פרעזידענט ביידן טיילט קינדער געלט?? מוחל טובות...

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

פרעזידענט ביידן טיילט קינדער געלט?? מוחל טובות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ווי עס ווערט געמאלדן אומעטום, וועט מען שוין כמעט אנהייבן צו באקומען די חודש'ליכע קינדער געלט. מען גייט שוין אט אט באקומען דעם ערשטן טשעק פון פרעזידענט ביידן, מען גייט באקומען קינדער געלט. א שמחה אין אלע עולמות.

דאס איז שוין די ווייסעך וויפילטע ספענדעריי וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט אנגעהויבן צו טיילן אין די לעצטע צוויי יאר. אנגעהויבן האט זיך עס מיט סטימיולעס טשעקס, אנעמפלוימענט, פיי.פיי.פיי., פארברייטערטע פיי-סאמעך, פייזער און מאדערנע... יעצט האלט מען שוין ביי פראמינענטע קינדער געלט וואס גייט בלייבן אויך נאך קאוויד.

איז יעדער אזוי בשמחה מיט די טשעקס? איז דאס טאקע אויף וואס יעדער קוקט ארויס? איז גאנץ אמעריקע צופרידן אז מען גייט טיילן קינדער געלט? ניין! נישט יעדער איז אזוי אויפגעהייטערט איבער דעם. אסאך ווערן גאר צובראכן ווען זיי הערן אזעלכע נייעס.

איך גיי נישט יעצט אריין אין קיין אינפלאציע דעבאטע, אויב דאס געלט גייט אויפשוואלן פרייזן וואס זענען שוין יעצט אויך ביזן הימל. די אינפאלציע איז שוין אזוי אויך עד לב השמים, און קיינער קימערט זיך נישט. ניין, קיינער. נישט ביידן, נישט העריס, נישט פעלאוסי, נישט עי.או.סי. און די סקוואד, און אויך נישט מעקאנעל, טראמפ אדער פענס.

איך גיי דא רעדן פון א צווייטע פראבלעם אינגאנצן, פארוואס אסאך מענטשן, נארמאלע אמעריקאנער בירגער, צווישן זיי צענדליגער אחינו בני ישראל האבן נישט קיין שייכות און צוטריט צו די געלטער.

נישט ווייל זיין באדן זיך אין געלט און זיי דארפן נישט צוקומען צו דעם, נישט ווייל זיי זענען אומלעגאלע אימיגראנטן, און אויך נישט ווייל זיי וויילן נישט נהנה זיין פון קאמאן קאור מקורות אלס פועל הכח בנפעל... נאר צוליב גאר אנדערע סיבות.

פאר וועמען זאל איך נעמען?...

די אידן שטייען גרייט און ווילן נעמען דאס געלט, זיי וואלטן גע'חלש'ט צו באקומען א טשעקל אדרעסירט צו זייער קינד, אבער זיי האבן ליידער נישט פאר וועמען!

זיי האבן נעבעך נישט קיין קינדער צו נעמען דאס געלט פאר זיי!!!!!!

יעדעס מאל עס קומט ארויף א פרישן אשכול פון קינדער געלט דא אויף אייוועלט, ווייסן זיי שוין איבערצומישן דעם אשכול. עס געבט זיי א ציפ אין הארצן. אוי, קינדער געלט, הלואי קען איך זיין דארט א שטיקל מחותן, הלואי וואלט איך געהאט כאטש איין קינד פאר וועמען צו באקומען א טשעקל, אבער ניין. פון הימל האט מען מיך נאכנישט באשאנקן מיט א קינד.

איך וויל ציטירן וואס א חשוב'ער ניק האט מיר געשריבן פריוואט לעצטע וואך דא אויף אייוועלט, וואס האט מיר געגעבן א ציפ אין הארץ און מיר געברענגט צו שרייבן דעם ארטיקל:

הרבטייטעלבוים האט געשריבן: סאיז דא איין אשכול אויף איי וועלט ווי איך טרעט נישט אריין, דאס איז די קינדער געלט פון ביידען. היינט האט מיר געכאפט אז איך דארף אריין גיין און מתפלל זיין צו באקומען די קינדער געלט ווייל דכי יהיב רחמנא שובע לחיי הוא דיהיב.


איי, ס'ציפט!!! וויפיל מאל א טאג לויפן מיר אדורך דעם אשכול און ס'בארירט אונז נישט. אין די זעלבע צייט זענען דא אקטיווע ניקס וואס שרייבן זיך מיט אונז אין אלע פארומס, זיי דיסקוסירן נייעס מיט אונז, טענה'ן זיך אין קאך לעפל און פארשווענדן נעכט אין פארברענגען, אבער דער אשכול געבט זיי א ציפ עטליכע מאל א טאג.

און נישט נאר קינדער געלט באקומען זיי נישט, נאר אויך נישט קיין סטימיולעס פאר די קינדער, אויך נישט קיין ריפארט קארד, אויך נישט קיין נחת בריוו אדער מצוה צעטל, אויך נישט קיין פי. טי. עי. מיטינג איינלאדענונג און נישט קיין חומש סעודה הזמנה.

זיי האבן נאכנישט געמאכט קיין שלום זכר, נישט קיין וואך נאכט, נישט קיין ברית, נישט קיין פדיון הבן, נישט קיין אפשערן, נישט קיין בר מצוה, נישט קיין חתונה, נישט קיין תנאים, נישט קיין באווארפן, נישט קיין שבע ברכות, נישט קיין קינדער, נישט קיין אייניקלעך, און בדרך הטבע וועלן זיי אויך נישט איבערלאזן קיין קדיש זאגער און מציבה שטעלער.

זיי האבן אבער יא צער, זיי האבן עגמת נפש, זיי האבן מעדיצינישע אפוינטמענטס, זיי כאפן שטעכעדיגע פראצעדורן, מען פירט אדורך אויף זיי קאמפלעצירטע אפאראציעס, זיי לויפן צו מאנהעטן דאקטוירים, זיי האבן שלאפלאזע נעכט, און לאזן איבער פולע עמערס מיט טרערן.

נפש תחת נפש; קינדער פאר קינדער!

אבער די גוטע נייעס איז אז מיר האבן יעצט א געלעגנהייט זיין צו העלפן. וויאזוי? מיט אונזער קינדער געלט!!!

דער פרעזידענט גייט יעצט טיילן עטליכע הונדערט דאלער פער קינד פער חודש. האט איר שוין באשלאסן וואס צו טון מיט די איבריגע געלט? איר קענט יעצט קויפן קינדער מיט די קינדער געלט.

קינדער געלט פאר קינדער!!!

מיר האבן דא א חבר וואס דארף געהאלפן ווערן מיט קינדער, נישט מיט קינדער געלט, נאר מיט פאקטישע עכטע קינדער. זרע של קימא. בנים חיים וקיימים. לאמיר אוועקגעבן אונזער קינדער געלט פאר די הייליגע מקוה טהרה וואס ווערט יעצט געבויעט, און בזכות זה וועט אונזער ידיד געהאלפן ווערן מיט קינדער.

נישט אומזיסט האט דער בורא כל עולמים, דער מסבב כל הסיבות אויסגערעכנט אז דאס געלט זאל אריינפליסן אינעם זעלבן מאנאט וואס "אייוועלט" האט באשלאסן אנצוהייבן דעם "תחיית המתים" קאמפיין.

לאמיר זאגן פאר פרעזידענט ביידן מוחל טובות, איך דארף נישט דאס געלט, איך וועל דאס ענדערש געבן פאר איינער וואס דארף עס וויכטיגער. איך בין טאקע עלדזשעבעל פאר קינדער געלט, אבער איך האב א ידיד, א טייערער איד, וואס איז נישט עלדזשעבעל, און דורך די קינדער געלט וועל איך אים העלפן ער זאל שוין קענען נעמען קינדער געלט און אויך אסאך אידיש נחת.

לאמיר אויסשרייען צום גרויסן טאטן אין הימל: באשעפער, איך האב שוין קינדער, איך האב שוין ברוך ה' פאר וועמען צו נעמען קינדער געלט, און איך וועל עס אוועקגעבן פאר מיינס א ברודער וואס האט נישט פאר וועמען צו נעמען קינדער געלט.

קומט אריין מיט אייער נתינה און באקומט א גמטריה אויף אייער ניק נאמען (לויט די נאמען וואס מען שרייבט אויפן טשערידי סייט) און זייט זוכה צו אוצרות מן השמים!!


https://www.charidy.com/ivelt/AL
לעצט פארראכטן דורך אסדר לסעודתא אום זונטאג יוני 27, 2021 6:33 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל