איך האב נישט קיין ווערטער - איך גיי בלי נדר שרייבן מקצת שבחו בפניו פון יעדן נדבן
אקעי, דער תגובה, מסתמא דער גאנצער אשכול, גייט זיין געשריבן היפש שוואך גראמאטיש און שרייבעריש, צוליב פארלירן דעם לשון.
אנבעליבעוובל וואס דא קומט פאר, שטייען דא אידן וואס פירן אן א וועבזייטל שוין אזויפיל יאר אויף אזא פארנעם, און טוען זיך אינגאנצן אויס, פארוואס? אלעס כדאי אויסצופרובירן אויך די שווערסטע קאסטבארסטע סגולה פאר א צווייטן איד!!
האבעך נישט געהאט קיין ברירה, ווען ידיד כל בית ישראל הרב @אסדר האט מיר געפרעגט אין אישי אויב איך נעם א פעידזש, און געמוזט זאגן יא. טראץ וואס איך האב נישט קיין אנונג ווי אזוי מען טרייבט אויף געלט מיט א פעידזש, און אודאי נישט ווי אזוי מען טוט דאס אנאנימעס.
וויל איך טאקע גאר שטארק באדאנקן דעם נדבן הרוצה בעילום שמו וואס האט געגעבן דעם שיינעם סכום פון 54$, תיקף ומיד ווען עס האט זיך געעפנט. אזוי האב איך יעצט חיזוק אנצוהויבן מוטשען אביסל דעם עולם.
ובזה החלי, איך האב נישט קיין אנונג ווער האב @מחר אני בא איז, אבער!! מיר קענען דאס נישט צולאזן, מוזן טון פאר אים מער ווי דאס מאקסימום שייך!! אזוי ווי דערווייל איז ליידער נישט דא וואס מען קען טון בדרך הטבע, מוז מען זיך ווענדן צו למעלה מדרך הטבע!!!
קודם בעהט איך דא מיט שיינעם, ווער עס האט הנאה פון מיינע תגובות, און ווער נישט אבער וויל מיר פארט א טובה טון, זאל ביטע געבן פאר מיין פעידזש...
מוז נישט זיין קיין צו גרויסע סכומים - פאר "מיין פעידזש" , דער סכום וואס מען גיבט פאר אלע פעידזשעס אינאיינעם מוז יא זיין גרויס! - נאר עני סכום, 18$, 26$, 36$, 50$, און אזוי ווייטער עד אין שיעור למעלה וועט ווערן שטארק עפריציעיטעד.
איך האף אריינצוקומען מיט א שטיקל הספד אויף יעדן נדבן, האפענטליך וועט זיין אזוי פיל אז עס וועט נעמען צייט, אבער, מען וועט אי"ה אנקומען צו יעדן איינעם. (חוץ אויב עס וועט זיין א פארפלייצונג פון 1$ נותנים, וואס איך בין אויך שטארק מכיר טובה! וואס אין אזא פאל, וועט מען נאר קענען מספיד זיין פון 25$ ולמעלה בקודש...)