קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

א גוטן טייערע חברים
קום אריין דא אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס
אזוי ליידער איז די גרושים וואס זיי האבן ליידער נישט געהאט ליכטיג קייט אין זייער לעבן, אויך ליידער איז דא גרושים וואס זיי זענען געוועהן א עלטערע בחר אוין נעבעך זענען זיי אריינגעפאלן.
אויך די עלטערע בחורים וואס גייט ליידער נישט קיין שידוך.
ווי עס שרייבט אן איבערלעבער!!
לעצט פארראכטן דורך Ny-17 אום דינסטאג יוני 29, 2021 11:15 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4324
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: קום אריין די אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

די באשעפער זאל באגליקן,
יעדען באזונדער.

זאכן זאלן זיך ריקן,
און מיר זאלן זעהן זיינע וואונדער.

א פרישן בלעטל אפדריקן,
שידוכים פאר זיינע קינדער.

די צווייטע זאל בעסער קליקן,
שנעל אינגיכן איצטער אצינדער.

קיינמאל מער דארפן צוריקקיקען,
א לעכטיג שטוב געבענטשט מיט קינדער.

פרייליכערהייט זיך דערקוויקן,
בשורות טובות שנעלער און געשווינדער.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: קום אריין די אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

זאלסטו וויסן מיין טייערע ברידער (דערווייל) סינגעל, אז יעדע איינער וויינט פאר דיר, יעדע מאהל מ'זעהט דיר ציפט דאס הארץ צוויי מאהל, איינס מיט צער און מיטגעפיהל אויף דיין מצב, און צוויי מיט געפילן פון גילט guilt, פארוואס מ'טוט נישט מעהר פאר דיר.

יעדע שבת ויום טוב גייט דאס הארץ אויס פאר דיר אז די ביסט מצפה על שולחן אחרים, אז די האסט נישט ווי אזוי צופארברענגן דעם יום מנוחה- א טאג וואס מ'ארבעט נישט.

די ביסט א העלד פאר'ן אנהאלטן דיין שמייכל און דיין כסדר'דיקע טאג טעגליך התנהגות ווי עס וואלט גאהר נישט דיר געמיינט.
די ביסט א שטיק אינספעראציע און א מקור השראה.
ובשכר זה זאלסטו בקרוב ובניקל בויען א לעכטיק אידיש שטוב, ס'זאל ביי דיר מקוים ווערן: שַׂמְּחֵנוּ כִּימוֹת עִנִּיתָנוּ, דיין הערליכע עתיד זאל פארגוט'גן אויף די טונקעלע עבר והווה, און מיר זאלן דיר זעהן פרייליך און צעפרידן ביז משיח'ס טאג ועד בכלל.

ידידך אוהבך,
חבצלת השרון
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: קום אריין די אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

שוין געוואלט עטליכע מאל שרייבן עפעס אן ארטיקל איבער גרושים/עלטערע בחורים, און ס'גייט מיר נישט!

אבער איין קורצע שורה: וויסן זאלט איר אז עטס זענטס קיינמאל אליין!! דער באשעפער איז מיט ענק טריט און שריט! און אין איין מינוט גייט אלעס ליכטיג ווערן, און ענק גייען נאך געדענקען די'ע יארן, און נישט אויפהערן צו וויינען פון שמחה און התרגשות אויף ענקער עטגילטיגע ישועה שלימה!!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9048
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע:אויפן לייטער

Re: קום אריין די אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

איך וויין מיט און איך האב טיפע מיטלייד
אמערסטנס האב איך רחמנות אויף גרושים, אויף אלמנת איז דא אזויפיל ארגאניזאציעס און ווער סוויל אויפוועקן רחמנות נוצט די ווארט אלמנה, אבער בימינו אלה זענען אלמן'ס די גרעסטע רחמנות וואס זייער צער און ווייטאג ווייסט נאר איין איינציגע באשעפער און גרושים איז נאך א גאר ווייטאגליכע שטאפל העכער און ווער רעדט אויב סאיז א כהן א גרוש וואס די מוח שטעלט זיך פשוט אפ פון טראכטן

איין באשעפער פארשטייט ענק הרופה לשברי לב ומחבש לעצבותם, די באשעפער אפילו אין די היינטיגע טיפע הסתר פנים ווייסט און פארשטייט ענק און פארשטייט ענקערע ווייטאגען און מיטמאכענישן און אלע ענקערע פראבלעמען כי ידעתי את מכאוביו און איז נאנט מיט ענק קרוב ה לנשברי לב

הרופה לשברי לב זאל זיך מרחם אויף דיר און אויף אלע גרושים און ביז א קורצע צייט זאלסטו און אלע גרושים אויפגעראכטן ווערן מיט א גאנצע ישועה בשלימות און זאלסט ממש פארגעסן אז האסט אמאל געהאט אזאנע שווערע טעג און טרעפן א זיווג הגון און האבן א לעכטיג אידיש שטיב און סזאל הערשן גילה רינה דיצה וחדווה אהבה אחוה ושלום ורעות א לעכטיג פרייליך שטיב און ציזאמען זען הויפנס נחת פון ענקער לעכטיגע קינדער
אמת'ע אמונה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: קום אריין די אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת'ע אמונה »

ישר כח פארן עפענען אזא אשכול, איך האב גאר א נאנטע חבר וואס איז ליידער א סינגל שוין אפאר יאר וויל איך וויסן וויאזוי צו דיעלן מיט עם אז איך זאל זיין א הילף און ח"ו קיינמאל נישט וויי טאן, איך פארשטיי אז יעדער מענטש איז אנדערש אבער מען קען זיך אייביג לערנען פון יענעם'ס עקספיריענס.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7384
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

יעה. די (אזויגערופענע) טעגליכע חיזוק דאזע וואס מען קריגט פון יעדן. ווער רעדט נאך פון דעם הארציגען פעטער וואס מאכט זיכער ביי יעדע שמחה דיך דערמאנען אז דו ביזט ביזט נאך סינגל...
די טריעטמענט דארף זיין ערגעץ צווישן האמעאפאטיק און גענצליך נאטורליך. אריינגעבן א דאזע גענוג אויף צו היילען, אבער אנע זייטענווירקונגען וואס יעדער זאל אנזעהן
מיר זיינען מיט אייך!
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

א גרויסע יישר כוח פאר די אלע וואס האבן גענומען די מיה צי שרייבן חיזוק פאר די וואס דארפן עס האבן!!
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
גם זה יעבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

Re: קום אריין די אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זה יעבור »

לייטער האט געשריבן: איך וויין מיט און איך האב טיפע מיטלייד
אמערסטנס האב איך רחמנות אויף גרושים, אויף אלמנת איז דא אזויפיל ארגאניזאציעס און ווער סוויל אויפוועקן רחמנות נוצט די ווארט אלמנה, אבער בימינו אלה זענען אלמן'ס די גרעסטע רחמנות וואס זייער צער און ווייטאג ווייסט נאר איין איינציגע באשעפער און גרושים איז נאך א גאר ווייטאגליכע שטאפל העכער און ווער רעדט אויב סאיז א כהן א גרוש וואס די מוח שטעלט זיך פשוט אפ פון טראכטן

איין באשעפער פארשטייט ענק הרופה לשברי לב ומחבש לעצבותם, די באשעפער אפילו אין די היינטיגע טיפע הסתר פנים ווייסט און פארשטייט ענק און פארשטייט ענקערע ווייטאגען און מיטמאכענישן און אלע ענקערע פראבלעמען כי ידעתי את מכאוביו און איז נאנט מיט ענק קרוב ה לנשברי לב

הרופה לשברי לב זאל זיך מרחם אויף דיר און אויף אלע גרושים און ביז א קורצע צייט זאלסטו און אלע גרושים אויפגעראכטן ווערן מיט א גאנצע ישועה בשלימות און זאלסט ממש פארגעסן אז האסט אמאל געהאט אזאנע שווערע טעג און טרעפן א זיווג הגון און האבן א לעכטיג אידיש שטיב און סזאל הערשן גילה רינה דיצה וחדווה אהבה אחוה ושלום ורעות א לעכטיג פרייליך שטיב און ציזאמען זען הויפנס נחת פון ענקער לעכטיגע קינדער

האט זיך גראדע גע'עפנט לעצטנס א ארג. פאר אלמונים בשם קמנוע"ש ואנחנו 'קמנו' ונתעודד
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

עס דארף זיך ווען עפענען א ארגאניזאציע just פאר סופארט, אזא געדאנק ווי עי טיים,מאורות, פאר גרושים אין אלטע בחורים.

ווי למשל עס זאל ארויסקומען א ביילאגע איינמאל א חודש מיט חיזוק ארטיקלען אין באשרייבנגען פון מענטשען וואס האבן אליין דורך דעם שווערן דורכגאנג, א האטליין, שבתון'ס וכו' איך האלט אז אזא זאך קען האבן גאר א גרויסע השפעה צו האלטן דע אידן אדורך גיין זייער קריעת ים סוף.
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

אומר ושותה
א שבת פאר גרושים און בחורים עכער 24
מי לד אלי
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קום אריין די אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

גם זה יעבור האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן: איך וויין מיט און איך האב טיפע מיטלייד
אמערסטנס האב איך רחמנות אויף גרושים, אויף אלמנת איז דא אזויפיל ארגאניזאציעס און ווער סוויל אויפוועקן רחמנות נוצט די ווארט אלמנה, אבער בימינו אלה זענען אלמן'ס די גרעסטע רחמנות וואס זייער צער און ווייטאג ווייסט נאר איין איינציגע באשעפער און גרושים איז נאך א גאר ווייטאגליכע שטאפל העכער און ווער רעדט אויב סאיז א כהן א גרוש וואס די מוח שטעלט זיך פשוט אפ פון טראכטן

איין באשעפער פארשטייט ענק הרופה לשברי לב ומחבש לעצבותם, די באשעפער אפילו אין די היינטיגע טיפע הסתר פנים ווייסט און פארשטייט ענק און פארשטייט ענקערע ווייטאגען און מיטמאכענישן און אלע ענקערע פראבלעמען כי ידעתי את מכאוביו און איז נאנט מיט ענק קרוב ה לנשברי לב

הרופה לשברי לב זאל זיך מרחם אויף דיר און אויף אלע גרושים און ביז א קורצע צייט זאלסטו און אלע גרושים אויפגעראכטן ווערן מיט א גאנצע ישועה בשלימות און זאלסט ממש פארגעסן אז האסט אמאל געהאט אזאנע שווערע טעג און טרעפן א זיווג הגון און האבן א לעכטיג אידיש שטיב און סזאל הערשן גילה רינה דיצה וחדווה אהבה אחוה ושלום ורעות א לעכטיג פרייליך שטיב און ציזאמען זען הויפנס נחת פון ענקער לעכטיגע קינדער

האט זיך גראדע גע'עפנט לעצטנס א ארג. פאר אלמונים בשם קמנוע"ש ואנחנו 'קמנו' ונתעודד


אין א"י איז דא א ארג. "לא אלמן ישראל"
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
ציקוועטשטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע:אין קוועטש פלאץ

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציקוועטשטער »

א געוואלדיגער זאך דיין אריינקומען אהער מיט דיין דרוקענישן. ערשטנס צוליב דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים. ווי אויך אז מען האלט דאס אין זיך טוט עס וויי זייער שטארק, אבער אז מען גיבט זיך דאס ארויס פילט מען אסאך מאל ווי א שטיין קומט אראפ פון הארץ און מען קען אנגיין מיט דעם טעגליכן שטייגער ווי א נארמאלער מענטש.

באמת ווייס איך דיר נישט וואס צו שרייבן, דער אויבערשטער זאל העלפן איך זאל דעם טעם קיינמאל שפירן, אבער אזויפיל קען איך דיר זאגן אז דער ציבור דא שפירט מיט מיט דיר דיין ווייטאג, מען שפירט ווי א חבר טוט עפעס וויי. דאס אליין אז עס ווערט א צרת רבים איז עס שוין אזא סארט חצי נחמה, און האפענטליך אז אזויפיל אידן קוועטשט דיין ווייטאג וועט די ישועה קומען בקרוב.

אייוועלט האט אן היסטאריע פון שפירן איינער דעם צווייטען'ס ווייטאגן און זיך פרייען מיט איינער דעם אנדערען'ס שמחות. דיין עצם קומען עס שרייבן אויף אייוועלט (ווענגלייך איך פארשטיי אז דו שרייבסט דא אונטער אן אנדערע ניק) האסטו שוין געטאהן א שריט אין א גוטע דירעקשאן.

איך האף דיר אינזינען צו האבן ווען מעגליך ביים דאווענען בלי נדר, און איך האף אז אנדערע זאלן אויך אזוי טאהן.

דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט קומען בקרוב דא פארציילן דיין גוטע נייעס, מיר וועלן זיך אלע מיטפרייען מיט דיר.

הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

דיין חבר וואס קען דיך נישט:
ציקוועטשטער.
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער
abeg
שר שמונת אלפים
תגובות: 8211
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

לײדער זענען אױך דא אסאך פארהײראטע גרושים
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33578
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אין א פריוואטע שמועס מיט א חבר, מחזק צו זיין א צווייטן חבר וואס גייט אדורך א געוויסע שווערעקייט אין לעבן, האטעם יענער געשריבן בתוך הדברים...


כ׳האב א נאנטע חבר וואס איז דורכגעגאנגען פארשידענע שוועריקייטן, און די אומשטענדן האבן אזוי געפירט אז ער האט זיך ליידער געדארפט גט׳ן ל״ע...

וועלנדיג אים אביסל מחזק זיין, האב איך אים איין נאכט ארויס גענומען אין א רעסטוראנט פאר סאפער, אינמיטן די שמועס זאג איך אים: מיין טייערע ידיד, האסט יעצט אנגעהויבן א נייע קאפיטל אין דיין לעבן, א לעבן אלץ גרוש, לאמיר זעהן וואסערע אפשענס זענען יעצט דא פאר דיר.

ס׳איז דא דריי מיני גרושים:

ס׳איז דא אזעלכע וואס ווערן משוגע...

ס׳איז דא וואס גייען דאון דע דרעין, קענסט גיין אויף דראגס און לעבן א הפקר לעבן...

אדער איז דא וואס ווערן דיפרעסט, מרה שחורה, שטיל איינגעגעסן אין זיך אליין...

וועלכע פון די דריי וואלסטו אויסגעקליבן???

ווייל דער פערטער, פיר איך אויס, איז נישט קיין גרוש, ער איז א געזונטע מענטש מיט צילן אין לעבן, ער איז געסעטלט, ער האט א סטרוקטשור, א סקעדזשול, ער האט אויך א זייטיגע פראבלעם, אז אויף די מינוט איז ער נישט חתונה געהאט.

ע"כ...

סיז שווער מחזק צו זיין א מענטש וואס דו ביסט נישט אין זיין מצב, אבער די ווארט איז גאר גאר גוט! נעם דיר אריין אין קאפ, די פאקט אז דו האסט נישט געקענט וואוינען מיט דיין ווייב צוליב סיי וועלעכע סיבה, מאכט דיך נישט אויס נארמאלע מענטש! דו ביסט נישט קיין גרוש, נאר דו ביסט א נארמאלע מענטש וואס האט לעת עתה נישט קיין ווייב!

מער פון דעם איניש שייך צו זאגן, אדרבה! זאג אונז מיט וואס אונז קעמער פארגרינגערן?

חזק ואמץ!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: אין א פריוואטע שמועס מיט א חבר, מחזק צו זיין א צווייטן חבר וואס גייט אדורך א געוויסע שווערעקייט אין לעבן, האטעם יענער געשריבן בתוך הדברים...


כ׳האב א נאנטע חבר וואס איז דורכגעגאנגען פארשידענע שוועריקייטן, און די אומשטענדן האבן אזוי געפירט אז ער האט זיך ליידער געדארפט גט׳ן ל״ע...

וועלנדיג אים אביסל מחזק זיין, האב איך אים איין נאכט ארויס גענומען אין א רעסטוראנט פאר סאפער, אינמיטן די שמועס זאג איך אים: מיין טייערע ידיד, האסט יעצט אנגעהויבן א נייע קאפיטל אין דיין לעבן, א לעבן אלץ גרוש, לאמיר זעהן וואסערע אפשענס זענען יעצט דא פאר דיר.

ס׳איז דא דריי מיני גרושים:

ס׳איז דא אזעלכע וואס ווערן משוגע...

ס׳איז דא וואס גייען דאון דע דרעין, קענסט גיין אויף דראגס און לעבן א הפקר לעבן...

אדער איז דא וואס ווערן דיפרעסט, מרה שחורה, שטיל איינגעגעסן אין זיך אליין...

וועלכע פון די דריי וואלסטו אויסגעקליבן???

ווייל דער פערטער, פיר איך אויס, איז נישט קיין גרוש, ער איז א געזונטע מענטש מיט צילן אין לעבן, ער איז געסעטלט, ער האט א סטרוקטשור, א סקעדזשול, ער האט אויך א זייטיגע פראבלעם, אז אויף די מינוט איז ער נישט חתונה געהאט.

ע"כ...

סיז שווער מחזק צו זיין א מענטש וואס דו ביסט נישט אין זיין מצב, אבער די ווארט איז גאר גאר גוט! נעם דיר אריין אין קאפ, די פאקט אז דו האסט נישט געקענט וואוינען מיט דיין ווייב צוליב סיי וועלעכע סיבה, מאכט דיך נישט אויס נארמאלע מענטש! דו ביסט נישט קיין גרוש, נאר דו ביסט א נארמאלע מענטש וואס האט לעת עתה נישט קיין ווייב!

מער פון דעם איניש שייך צו זאגן, אדרבה! זאג אונז מיט וואס אונז קעמער פארגרינגערן?

חזק ואמץ!

wow!!;l;p-;l;p-געוואלדיג שבגעוואלדיג!
האצעך געלוינט ס'גאנצע אשכול וועגן דעם תגובה. אזוי ריכטיג...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
מצא טוב
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 4:31 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצא טוב »

טייערע NY-17
איך בין ליידער געווען אין די מצב, "כעשר שנים" כ'האב אסאך געשריבן דא אויף אייוועלט, און צו מיינע ידידים ועוד,

כ'האב אסאך צושרייבן, אסאך צו זאגן, אסאך צוצוגעבן,
אז דו ווילסט קום אריין אין אישי, פאר מיין טעלאפאן נומער,

ביי די וועי,

אין מיינע שווערע זמנים, בין איך געווען אינוואלווד אין צוריק אויפלעבן די ארגאנאזאציע "אחים בדרך" פאר אידן וואס זענען אויפן וועג צום "בית שני" עס איז געווען עטליכע יאר שבתים,
מיט נאך פארבענגען,

איך ווייס נישט וואס עס איז געליבן דערמיט, היינט

ר' שלמה ערליך פון מאנסי, פלעגט אסאך טוהן דערין

ישר כח

עוד חזון למועד
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

די הארץ פון כלל ישראל איז מיט אייך, אונזערע טייערע ברידערס וואס זענען מיט די השגחה מן השמים אנגעקומען צו דעי מצב, עס גייט נאך זיין לעכטיג און פריילעך איין טאג, מ'דארף אדורעכשווימען דיע שטורעמישע טייך, און זיך נישט פארלירען, און נישט פארגעסען צו מתפלל זיין און נאך מתפלל זיין, ס'קומען גוטע טעג
מצא טוב
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 4:31 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצא טוב »

NY 17 ערב שבת פלעג איך ארבעטן ביז די שקיעה, און דערנאך זיך גרייטן צו מנחה,

שבת פלעגט זיין די שווערסטע צייט,

פלעג מיר יעדע שבת דאווענען אין א פלאץ ווי 3-4 מתפללים האבן געלאדענט צו די סעודה אלע מתפללים
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

יישר כוח פאר אלע מגיבים וואס האבן גענומען די מיה צו מגיב זיין מיט דברי חיזוק פאר די באטראפנע, איך האב באקומען א געוואלד מיט אישי'ס פון ניקס אז דע אשכול האט זיי מחזק געווען, אלזא שכח נאכמאל.

יש קונה עולמו בשעה אחת!!!
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7304
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: אין א פריוואטע שמועס מיט א חבר, מחזק צו זיין א צווייטן חבר וואס גייט אדורך א געוויסע שווערעקייט אין לעבן, האטעם יענער געשריבן בתוך הדברים...


כ׳האב א נאנטע חבר וואס איז דורכגעגאנגען פארשידענע שוועריקייטן, און די אומשטענדן האבן אזוי געפירט אז ער האט זיך ליידער געדארפט גט׳ן ל״ע...

וועלנדיג אים אביסל מחזק זיין, האב איך אים איין נאכט ארויס גענומען אין א רעסטוראנט פאר סאפער, אינמיטן די שמועס זאג איך אים: מיין טייערע ידיד, האסט יעצט אנגעהויבן א נייע קאפיטל אין דיין לעבן, א לעבן אלץ גרוש, לאמיר זעהן וואסערע אפשענס זענען יעצט דא פאר דיר.

ס׳איז דא דריי מיני גרושים:

ס׳איז דא אזעלכע וואס ווערן משוגע...

ס׳איז דא וואס גייען דאון דע דרעין, קענסט גיין אויף דראגס און לעבן א הפקר לעבן...

אדער איז דא וואס ווערן דיפרעסט, מרה שחורה, שטיל איינגעגעסן אין זיך אליין...

וועלכע פון די דריי וואלסטו אויסגעקליבן???

ווייל דער פערטער, פיר איך אויס, איז נישט קיין גרוש, ער איז א געזונטע מענטש מיט צילן אין לעבן, ער איז געסעטלט, ער האט א סטרוקטשור, א סקעדזשול, ער האט אויך א זייטיגע פראבלעם, אז אויף די מינוט איז ער נישט חתונה געהאט.

ע"כ...

סיז שווער מחזק צו זיין א מענטש וואס דו ביסט נישט אין זיין מצב, אבער די ווארט איז גאר גאר גוט! נעם דיר אריין אין קאפ, די פאקט אז דו האסט נישט געקענט וואוינען מיט דיין ווייב צוליב סיי וועלעכע סיבה, מאכט דיך נישט אויס נארמאלע מענטש! דו ביסט נישט קיין גרוש, נאר דו ביסט א נארמאלע מענטש וואס האט לעת עתה נישט קיין ווייב!

מער פון דעם איניש שייך צו זאגן, אדרבה! זאג אונז מיט וואס אונז קעמער פארגרינגערן?

חזק ואמץ!

טערעסאנט ווי יענער חבר שרייבט אויכעט אלעס מיט 3 פינטעלעך......:P

אבער עס איז געוואלדיגע ווערטער! א מאסט ליסטען פאר יעדן גרוש.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7304
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

abeg האט געשריבן: לײדער זענען אױך דא אסאך פארהײראטע גרושים

לאל דו ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט.......
איינער האט אמאל פארגעשלאגן אז מען זאל מאכן א שבתון צוזאמען, די אומפארהייראטע אינאיינעם מיט פארהייראטע וואס ליידן פון פערסאנאליטי דיסארדער פרויען אדער סתם עקשנות'דיגע קאנטראלערס, און איינער זאל מחזק זיין דעם צווייטן....
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

טייערע הייליגע חברים.
מיין הארץ איז מיט אייך, גוטהארציגע גאלדענע נשמות.
שטארק דיך אידעלע! די וועסט נאך ארויסנעמען אסאך פון די דורכגאנג.
איך בין מיט דיר.
האב א לעכטיגע שבת.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע:בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ווער קען דען אנהויבן געבן חיזוק פאר אומפארהייראטע יונגעלייט?

דאס לעבן פון אלס זען די חברים מיט אן אמת'ער שמייכל, ווען דו ביסט אליין. דאס לעבן פון זען מענטשן שטופן וועגעלעך מיט קינדער, ווען דו ביסט אליין. דאס לעבן פון זוכן וואו צו גיין אויף שבת ויו"ט וויסנדיג אז אלע גייען צו די עלטערן אדער שווער. דאס לעבן פון שלאפן אליין אין א דירה זיך דארפנדיג ספראווען מיט געמישטע געפילן פון אנטוישונג און כעס, ספעציעל אויב מען האט געווארט לאנג אלס בחור אויף א צווייטע העלפט, און למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט אלס א גרייז.

א צעטיילטע לעבן איז גארנישט גרינג, אבער אויב נוצט מען עס אויס ריכטיג קען עס גאר שטארק אויפבויען פארן צווייטן מאל בעז"ה אז מען איז אויסגעארבעט און קלאר מיט וואס מען טוט און מען איז א דורכגעמאכטער בעל ניסיון, וואס אין חכם כמותו.

געווען א אינגערמאן וואס איז געווען צעטיילט פאר אכט יאר, און האט זיך אויסגעדרוקט צו הרה"צ ר' יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א אז ער דאנקט דעם אויבערשטן אויף די אלע יארן וואס ער האט אים צוגעשאנקען נאך א געלעגנהייט צו מתקן זיין די חטאת נעורים דורך שמיה"ב. דער רב שליט"א האט זייער הנאה געהאט פון דעם ווארט, און עס עטליכע מאל איבערגעזאגט פאר אנדערע צעטיילטע אינגעלייט.

זאל דער אויבערשטער דיר אויפרעכטן בקרוב ממש. און אויפדערווייל זיי וויסן אז מען פארשטייט דיר, און מען האט מיטלייד. אפילו די וועלכע שענקען אומגינסטיגע דברי חיזוק המזיקין, ווילן בדרך כלל נישט קיין שלעכטס. זיי געזונט און האלט זיך שטארק!
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

א טאג נאך די גט איז דער נייער גרוש אריינגעקומען אין בית מדרש שעמעדיג. פרעגט איהם זיין חבר וואס ביסטו אזוי פארטראפעצט. זאגט ער יעדער קוקט אויף מיר. זאגט ער יעדער קוקט אויף דיר מיט קנאה, האסט געהאט די קוראש וואס זיי האבן נישט....
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected] Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”