וויכטיגע מעלדונג: מוצ"ש ארום 12:00 וועט מען ארבעטן אויף די סייט סערווער צו פארזיכערן די סעקיוריטי, עס וועט מעגליך זיין אויסגעלאשן פאר קורצע צייטן, א דאנק, מיט פארשטענדעניש.

איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר שרייבן מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר שרייבן מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קודם כל, דא איז מיין פעידזש


אקעי, דער תגובה, מסתמא דער גאנצער אשכול, גייט זיין געשריבן היפש שוואך גראמאטיש און שרייבעריש, צוליב פארלירן דעם לשון.

אנבעליבעוובל וואס דא קומט פאר, שטייען דא אידן וואס פירן אן א וועבזייטל שוין אזויפיל יאר אויף אזא פארנעם, און טוען זיך אינגאנצן אויס, פארוואס? אלעס כדאי אויסצופרובירן אויך די שווערסטע קאסטבארסטע סגולה פאר א צווייטן איד!!


האבעך נישט געהאט קיין ברירה, ווען ידיד כל בית ישראל הרב @אסדר האט מיר געפרעגט אין אישי אויב איך נעם א פעידזש, און געמוזט זאגן יא. טראץ וואס איך האב נישט קיין אנונג ווי אזוי מען טרייבט אויף געלט מיט א פעידזש, און אודאי נישט ווי אזוי מען טוט דאס אנאנימעס.


וויל איך טאקע גאר שטארק באדאנקן דעם נדבן הרוצה בעילום שמו וואס האט געגעבן דעם שיינעם סכום פון 54$, תיקף ומיד ווען עס האט זיך געעפנט. אזוי האב איך יעצט חיזוק אנצוהויבן מוטשען אביסל דעם עולם.


ובזה החלי, איך האב נישט קיין אנונג ווער האב @מחר אני בא איז, אבער!! מיר קענען דאס נישט צולאזן, מוזן טון פאר אים מער ווי דאס מאקסימום שייך!! אזוי ווי דערווייל איז ליידער נישט דא וואס מען קען טון בדרך הטבע, מוז מען זיך ווענדן צו למעלה מדרך הטבע!!!


קודם בעהט איך דא מיט שיינעם, ווער עס האט הנאה פון מיינע תגובות, און ווער נישט אבער וויל מיר פארט א טובה טון, זאל ביטע געבן פאר מיין פעידזש...

מוז נישט זיין קיין צו גרויסע סכומים - פאר "מיין פעידזש" , דער סכום וואס מען גיבט פאר אלע פעידזשעס אינאיינעם מוז יא זיין גרויס! - נאר עני סכום, 18$, 26$, 36$, 50$, און אזוי ווייטער עד אין שיעור למעלה וועט ווערן שטארק עפריציעיטעד.

איך האף אריינצוקומען מיט א שטיקל הספד אויף יעדן נדבן, האפענטליך וועט זיין אזוי פיל אז עס וועט נעמען צייט, אבער, מען וועט אי"ה אנקומען צו יעדן איינעם. (חוץ אויב עס וועט זיין א פארפלייצונג פון 1$ נותנים, וואס איך בין אויך שטארק מכיר טובה! וואס אין אזא פאל, וועט מען נאר קענען מספיד זיין פון 25$ ולמעלה בקודש...)
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג יוני 28, 2021 11:58 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32745
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: איך האב נישט קיין ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נו רבותי, ווער גיבט אויף צל'ס פעידזש?

איך גיי אי"ה גיבן סאאן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וויכי!!

עכט האבעך געפלאנט צו שרייבן אז וויכי'ס הספד שטייט שוין אויבן, אבער איך האב נישט געהאלטן אז ער וועט געבן הונדערט דאלער!

ענק כאפן וואס דא גייט פאר? דער דרייט איבער די גאנצע שטאט! נישט גענוג פאר אים, נעמט אויף זיך א ריזן סכום, נישט גענוג פאר אים, ווארפט אריין אין זיין פעידזש חי מאות! נישט גענוג פאר אים, האבעך אבער געמיינט אז ער וועט יוצא זיין מיר מחזק צו זיין מיט איך ווייס? אכצן דאלער? ניין! 100$.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שמעלקא!

נישט נאר וואס ער שטרענגט זיך איבער יעצט אין זיין סעזאן, וואס ער איז פארזונקען ביז העכער די נאז אין ארבעט, און נישט קיין אנגעזעצטע ארבעט וואס עס גלוסט צו אנטלויפן, נאר טאקע געשמאקע סיפוק'דיגע ארבעט! כעל נישט מאריך זיין. און ער מאכט גאר א קאמפיין אויפצוטרייבן יותר מהרגיל, 7,500$!

ווארפט ער נאך אריין אזא צוואנציגער אין יעדן פעידש, שכח שמעלקא!


בד"וו, כשמו, כן הוא, א זאפטיגער שמעלקא.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג יוני 28, 2021 2:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4532
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: איך האב נישט קיין ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

צל דו האסט מיר צופיל מאל אויפגערעגט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קרייסלער האט געשריבן: צל דו האסט מיר צופיל מאל אויפגערעגט



ישר כח @קרייסלער פארן ארויפברענגען דעם אשכול, זעה אז איך זאל עס נאכאמאל קענען ארויפברענגען לכבודך...
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג יוני 28, 2021 1:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זעה איך אז הרב @ערעב איד האט געגעבן א שיינע נתינה פון 18$.

איז אזוי, לאמיר זיין אפן, איך האב נאכנישט געליינט גענוג תגובות פון אייך צו קענען מספיד זיין, זינט איר דרייט זיך אין בעסערע פלעצער ווי אייוועלט ווי מיר, אבער נאכקוקענדיג זעה איך אז איר שרייבט גאר שטארק צו די זאך אין דעם ביזנעס אפטיילונג, ברויך מען דאס גיין ליינען...

ישלם השם פעלך בכל טוב סלה, סיי פאר דיר, און סיי אז אין דעם זכות זאל @מחר אני בא, מיט אלע אנדערע חברים דא המצפים לישועה, געהאלפן ווערן בתוך כל עדת ישראל במהרה דידן.




איינער זעה איך האט געגעבן א פופציגער מיט א נאמען, נישט קיין ניק, זעהט אויס - אזוי רעד איך זיך איין עטליעסט - איינער וואס ליינט און האט הנאה פון מיינע תגובות, וויל איך נאר אנווינטשן ישלם השם פעלך ותהי משכורתך שלימה מעם השם אלקי ישראל, איר זאלט האבן אלעס גוט'ס, און אויך אויספועלן א ישועה פאר הרב @מחר מיט אלע אנדערע חברים בחוך שאר כל בית ישראל.

ישר כח!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אונטערן מאטראץ

Re: איך האב נישט קיין ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

@צל איך גיי פאר דיין פשטות
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר מספיד זיין מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח פאר ידידי (ווירטואל) דער מנהל הרב @לכאורה.

אומגלויבליך וואס דער איד טוט דא, ער ווייסט לויט ווי איך פארשטיי יא ווער הרב @מחר אני בא איז, אבער פארט, אזוי זיך ארויסצולייגן פון ביזנעס פאר א צווייטן איד, איז דאך אומגלויבליך!


יעצט א פיצי מקצת שבחו נישט פון דעם קאמפיין, די אטענשן ווי אזוי דער מנהל געבט אטענשן פאר יעדן איינציגסטן ניק וואס רעדט מיט אים, איז אומגלויבליך.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר מספיד זיין מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח @נייער פאר דיין נתינה. און ממנו ילמדו וכן יעשו, אז מען קען זיך נאכנישט עפארדן א גרעסערן סכום פאר יעדן פעידזש, געבט מען א קלענערן, אבער מען געבט!

פון די געשמאקע ניקס פון דעם וועלטל.

דעבאטעס קען מען זיך נישט עפארדן יעצט..
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר מספיד זיין מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח הרב @בבקשה פאר דעם שיינעם סכום.

ווי פאנג איך אן? פון די מערסט באזעצענע ניקס דא, און פון מיינע פעוואריט ניקס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר מספיד זיין מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח הרב @זעקל פאר דעם הערליכן סכום פון פופציג דאלער!

פון די ניקס וואס לייגן די מערסטע צו צו דעם וועלטל. געשמאקע תגובות און רעיונות גוט געשריבן.

ישר כח אנאנימעס פאר די 2$.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר מספיד זיין מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח אין כל חדש, דיינע טרעפליכע תגובות איז א שטיקל פירחא אויף דיין ניק נאמען!


ישר כח ר' מעכל! זעה איך נישט קיין סאך תגובות פון אייך, מסתמא ווייזט דאס אז איר נוצט אויס יעדע איבעריגע מינוט פאר תורה!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר מספיד זיין מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח הרב @קוק אויף דיך אליינס, פון די עמודי התוך פון דעם נייעס אפטיילונג, ובפרט מיט ארץ ישראל'דיגע נייעס, אזש מיר האבן אלע געמיינט אז איר וואוינט דארט!

עקסטערע דאנק פאר דיין טרעפליכן ווארט!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר מספיד זיין מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח הרב @פאראינטרעסירט פאר דעם הערליכן סכום פון 60$!

כמים הפנים לפנים זענט איר פון מיינע פעוואריט ניקס!
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר מספיד זיין מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

צל עובר האט געשריבן: ישר כח אין כל חדש, דיינע טרעפליכע תגובות איז א שטיקל פירחא אויף דיין ניק נאמען!


מחמת טעמים ידועים (לי..) האב איך נישט געשריבן קיין קאמענטס אויפן טשערידי פעידזש, העמיר עס שרייבן דא

צל, דיינע תגובות איז א זעלטענהייט, א געמיש פון נייעס, מיט א קאמאן סענס ענאלאסיס, באפעפערט מיט הומאר און צו אלעם דיין זיך האלטן צום אמת, שוין גארנישט קיין צל עובר

מיין ניק ליגט שוין פארשטויבט, און ניטאמאל די תחיית המתים באוועגונג האט עס ארויסגעשלעפט פון קבר, (ווען ס'פעלט אויס קען מיר מגיב זיין מיט צווייטן ניק..) אבער לכבודך ולכבוד מחר האמיר עס אפגעשטויבט

--

איך האב הנאה דו האלטסט דיר צום פארשפרעכונג פון שרייבן גראמאטישע טעותים..

--

(ולגוף שאלתך איבערן נאמען, דאס איז א שטיקל דערמאנונג אז היסטאריע איז די בעסטע לערער וואס איז פארהאן)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר מספיד זיין מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח הרב @אין כל חדש פאר די דברי חיזוק!




ישר כח הרב א ליינער, א שיינער סכום, שיין פון אייך אז איר ווילט שטיצן די אנדערע זייט, אבער בעצם גייט דאך נישט דאס געלט צו די פעידזש נעמען, נאר להרבות טהרה בשראל לזכות הרב @מחר אני בא!




ישר כח הרב @הערינג און ברוינפן, דיינע תגובות זענען באלד אזוי גוט ווי הערינג מיט ברוינפן, א מדריגה פון א איד צו געבן אזא שיינעם סכום בלויז פארן אים אויפברויזן!




ישר כח הרב @יש בו, דו געבסט גאר אסאך צו צום וועלטל, און ישר כח פאר דעם קאמפלימענט!




ישר כח הרב @עכט היימיש! וואס איז שייך צו זאגן בכלל, עכט היימיש! צו דער זאך! וכו'




ישר כח הרב @הויעך!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר מספיד זיין מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח @ארחיקה נדוד!, מה נאמר ומה נדבר, פון די מערסט אינהאלטסרייכע ניקס דא, ווי אזוי זאגט מען עס נאר, ארחיק, אדער ארחיקה?

150$! זיך ארויסגעריסן פון טאש, הערליך.

(מיר האבן נישט יענע דערמאנטע תגובה...)




ישר כח @אלעקסיי דער דריטער, פון די גרעסטע נייעס ברענגער אויף דעם וועלטל, ובפרט טאקע פון אינדרויסן פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, בקי בשבילי עולם הזה אויף א ריזיגן פארנעם, מסתמא שבילי דרקיעא אויך...




@אסדר לסעודתא, מה נאמר ומה נדבר, פון די סאמע שטערקסטע ניקס, פאראנטווארטליך מסתמא איינס פון די מערסטע פאר די טרעפיק וואס קומט אהער, ובפרט זעהט מען זיין מעכטיגן טאלאנט אין שרייבן ארכי גוטע ארטיקלען ווי מען זעהט פאר דעם קאמפיין.(הלואי קען איך דאס אויך...)

עקסטערע ישר כח פארן שרייבן ידיד נפשי...
אברהם ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 28, 2020 9:02 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר מספיד זיין מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם ווייס »

געגעבן 30 דאללער,
פאר איינער פון די בעסטע ניקס וואס אייוועלט פארמאגט,
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר מספיד זיין מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח הרב @זיסע פיש, כסדר לייגט ער צו זיין קלארע מיינונג אין אלע סארטן ענינים אויף א שטארקן אופן, זאל טאקע זיין זיס פאר דיר, און פאר הרב @מחר אני בא, צווישן אלע אידן וואס ווארטן און די וואס ווארטן שוין ברוך השם נישט.




הרב @מה פתאום, וואס איז שייך צו זאגן, אזא געשמאקייט פון א איד, וואס מען טרעפט נישט, חוץ פון זיינע הערליכע באשרייבעכצער און דעם ווייב וואס ער ברענגט מיט זיך. און איך לייג צו, געבויט אויף וואס הרב @שאץ מאץ האט אמאל געשריבן (א אתרוג אן א וכו'): אייוועלט אן א פיטעם, איז ווי א מענטש אן א נאז...




ישר כח הרב @טראבל מעיקער, נאך לכאורה נישט געטשעפעט קיין פליג, ווייס איך נישט פארוואס ער רופט זיך אזוי, (אפשר מלשון גוד טראבל פון להבדיל דזשאן לואיס? ווייסעך נישט.) אן עקסטרעם בא'טעם'טער אינגערמאן.

עקסטערע ישר כח פאר די עמאוגי..




הרב @איפה פייבוש! א ניק וואס געבט כסדר צו גאזאלין צום וועלטל, און גראדע גלייך איך שטארק דעם ניק נאמען אויסוואל..




ישר כח טאקע פאר הרב @אברהם ווייס, האב איך געהאט געמיינט אז איך האב שוין געשריבן.

טראץ וואס ער איז נאך ניי, קומט ער כסדר אריין קלאר, און שוין אפאר מאל געברענגט לינקס וואס האט מיר היפש אפגעפרעגט, שוין, לאמיר נישט רעדן...

ווי אויך זעה איך אז ער שרייבט אין סטאקס, ברויך מען דאס אויסטשעקן..

עקסטער שכח פאר דעם קאמפלימענט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר מספיד זיין מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח הרב @יקר מציאות, א טייערקיי"ט פון א מציאות..




א ריזן ישר כח הרב @קרייסלער, אזאנס, ער רעגט זיך, און טוט פארט א טובה און ווארפט אריין, נאכדערצו אזא שיינעם סכום, דאס קען נאר א איד!




ישר כח פאר די צוויי אנאנימעס, די 48 און די 30, נאך א העכערע מדריגה אין צדקה, אז ניטאמאל דעם ווירטואלן נאמען זאל מען וויסן, און נישט סתם א דאלער צוויי, נאר היפש שיינע סכומים!




ישר כח הרב @דרימליינער, כשמו כן הוא, א געשמאק פון א ניק ווי א רייזע מיט א דריעמליינער.




ישר כח הרב @טינק ענד טענק!!

לויט מיין ברודער, ביסטו פון די סאמע בעסטע אידישע שרייבער, אין איין ברייט מיט חילי און ראלניצקי! (נאט קידינג.)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר שרייבן מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח הרב @עפעס אנדערש, יו אר טרולי סאמטינג דיפרענט..




ישר כח הרב @צדק תרדוף, ער איז דא מקיים זיין ניק, טוענדיג צדקה. א ניק וואס געבט היפש צו צום וועלטל..




ישר כח הרב @בעטו ובזמנו, אוי האסטו א קנאקעדיגן אשכול פאר דעם קאמפיין!

אויב מעגליך, זעה אז כלל ישראל זאל ווייטער הנאה האבן פון דיר!




ישר כח פאר דעם פרישן הרוצה בעילום שמו!




ישר כח הרב @חבקוק, בא חבקוק והעמידו, פון די שטערקסטע עמודי התוך פון דעם וועלטל בכל עת מצוא!




ישר כח הרב @שעמעדיגער, א קנאק פון א ניק, א גוטער שרייבער, רעדט געווענליך צו די זאך, א מחי' אים צו דעבאטירן. ניין איך בענק זיך נישט נאך טראמפ...




ישר כח הרב @חגוו, ווייסעך נישט אויב דאס איז רעדט תיבות פון א ניק אדער אדער נאמען, אזוי צו אזוי, א נדבה פון 250 פאר מיין פעידזש אליינס! דו ביזט א צדיק, דער אויבערשטער זאל העלפן דו זאלסט אלעמאל האבן סיי אלעס וואס דו דארפסט, און סיי אלעס וואס דו ווילסט, ברוחניות ובגשמיות, און אלעמאל זיין פרייליך און צופרידן.




ישר כח ידידי הרב @נגיד, א געשמאק צו שרייבן מיט דיר, א צדיק פון א איד, אויב אין ריעל לייף ביסטו טאקע א נגיד זאל דער אויבערשטער העלפן ווייטער, מיט אלע אנדערע השפעות שייך, און אויב נישט, זאלסטו ווערן עיסעפ!




ישר כח הרב @ברעכדך קאפּ! ווייסעך נישט פארוואס מען דארף זיך ברעכן קאפ ווען דו געבסט אזא שיינע נתינה, פילייכט צוליב די וואס האבן נאכנישט געגעבן?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר שרייבן מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח הרב @עירוב תבשילין, דו געבסט גאר אסאך צו צום וועלטל.




ישר כח הרב @משה11, הרב @קאוופעיפי, און הרב @אחת ואחת, אחד המרבה ואחד הממעיט ובפרט שיכון לבו.




ישר כח הרב @רמון, דערווייל זעהט אויס אז איר זענט צו פארנומען צו קענען שמייסן תגובות, אבער ווער ווייסט, אפשר וועט נאך כלל ישראל איין טאג הנאה האבן פון דיינע טאלאנטן. (אדער האט מען שוין הנאה אין ריעל לייף וואס איך ווייס נישט...)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר שרייבן מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח הרב @פאלםַ טרי, דער פארטרעטער פון דעם רבינס שטעטל...




ישר כח הרב @אידישלעך פאליטיק, וועלכער שרייבט פאליטיק מיט א אידישן פלעיוואר, ווי עס ברויך צו זיין.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר שרייבן מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

א גרויסן ישר כח הרב @שמחת עולם, עס איז מיר אן אמת'ע פריי"ד אז אזא ניק ווי דיר געבט פאר מיין פעידזש!




ישר כח הרב @ווייסע ברילן! דו זאלסט אלעמאל קענען קוקן מיט ווייסע ברילן, און עס זאל דיר באמת גיין גוט אלעמאל מיט אלעם!




ישר כח הרב @נאך איינער, פון די ווייניגסטע אמת'ע ניק נעמען אויף דעם וועלטל, גאר ווייט פון סתם נאך איינער..

הערליכע סכום!




ישר כח הרב @קאפל כ"ץ, מיין ווארעמקייט? דיין ווארעמקייט איז אומבאגרייפליך, ווי איך האב נעכטן געזען פאר וויכטיג מעורר זיין אויף דיין פעידזש וויפיל געלט דו געבסט דא! און נישט ווייל דו האסט צופיל פון דעם!




ישר כח הרב @שמשון הגיבור, זייער א שיינע נתינה, אבער איך ווייס אפילו נישט אין וועלכע קאנטרי דו ווילסט מיר זעהן נאך פאר 9:00..

די הספדים שרייב איך נישט ווייטער משום גילוי...




ישר כח הרב @חיים יענקל, איך גלייך שטארק דיינע תגובות, דער אויבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זיך קענען ערלויבן מער ווי דעם!




ישר כח פאר הרב @פויליש פארווע, א ניק וואס געבט אסאך צו צום וועלטל!
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”