נקדימון'ס נייעס ווינקל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17773
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 9:36 am
אסאוסיעיטעד פרעסס AP זאגט אז מדינת ישראל האט צוגענומען זייער לייוו פיעד קאמארע און אנדערע בראדקעסטינג עקוויפמענט וואס דעקט וואס עס קומט פאר אין עזה. זיי האבן דאס צוגענומען אונטער די שירעם פון א לעצטיגער געזעץ וואס פארבאט צו צושטעלן מאטריאל פאר (קאטארע שופר) אל דזשאזירע נייעס קוואל וואס איז אינטער סאנקציעס.

AP פארדאמט די אקט מיט די שארפסטע.
איזרעלי קאמוניקאציע מיניסטער האט געהייסן צוריק געבן די קאנפיסקירטע עקוויפמענט. דאס קומט נאך שטארקע דרוק אנטקעגן די שריט.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33389
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 4:24 pm
זענען די באראבעווערס דען נישט עזתים?
זיי פארקויפן עס?
מסתם מיטגלידער פון די גאזא געזונטהייט מיניסטעריום וואס ברויך עס פאר דאס געזונט פון זייערע חולי נפש אין די טונעלן
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

נקדימון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:30 am
גרויזאמער מארד אינמיטן העלן טאג...

דזשאקאבין א סאציאליסטישע מאגאזין צווישן די לינקע מיט די ציל צו פארשפרייטן די סאציאליסטישע קוק ווינקל אויף פאליטישע און עקאנאמישע אנגעלעגנהייטן, רייסט אריין אין די דיקטאטורישע וואלמארט וואס באראבעוועט אירע ארבעטער, אבער באקומט א רויט ציפעדיגע נאטיץ. היראשימע סטייל...

20240521_112235~2.jpg
איך בין נישט קיין שרייבער, אבער לויט מיין פארשטאנד איז 250 ווערטער א שעה זייער ווייניג, עפ"י רוב איז אסאך מער.

עס איז נישט ממש די זעלבע' אבער מיין ב"ב פלעגט אמאל טון טרענסלעישן פאר די זעלבע פרייז, און עס פלעגט אויסקומען $80-$100 א שעה טראץ וואס זי טייפט רעלאטיוו שטייט.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17773
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פארגעס נישט דא רעדט מען פון עדיטאריעלס און סאָבדזשעקס. לייג צו די ריסוירטש, עדיטינג און אלעמען וואס דארף אריינגיין.

מען רעדט פון 7 צענט פער ווארט און גייט אראפ צו 5 צענט א ווארט פאר גרעסערע ארטיקלען. און דאס אלעס איז אן קיין שום בענעפיטן.

טא, א וואל-מארט עמפלויאי גייט לכאורה ארויס שענער ווי א דזשאקאבין מארקסיסט.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17773
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פילע ווינט טורבינעס זענען צושמעטערט געווארן דורך א טארנעידא אין אייאווע. איינס איז ארויף אין פלאמען

ezgif-1-0313708b5d.jpg
ezgif-1-0313708b5d.jpg (387.01 KiB) געזען 1930 מאל
ezgif-1-38c2823dca.jpg
ezgif-1-38c2823dca.jpg (388.76 KiB) געזען 1930 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17773
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די אסעמבלי פון א גרופע עקספערטן וואס האט א קאנסטוטציאנאלע מאכט און געבט זיך אפ מיט אויסוועלן דער נייער גייסטליכע פירער אין איראן, האט אויסגעוועהלט א נייער קלעריק זאל זיצן ביים רודער נאך וואס דער יעצטיגער איז שוין 97 יאר אלט. דער נייער איז א אינגערע אין עלטער פון 93 יאר
20240521_170135.jpg
20240521_170135.jpg (79.45 KiB) געזען 1878 מאל
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:16 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:20 am
נקדימון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 10:53 am
ניוזוויק שרייבט - ציטירט לאקאלער רוסישע נייעס קוועלער - אז דאס איז אן אנגייענדע פראיעקט און די ציל איז צו דעקן און אינטערוויאירן פאליטיקאנטן און פיגורן מיט אנדערע מיינונגען ווי די "מעינסטריעם בליק"
מעינסטריעם אין ראשע? כ'האף אז ער האט שוין פארשטאפט זיינע פענסטער...
וויאזוי האט נאר רעיגאן געזאגט: אין רוסלאנד מעג מען אויך רעדן קעגן די פרעזידענט.. פון אמעריקע..
און אפגעגאלט זאגט אז "היינט צו טאגס מעג מען אין אמעריקע אויך רדען קעגן די פרעזידענט... פון רוסלאנד"
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

נקדימון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:47 pm
נקדימון האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 6:41 pm
כי תראה טרעילער שונאך... עזוב תעזב.

11 פון די 16 אנגעפילטע לאסט אויטאס וואס האבן געזאלט אפפארן פרייטאג/שבת, פון דער ניי געבויטע אמעריקאנער שווימענדער פּאָרט נעבן עזה צו די יו-ען לאקאציע זענען אנגעקומען צו זייער דעסטינאציע ליידיג און באראבעוועט. די ערשטע טאג פון די נייע איניציאטיווע.

זיי זענען אויסגעליידיגט געווארן דורך ארטיגע בירגער בעפאר אנקומען ווי זיי האבן געדארפט.

זונטאג און מאנטאג זענען צוליב דעם גארנישט געווען קיין הילף ליפערונגען

20240520_183407.jpg
20240520_183416.jpg
אוטש...

פענטאגאן ווארטזאגער: "איך גלייב נישט אפי' עפעס פון די אלע הילף וואס איז געקומען דורך די אמעריקאנער פארט איז בכלל אנגעקומען צו די עזה איינוואוינער".

אזויפיל ווי בערך 600+ טאן פון הומאניטארישע הילף איז דורך געגאנגען די נייע פארט די טאג-צוויי.

די פענטאגאן זאגט אז אמעריקע, מדינת ישראל און די יו-ען ארבעטן אויף אלטערנאטיווע וועגן אז די קריטישע הילף זאל אנקומען ווי זיי דארפן.

"Some of the aid has been intercepted by some people
" זאגט ער...
ווי זאגט זי some people did something שקאנאנונג ווער דאס איז...
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

נקדימון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 5:06 pm
די אסעמבלי פון א גרופע עקספערטן וואס האט א קאנסטוטציאנאלע מאכט און געבט זיך אפ מיט אויסוועלן דער נייער גייסטליכע פירער אין איראן, האט אויסגעוועהלט א נייער קלעריק זאל זיצן ביים רודער נאך וואס דער יעצטיגער איז שוין 97 יאר אלט. דער נייער איז א אינגערע אין עלטער פון 93 יאר

20240521_170135.jpg
פרעג זיי צו זיי האבן פלאץ פאר איינעם פון אמעריקע..

ער וואינט אויף פענסילוועניע עוועניו
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17773
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

יעצט מיט די טויט פונעם איראנער פרעזידענט איבראהים ראיסי שווימט פריש ארויף די בריוו פון פרעזידענט קלינטאן בשעת דער קאמבאדיער דיקטאטור פאל פאט איז געשטארבן.

עס איז שווער צו צוזאמלייגן נאך מענטשן אויף די זעלבע באנק ווי פאט וואס איז געווען אן אכזר וואס די וועלט האט ווייניג געזען. דאך אינטערסאנט צו ליינען ווי פרעזידענט קלינטאן (ט)רייסט אריין... אין דער [רוצח] פרעמיער מיניסטער וואס איז געשטארבן.
ezgif-7-138295fc7e.png
ezgif-7-138295fc7e.png (390.71 KiB) געזען 1767 מאל
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

נקדימון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 5:23 pm
יעצט מיט די טויט פונעם איראנער פרעזידענט איבראהים ראיסי שווימט פריש ארויף די בריוו פון פרעזידענט קלינטאן בשעת דער קאמבאדיער דיקטאטור פאל פאט איז געשטארבן.

עס איז שווער צו צוזאמלייגן נאך מענטשן אויף די זעלבע באנק ווי פאט וואס איז געווען אן אכזר וואס די וועלט האט ווייניג געזען. דאך אינטערסאנט צו ליינען ווי פרעזידענט קלינטאן (ט)רייסט אריין... אין דער [רוצח] פרעמיער מיניסטער וואס איז געשטארבן.

ezgif-7-138295fc7e.png
אזוי! דאס מיינט א שטאטסמאן!
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17773
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אמעריקע דרייט צוריק די זייגער...

אמעריקע האט נאכגעלאזט פון זייער ביז יעצטיגע שטארקע ווידערשטאנד אנטקעגן א ברייטע אפעראציע דורך מדינת ישראל אין רפיח, נאך וואס איזראעל האט זיך אנגעשטרענגט צו אויסארבעטן צו רעדוצירן ציווילע פאטאליטעטן וויפיל שייך.

בלומבערג נייעס.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17773
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אין דזשארדזשע קומט היינט פאר פריימערי וואלן אויף עטליכע פאזיציעס. צווישן זיי די רעפאבליקאנער פריימערי אויף די דריטע קאנגערסיאנאלע דיסטריקט וואס ווערט געהאלטן דורך א רעפאבליקאנער און איז היפש א רויטער דיסטריקט.

עס פארמעסט זיך דער טראמפ אינדארסירטע קאנדידאט און נאנטער געהילף ברייען דזשעק אנטקעגן מייק דוגען.

עס וועט זיין אינטערסאנט צו זען ווי שטארק טראמפ'ס כח איז אין א שטארק רויטע דיסטריקט אין די סווינג סטעיט דזשארזשע. א סטעיט וואס איז ערווארטעט צו שפילן א שטארקע ראלע ביי די פרעזידענטליכע וואלן.

דערווייל איז גאנץ א נאנטע פארמעסט און מען וועט זען צו דער טראמפ אינדארסירטע קאנדידאט קען באווייזן צו פארמיידן א ראנאף מיט גיין אריבער 50 פראצענט פון די שטימען.

פאר כסדר'דיגע נאכאנאנדע אפדעיטס גלייב איך קען מען ליינען אין די וואלן אשכולות דורך די געניטע באריכטער.
20240521_191716.jpg
20240521_191716.jpg (100.66 KiB) געזען 1405 מאל
[/color][/b]
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

נקדימון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 5:23 pm
יעצט מיט די טויט פונעם איראנער פרעזידענט איבראהים ראיסי שווימט פריש ארויף די בריוו פון פרעזידענט קלינטאן בשעת דער קאמבאדיער דיקטאטור פאל פאט איז געשטארבן.

עס איז שווער צו צוזאמלייגן נאך מענטשן אויף די זעלבע באנק ווי פאט וואס איז געווען אן אכזר וואס די וועלט האט ווייניג געזען. דאך אינטערסאנט צו ליינען ווי פרעזידענט קלינטאן (ט)רייסט אריין... אין דער [רוצח] פרעמיער מיניסטער וואס איז געשטארבן.

ezgif-7-138295fc7e.png
דערמאנט פון דעם, טראמפ אויף פידעל קאסטרא'ס טויט.
אטעטשמענטס
20240521_194922.jpg
20240521_194922.jpg (127.05 KiB) געזען 1307 מאל
זייצפריילעך
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

קאלטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 4:18 pm
nobody האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 9:22 am
א באו**** פליגער (איך זאג נישט וועלכע קאמפאני) פון סינגאפור לופטליניע אויפן וועג פון לאנדאן קיין סינגאפור האט געדארפט מאכן אן עמערזשענסי לאנדונג אין בענגקאק טיילאנד נאך גאר שווערע טורבולאנסן וואס האט געווארפן די פליגער הונדערטער צו טויזנטער פיס.

איינער איז אומגעקומען און נאך ארום 30 זענען פארוואונדעט געווארן

אנגעבליך בילד פון די מניני מנחה-מעריב שטיבלעך
20240521_092559.jpg
ווי אזוי שטאבט מען פון אזא זאך?

איז ער נישט געווען אנגעטוהן מיט סיטבעלטעס?

אדער אפשר רעדט מען פון א נישט געזונטע מענטש?
רויעטערס זאגט בשם בענקאק עירפארט אפישעלס אז ער איז לכאורה (likely) געשטארבען פון א הארץ אטאקע
this strong fall may cause internal bleeding or fainting

This man was seatbelted and uncautious and to one realized until it was too late.
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
זייצפריילעך
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

Presidential Estates האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:53 am
@זייצפריילעך וואס האסטו געפרעגט אז האסט באקומען דאס וואס די האסט געברענגט (אנדערש ווי מיר)
i just copy pasted the original post as is
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17773
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

דער פירער פון צפון קארעא איז געזען געווארן אינעם שולע אין הויפטשטאט פיאנגיאנג ווי זיין בילד הענגט שוין צוזאמען מיט זיינע פארגייער. אזא שריט שטיפט ווייטער די קולט און פארהייליגט אים ווי זיינע פארגייער. אין צפון קארעא מוז איבעראל הענגן די בילדער פון די פארגאנגענע צוויי הערשער. וועט זיין אינטערסאנט צו זען אויב הענגן די בילד פון קים גייט יעצט ווערן א פארלאנגטע תנאי אויף צו בלייבן לעבן אין צפון קארעא

אינטערסאנט ווי ער קוקט רעכטס און זיינע פארגייער קוקן לינקס. זיך אלץ געווינדערט ווי דער עגול ואשמח קוקט אין חלל אריין מיט זיינע שפאקטיוון...

מאמאמיא, די חידושים וואס די מיניסטארן פארשרייבן זיך דארט מיט די פארקנייטשטע שטערנס...

20240521_204709.jpg
20240521_204709.jpg (113.5 KiB) געזען 1041 מאל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א חידוש נאר אז אין די שולע זענען נישט דא די ספעציעל אמעריקאנער סטיל שול דעסקס וואס קימ'ס פארגייער האבן פאכמאניש ערפינדן כידוע ליודעי כריין
אוועטאר
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

נקדימון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 8:55 pm
דער פירער פון צפון קארעא איז געזען געווארן אינעם שולע אין הויפטשטאט פיאנגיאנג ווי זיין בילד הענגט שוין צוזאמען מיט זיינע פארגייער. אזא שריט שטיפט ווייטער די קולט און פארהייליגט אים ווי זיינע פארגייער. אין צפון קארעא מוז איבעראל הענגן די בילדער פון די פארגאנגענע צוויי הערשער. וועט זיין אינטערסאנט צו זען אויב הענגן די בילד פון קים גייט יעצט ווערן א פארלאנגטע תנאי אויף צו בלייבן לעבן אין צפון קארעא

אינטערסאנט ווי ער קוקט רעכטס און זיינע פארגייער קוקן לינקס. זיך אלץ געווינדערט ווי דער עגול ואשמח קוקט אין חלל אריין מיט זיינע שפאקטיוון...

מאמאמיא, די חידושים וואס די מיניסטארן פארשרייבן זיך דארט מיט די פארקנייטשטע שטערנס...

20240521_204709.jpg
די בענקל לעבט נאך???......
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17773
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 9:03 pm
א חידוש נאר אז אין די שולע זענען נישט דא די ספעציעל אמעריקאנער סטיל שול דעסקס וואס קימ'ס פארגייער האבן פאכמאניש ערפינדן כידוע ליודעי כריין
ס'הייסט? זיי האבן אויף זייער עקאמפלישמענט ליסטע די שולע טישלעך?

אירלאנד גרייט זיך מארגן אינדערפרי פאר א צערעמאניע ווי זיי וועלן עמטליך איינערקענען אין א פאלעסטינער שטאַט.

אן ארטיגער באאמטע זאגט אז זיי זענען אין פארבינדונג מיט א צאל אנדערע אייראפעאישע לענדער איבער די באשלוס. אריינגערעכנט שפאניע, בעלגיע, נארוועגיע, מאלטא און נאך וואס זענען איינשטימיג מיט די באשלוס אז די אייראפעאישע פאראיין זאל איינערקענען אין פאלעסטינע.

שוועדן איז דערווייל די איינציגער צווישן די אייראפעאישע פאראיין וואס האט פאקטיש שוין אזוי געטון מיט עמטליך איינערקענען אין פאלעסטינע.

מדינת ישראל האט ארויסגעשטעלט א מעלדונג צו פארדאמען די אקט טענה'נדיג אז דאס שטיצט כאמאס.

20240521_210320.jpg
20240521_210320.jpg (270.47 KiB) געזען 953 מאל
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6706
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

נקדימון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:47 pm
נקדימון האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 6:41 pm
כי תראה טרעילער שונאך... עזוב תעזב.

11 פון די 16 אנגעפילטע לאסט אויטאס וואס האבן געזאלט אפפארן פרייטאג/שבת, פון דער ניי געבויטע אמעריקאנער שווימענדער פּאָרט נעבן עזה צו די יו-ען לאקאציע זענען אנגעקומען צו זייער דעסטינאציע ליידיג און באראבעוועט. די ערשטע טאג פון די נייע איניציאטיווע.

זיי זענען אויסגעליידיגט געווארן דורך ארטיגע בירגער בעפאר אנקומען ווי זיי האבן געדארפט.

זונטאג און מאנטאג זענען צוליב דעם גארנישט געווען קיין הילף ליפערונגען

20240520_183407.jpg
20240520_183416.jpg
אוטש...

פענטאגאן ווארטזאגער: "איך גלייב נישט אפי' עפעס פון די אלע הילף וואס איז געקומען דורך די אמעריקאנער פארט איז בכלל אנגעקומען צו די עזה איינוואוינער".

אזויפיל ווי בערך 600+ טאן פון הומאניטארישע הילף איז דורך געגאנגען די נייע פארט די טאג-צוויי.

די פענטאגאן זאגט אז אמעריקע, מדינת ישראל און די יו-ען ארבעטן אויף אלטערנאטיווע וועגן אז די קריטישע הילף זאל אנקומען ווי זיי דארפן.

"Some of the aid has been intercepted by some people" זאגט ער...
זיי גייען אין די זעלבע קלאס ווי די some people who did something

די ליבעראלע לאגיק איז קראנק! אריבער אלע גבולים.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17773
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ענגלישע פאליציי זענען אנגעזאגט געווארן צו אויפהערן ארעסטירן אזויפיל פארברעכער צוליב א גרויסע איבערפלוס פון ארעסטאנטן און א מאנגל אין פלאץ אין די ענגלישע טורמעס וואס זיי באטראכטן אלץ א קריזיס.

דאס רעכנט אריין צו אויפהערן ארעסטירן נישט אזאנע וויכטיגע פארברעכער און אזוי אויך נישט זיך נעמען צו סיטואציעס וואס קען פירן צו א גרעסערע צאל ארעסטן.

איינער ווייסט צו ארויסוואקן פון א באנק מיט א זעקל שטערלינג פונט איז אן ערענסטע פארברעך אין לאנדאן? עסקינג פאר א פרענד...

20240521_220957.jpg
20240521_220957.jpg (342.61 KiB) געזען 782 מאל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נקדימון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 9:05 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 9:03 pm
א חידוש נאר אז אין די שולע זענען נישט דא די ספעציעל אמעריקאנער סטיל שול דעסקס וואס קימ'ס פארגייער האבן פאכמאניש ערפינדן כידוע ליודעי כריין
ס'הייסט? זיי האבן אויף זייער עקאמפלישמענט ליסטע די שולע טישלעך?
זוי ליגט מיר אין זכרון, אבער סיידן א האלבע רעפרענץ אויף רעדדיט זע איך כרגע נישט קיין מקור

_

האקט, העי, שנעל געטוישט די סדר הדברים...
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7400
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

קאנגראטולאציעס פאר די דריי הויפט אייוועלט דזשורנאליסטן @אבימלך , @נקדימון און @הכל הבל פאר'ן באריכטן די נייעס מיט העל בלויע טינט.

עס איז שטארק מעגליך אז אום מאנאט נאוועמבער למס' וועלן זיי מיט 'בלויע' טינט באריכטן די נייעס איבער א 'רויטע' כוואליע מיט וואס טראמפ געווינט די וואלן.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”