091944.jpg
20240617_091944.jpg (114.04 KiB) געזען 3484 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17914
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

דע מאוין רעדזשיסטער אין אייאווע באגיסט פרעזידענט ביידן מיט א פלאש ציפעדיגע סעלטצער...

פרוי סעלטצער מיט א פרישע פאל פון אייאווע געבט טראמפ א 18 פראצענט אויבערהאנט מיט 50% אנטקעגן בלויז 32% פאר ביידן. זייער לעצטע אויסגעפרעג איז געווען טראמפ 15%+

אין 2020 האט סעלטצער געהאט די פארמעסט פאר אייאווע גאנץ נאנט אבער אין די חדשים בעפאר די וואלן האט זי עס געריקט צו טראמפ 7+ ווי טראמפ האט באקומען אייאווע מיט 8+
ezgif-7-35b637c28f.png
ezgif-7-35b637c28f.png (388.67 KiB) געזען 3433 מאל
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5619
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

נקדימון האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 9:35 am
דע מאוין רעדזשיסטער אין אייאווע באגיסט פרעזידענט ביידן מיט א פלאש ציפעדיגע סעלטצער...

פרוי סעלטצער מיט א פרישע פאל פון אייאווע געבט טראמפ א 18 פראצענט אויבערהאנט מיט 50% אנטקעגן בלויז 32% פאר ביידן. זייער לעצטע אויסגעפרעג איז געווען טראמפ 15%+

אין 2020 האט סעלטצער געהאט די פארמעסט פאר אייאווע גאנץ נאנט אבער אין די חדשים בעפאר די וואלן האט זי עס געריקט צו טראמפ 7+ ווי טראמפ האט באקומען אייאווע מיט 8+

ezgif-7-35b637c28f.png
ביי די דזנערעל עלעקשאנס שפילט אייוואווע אויך עפעס א ערנסטע ראלע ?
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5533
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

maybeeynot האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:43 am
נקדימון האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 9:35 am
דע מאוין רעדזשיסטער אין אייאווע באגיסט פרעזידענט ביידן מיט א פלאש ציפעדיגע סעלטצער...

פרוי סעלטצער מיט א פרישע פאל פון אייאווע געבט טראמפ א 18 פראצענט אויבערהאנט מיט 50% אנטקעגן בלויז 32% פאר ביידן. זייער לעצטע אויסגעפרעג איז געווען טראמפ 15%+

אין 2020 האט סעלטצער געהאט די פארמעסט פאר אייאווע גאנץ נאנט אבער אין די חדשים בעפאר די וואלן האט זי עס געריקט צו טראמפ 7+ ווי טראמפ האט באקומען אייאווע מיט 8+

ezgif-7-35b637c28f.png
ביי די דזנערעל עלעקשאנס שפילט אייוואווע אויך עפעס א ערנסטע ראלע ?
ניין

אבער ביידען גייט נישט געווינען ווידערוויילונג אויב פארלירט ער אייוואע מיט 18 פערצענט
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17914
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פרעזידענט ביידן וועט מעלדן מארגן איבער א צאל שוץ רעכטן פאר אומדאקומענטירטע אימיגראנטן וואס זייער מאן/פרוי איז אן אמעריקאנער בירגער און איבער פארגרינגערן צוטריט צו וויזעס פאר "טרוימער" (קינדער אריינגעקומען אומלעגאל אבער זענען שוין יעצט פיל עלטער)
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

נקדימון האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:51 pm
צייט פאר טראמפ און ביידן זיך אויסצולערנען וויאזוי מען קאמפיינט מיט מאקסימום אטענטשען אבער גיי לערן אלטע בערן טאנצן...

עד דעיווי וואס פארמעסט זיך מיט זיין ליבעראלע דעמאקראטן פארטיי אין די וואלן אין ענגלאנד האט באשלאסן צו נעמען די קאמפיינען צו נייע שטאפלען אנשטאט די אלטע טראדיציאנאלע אויסגעוועפטע ראליס און טאונהאולס זיצונגען.

דער באלד 60 יעריגער דעיווי ציעט אויפמערקזאמקייט מיט אוואנטוריסטישע אונטערהאלטונגען און שפילערייען

יעדע טריפ און רייד קומט מיט אנדערע קאמפיין סלאגאנען צו שלעפן וויילער צו זיין פארטיי.

20240616_161130~3.jpg
20240616_161419.jpg
20240616_161052.jpg
אפשר פאר ביידען איז עס א געדאנק, ווייל אויף טראמפ וועט מען עפענען א טוץ אינוועסטאגעישאנס אז ער נוצט קאמפיין געלטער פאר שוואויל טאג.....
שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב-פעדער »

נקדימון האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 3:42 pm
פרעזידענט ביידן וועט מעלדן מארגן איבער א צאל שוץ רעכטן פאר אומדאקומענטירטע אימיגראנטן וואס זייער מאן/פרוי איז אן אמעריקאנער בירגער און איבער פארגרינגערן צוטריט צו וויזעס פאר "טרוימער" (קינדער אריינגעקומען אומלעגאל אבער זענען שוין יעצט פיל עלטער)
איך בין שוין צומישט, ביידן וויל פארמאכן די גרעניץ, פארמינערן אימיגראנטן, אדער פארקערט....?
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3153
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

שרייב-פעדער האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 12:30 am
נקדימון האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 3:42 pm
פרעזידענט ביידן וועט מעלדן מארגן איבער א צאל שוץ רעכטן פאר אומדאקומענטירטע אימיגראנטן וואס זייער מאן/פרוי איז אן אמעריקאנער בירגער און איבער פארגרינגערן צוטריט צו וויזעס פאר "טרוימער" (קינדער אריינגעקומען אומלעגאל אבער זענען שוין יעצט פיל עלטער)
איך בין שוין צומישט, ביידן וויל פארמאכן די גרעניץ, פארמינערן אימיגראנטן, אדער פארקערט....?
דאס פונקטליך ווייל ער. זאלסט זיין צימישט, אזוי אויב האסטו דאס מינדעסטע שנאה צו טראמפ זאלסטו שטימען קעגן טראמפ וואס דאס איז פונקט ביידן
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

נקדימון האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:55 pm
נאך פון דעיווי'ס קאמפיין ראליס...

20240616_161409.jpg
ezgif-2-a30948da41.jpg
20240616_161114.jpg
ס'דערמאנט מיר פון א קאמישע געשיכטע.

אמאל געווען א גאר ברייטע בחור ( אפי די עוורעדזש וואס שאצער האבן אים געגעבן איז געווען א ברכה צו מאכן) און ער האט געהאט גרויסע שוועריקייטן א חתן צו ווערן. ווארום, אויסער זיין ברייטן געשטעל וואס דער בר הכא האט באזיצט איז ער אויך געווען טויגליכער. יעדער מאל ער איז אנגעקומען צום באגעגניש האט ער זיך ווילד ארויף געווארפן אויפן טארט קוכן און דאס גענצליך פארלענדעט. פארשטייט זיך אז די מחותנים האבן גלייך ארויסגעבעקט פון דעם דיעל, ער וועט דאך פארניכטן די גאנצע יצירה.

נאכן זיצן מיט געניטע שדכנים איז מען אויפגעקומען מיט שארפע סטראטעגיע, מען האט אים אנגעווארנענט בשן ועין אז ביים נעקסטן בשאו זאל ער זיצן איינגעמאכט, ''זאלסט זיך נישט דערוואגן אנצורירן די טארט'' האט אים די שדכן ווילד געסטראשעט.

און אזוי זענען זיי אריין צום באגעגניש.

די ערשטע צען מינוט איז אלס געפארן כשירה, דער בחור האט זיך איינגעהאלטן מיט אייזערנע באנקעס. א געניט אויג האט געקענט באמערקן די פלאקערנדע צאנגען צווישן זיינע שווארץ אפלען, אבער עט ליעסט פראם דע אוטסייד... אבער דאן האט עס געפלאצט. ווי אן אוישוויץ איבערלעבער האט דער בחור א כאפ געטון די גאנצע טארט מיט זיינע דיקע פינגער און אונטער פופצן סעקונדעס דאס פארטיליגט. איבריג צו זאגן אז דא האט זיך דער שידוך גע'ענדיגט.

ארויסקומענדיג פון דארט האט אים די שדכן גאר שארף אפירגעהאלטן, היתכן ער האט זיל נישט געקענט באהערשן. דער בחור האט אים אויסגעהערט מיט א שמייכל און מיט די קוכן נאך אין מויל גע'ענטפערט; טייערע שדכן, איך האב באמערקט אז זיי פלאנירן מיר ממילא נישט צו נעמען אלס אן איידעם, טא זאל איך כאטש געניסן פון די גוטע געבעקסן...

לעניינו, איך ווייס נישט אויב דער זעכציג יעריגע קאאטער גייט עפעס אנציען, א גוטע רייד האט ער זיכער געהאט...
ביידען בימי זקנתו
|
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

בוטשער האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 3:30 pm
נקדימון האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:55 pm
נאך פון דעיווי'ס קאמפיין ראליס...

20240616_161409.jpg
ezgif-2-a30948da41.jpg
20240616_161114.jpg
ס'דערמאנט מיר פון א קאמישע געשיכטע.

אמאל געווען א גאר ברייטע בחור ( אפי די עוורעדזש וואס שאצער האבן אים געגעבן איז געווען א ברכה צו מאכן) און ער האט געהאט גרויסע שוועריקייטן א חתן צו ווערן. ווארום, אויסער זיין ברייטן געשטעל וואס דער בר הכא האט באזיצט איז ער אויך געווען טויגליכער. יעדער מאל ער איז אנגעקומען צום באגעגניש האט ער זיך ווילד ארויף געווארפן אויפן טארט קוכן און דאס גענצליך פארלענדעט. פארשטייט זיך אז די מחותנים האבן גלייך ארויסגעבעקט פון דעם דיעל, ער וועט דאך פארניכטן די גאנצע יצירה.

נאכן זיצן מיט געניטע שדכנים איז מען אויפגעקומען מיט שארפע סטראטעגיע, מען האט אים אנגעווארנענט בשן ועין אז ביים נעקסטן בשאו זאל ער זיצן איינגעמאכט, ''זאלסט זיך נישט דערוואגן אנצורירן די טארט'' האט אים די שדכן ווילד געסטראשעט.

און אזוי זענען זיי אריין צום באגעגניש.

די ערשטע צען מינוט איז אלס געפארן כשירה, דער בחור האט זיך איינגעהאלטן מיט אייזערנע באנקעס. א געניט אויג האט געקענט באמערקן די פלאקערנדע צאנגען צווישן זיינע שווארץ אפלען, אבער עט ליעסט פראם דע אוטסייד... אבער דאן האט עס געפלאצט. ווי אן אוישוויץ איבערלעבער האט דער בחור א כאפ געטון די גאנצע טארט מיט זיינע דיקע פינגער און אונטער פופצן סעקונדעס דאס פארטיליגט. איבריג צו זאגן אז דא האט זיך דער שידוך גע'ענדיגט.

ארויסקומענדיג פון דארט האט אים די שדכן גאר שארף אפירגעהאלטן, היתכן ער האט זיל נישט געקענט באהערשן. דער בחור האט אים אויסגעהערט מיט א שמייכל און מיט די קוכן נאך אין מויל גע'ענטפערט; טייערע שדכן, איך האב באמערקט אז זיי פלאנירן מיר ממילא נישט צו נעמען אלס אן איידעם, טא זאל איך כאטש געניסן פון די גוטע געבעקסן...

לעניינו, איך ווייס נישט אויב דער זעכציג יעריגע קאאטער גייט עפעס אנציען, א גוטע רייד האט ער זיכער געהאט...
א לייק געטוהן גלייך.
און נאך אפארן שפראך...
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17914
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אין די ניו יארקער 16'טער דיסטריקט איז היינט פארגעקומען א דעבאטע פון די צוויי דעמאקראטישע קאנדידאטן, דער פראגרעסיוו דזשאמעל באומאן און דער וועסטשעסטער קאונטי עקזעקיוטיוו לאטימער.

די פארמעסט ווערט גאר שטארק נאכגעקוקט און די וואלן וועט פארקומען קומענדיגע וואך דינסטאג.

ביידע קאנדידאטן זענען געפרעגט געווארן אויב טראמפ זאל גיין שמאכטן אין טורמע

באומאן: יא. איך בין נישט קיין לעגאלער עקספערט במילא ווייס איך נישט ווילאנג

לאטימער: איך לאז עס פאר עלווין ברעג צו אפשאצן וואס די ריכטיגע אורטייל זאל זיין.

---

עזה קריג האט פארנומען א שטארקע אויבנאן ווי באומאן האט כסדר געדרוקט לאטימער צו אפגעבן רעספעקט און פארלאנגט צו #סעי_היז_נעים און ארויסזאגן "פאלעסטינע" און "פאלעסטינער" ביז לאטימער האט צוריק געפרעגט, יא איך קען זאגן די ווארט פאלעסטינע. דו קענסט זאגן די ווארט "אמת"?

20240618_204237.jpg
20240618_204237.jpg (334.59 KiB) געזען 599 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”