א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

אההה… דער וועטער איז א מחי'...

דער געשמאקער לופטל פון די זומער נעכט איז עפעס וואס קען נישט איינגעטוישט ווערן מיט קיין שום עולם הזה'דיגער אטמאספעהר… א קלארער דורכזיכטיגער ווינטעלע בלאזט. דער וואלענער ציצית וויגט מיטן ווינט. אההה… דאס איז עפעס וואס איך קען נישט פארפאסן. אפגעגעסן נאכטמאל, און מ'גיימיר אויף א שפאציר!

אין שנה ראשונה איז דאס געווען אן איין מינוטיגע געשיכטע פונעם באשלוס ביזן ארויסשפאצירן פונעם טיר - די דישעס וועט מען שוין וואשן נאכדעם. היינט צוטאגס אבער ווען צוויי קליינטשיגע דרייען זיך אונטער די פוס איז עס א גאנצע עבודה. פארגעט אבאוט דישעס… שוין לאנג געבעטן דעם אש"ח זאל דאס שטעלן אין א זייט און נוצן דעם סאפיסטיקירטן פלאסטישע דישעס ערפינדונג וואס מען דארף נישט וואשן - כדי צו האבן צייט זיך אפצוגעבן מיט די צוויי קינדערלעך וועלכע זענען ביידע אונטער צוויי יאר. אבער צורישן צוויי קינדער ארויסצוגיין שפאצירן איז אן עבודה… דארפן זיין אנגעטון ריין. אפגעוואשן די געזיכטער און די הענטעלעך. אנגעטון ווארים [למען הקרעפל מוזן זיי אייביג זיין קאלט]. צופרידן [אז נישט העלן זע נאך צושטערן דעם גאנצן מנוחת הנפש ביים שפאציר]. וכו' וכו' וגו'.

מען גייט ארויס אויפן גאס. מיין קליינע מיידעלע באקומט איר בייק מיט די גראבע סמיילי אין פראנט, און דער פיצל ליגט אין קערידזש. והנה, מען שפאצירט....

יעדע פאר סעקונדעס הערט מען דעם לוסטיגן ברים 'העעעםםם…. הההעעעעככעעם….' ווען די קליינע פיסעלעך געבן מיט א פרישן אייפער א שטופ דעם טראטואר אויף ארונטער, און דער בייק נעמט זיך פארן מיט א פרישקייט פאר נאך אפאר טפחים, און אזוי גייט עס אינאיינעם, דער בייק פליהט און טאטי מיט מאמי שפאצירן פאמעליך, און ביידע נעמען די זעלבע צייט…

גייט דורך קארגע פינעף מינוט, מען האט נארוואס אנגעהויבן אריינאטעמען די געמאקע לופט, און די פאן הייבציך אן… דער בייק מאכט א שארפן דריי אראפ אויפן ראוד, און ס'פליההההט!!! יעעי!!! ס'אזוי סאך פאן צו פליען אויף די ראוד ווי אלע קארס פליען!!!

איך געב זיך א דריי אויס, און ס'ווערט מיר גוט… זי איז אויפן ראוד! איך נעם מיך לויפן אין מיין לאכעדיגע מיידעלע'ס דירעקציע, ווען אין אירע אויגן ווערט דער איבערלעבעניש נאר מער קאמיש… א טאטע לויפט… א טאטע לויפט… זי כאפט בכלל נישט פארוואס מיינע אויגן שפרינגען אזוי ווילד…

דאן הייבט זיך אן דער פייט, איך הייב אן צוריקשלעפן, און זיי הייבט אן פארפירן און קוויטשען אראפהאלטנדיג אירע פיסעלעך אויף דער ערד מיטן שטערקסטן כח, אין א פארצווייפלטן פרואוו צו פארשווערערן פאר טאטי צו שלעפן דעם בייק… איך בין נישט אין די גיסטע איבערצודרייען די גאס מיט דעם געפעכט, און איך געב א הייב אויף דער גאנצן געשעפט, דאס קינד אינאיינעם מיטן בייק, און מען לויפט צוריק אויפן סיידוואלק.

נאך א סעקונדע פון זיך אריענטירן מיט אלע כוחות איז זי אבער געווארן שטערקער… זי נעמט זיך ווארפן די הענט און פוס, מיין קאפל און מיין גלעזער זענען די ערשטע צוויי קרבנות צו פאלן אינעם מלחמה, און אזוי זיך ראנגלענדיג מיט די שטויסנדע מיידעלע לויף איך צו צום סיידוואלק וואו איך לייג איר אראפ (זי לייגט זיך שטייצעך גראד אראפ אויף דער ערד שטויסן ביז צום אור החמה…) און איך לויף צוריק צאמנעמען מיינע חפצים וואס זענען געבליבן ליגן אויפן שלאכטפעלד.

אזוי ביינעלעביינע איז שוין געווארן א שטיקל סענזאציע. מיין מיידעלע האלט שויניש ביים דרייוון דעם בייק, און פראטעסטירט אן אויפהער אויף דעם עוולה פון נישט לאזן איר גיין אויפן גאדער. דער פיצל אין קערידזש שליסט זיך אן אינעם דעמאנסטראציע, און אינאיינעם שרייען זיי דעם 'בעביס לייוו'ס מעטטער!!!'... געענדיגט די צייטן וואס טאטי מיט מאמי שפאצירן זיך וואו זיי ווילן און מיר זיצן ווי שעפעלעך!

און אזוי האט עס גענומען נישט מער ווי דרייסיג סעקונדעס, ביז ווען דער החלטה איז געפאסט געווארן… מען דרייט זיך צוריק.. נישטא היינט קיין שפאצירן. אלע קינדער גייען שיין אריין אין בעט און פארטיג.

פארפאלן, די קינדער האבן די לעצטע ווארט…

אזוי צוריקשפאצירנדיג, טראכטענדיג איבער מיין 'פראבלעם', איז מיר אויפגעשווימען אין מח מיין חבר פון ישיבה. א אינגערמאן שוין א שיינע פאר יאר נאך די חתונה, וועלכע האט נאכנישט די סארט דאגות…

אין מיין פארהויכטן דמיון זעה איך דעם אינגערמאן עסן נאכטמאל ווי א שנה ראשונה אינגערמאנשיקל…
נישטא קיין קינדער צו סערווירן און פיטערן.
נישטא קיין קינדער וואס טראסקען אראפ דעם גאנצן טעללער לאקשן אויף דער ערד ווען מען ווערט אויפגערעגט אז מאמי האט פאר א מינוט אוועקגעקוקט.
נישטא קיין קינדער וואס ווילן אייביג נאר עסן טאטי'ס און מאמי'ס פארציע, און איבערלאזן די אייגענע.

ער גייט אויף א שפאציר....
זיין קינד לויפט נישט אראפ אויפן ראוד.
זיין בעבי וויינט נישט אינמיטן דעם געשמאקן שפאציר.
ער דארף זיך נישט צוריקדרייען צוליב די קינדער'ס מוטשערייען.

ער איז נעבעך אליינס בעל הבית ביי זיך אינדערהיים… נעבעך געבליבן דער 'מלך' ווי אין שנה ראשונה… א מלך בלא עם!

לאז איך אזוי דער פארהויכטער דמיון זיך אויסקלארן אביסעלע;

איך זעה מיך מיטן טשאקלאד'דיגן טלית קטן ווען איך האב געדארפט אויפהייבן מיין מיידעלע וואס האט זיך צעקייכט מיט א טשאקאלאד וועיפער אין די האנט.

איך זעה אים מיט זיין ציכטיגן טלית קטן. נישטא ווער זאל קייכן. נישטא וועם אויפצוהייבן.

-

איך זעה מיך ארויסקריכן פון בעט אינמיטן די נאכט גיין בארואיגן מיין מיידעלע אז דער דאגי קען נישט אריינקומען ווייל די טיר איז פארשפארט, און קארגע צוויי שעה שפעטער בין איך ווידער אינדרויסן בארואיגן דעם צווייטן.

איך זעה אים שלאפן רואיג גאנצע אכט שעה א נאכט. קיינער וועקט נישט. (לאמיר נישט רעדן ווען ער דארף פרי פארטאגס לויפן צו אפוינטמענטס…)

-

איך זעה מיך ארויסלויפן אינמיטן מיין ברודער'ס וואכנאכט ווייל דער בעביסיטער דארף אוועקגיין, און די קינדער קענען נישט בלייבן אליינס.

איך זעה אים זיצן רואיג און פארברענגען ביזן אור הבוקר. נישטא צו וועם אהיימצוגיין. (קען ער דען זיצן??? דער בענקל ווארפט אים ארויס… ער זיצט ביי זיין אינגערע ברודער'ס צווייטע וואכנאכט פארן מאכן אליינס איין שמחה…)

-

איך זעה מיין פארפאסטן וואקאציע וואס איך האב נישט געקענט גיין נאכן נישט טרעפן למעשה קיין וועג צו פלאצירן מיינע צוויי קליינע.

איך זעה אים ארויספארן פאר גאנצע וואכן וואקאציאנירן מיט זיין אש"ח. נישטא קיין קינדער מיטצושלעפן. נישטא די סארט דאגות.

אוי, עס כאפט א טרייסל…

דער אינגערמאן האט נישט די סארטן 'דאגות'... וויפיל טרערן גיסט ער, וויפיל געלט און כוחות פארשווענדט ער, יא צו האבן די 'דאגות'...

מיין הארץ פאלט איין ווען איך טרעף אים אין ביהמ"ד. מיינע פינגערס טרייסלען ווען ער קומט מיר ווינטשן מזל טוב ביי מיין שמחה און איך ווינטש צוריק 'אי"ה ביי דיר אויף שמחות'...

דער פארהויכטער דמיון ווערט נאס פון טרערן… עס בלייבט פארהויכט. נישט מעגליך צו באגרייפן.

*

אבער דא איז געקומען דער שאקירנדער טרייסל; אריינקלעטערנדיג איין צופרי אינעם היימישן קרעטשמע, דער לאקאל וואו מיר זענען געוואוינט אריינצוגיין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט, דער פלאטפארמע ווי איך לופטער זיך אין יעדן עת מצוא, טרעף איך דעם גאנצן עולם וויינען…

איך קוק זיך ארום אויף די טישן אין קרעטשמע, איבעראל זעה איך מיינע שטענדיג פרייליכע פריינט כליפען… דינג דאנג! וואס גייט פאר??? האלאאאו???? וואס איז היינט??? דער מנהל האט געטיילט שלעק??? ניין, דער מנהל וויינט אויך… איך הער ארויס פונעם מנהל'ס אפיס די זעלבע קולות פון געוויינען… עס כאפט א פחד! וואס גייט פאר?? דער סייט ווערט פארמאכט???

ביז איך קום אן אהין. דער אשכול… אונזער ידיד מחר איז געשטארבן ביי די 23 יאר… גע--וואס?? געשטארבן???

נאך געציילטע מינוט האב איך זיך שוין מצטרף געווען צום ציבור הבוכים… אוי האט מען געגאסן טרערן. אומבאגרייפליך.

*

איך זעה זיך צוריק אין מיין פארהויכטער דמיון… איך זעה מיין חבר לויפן פון איין דאקטאר צום צווייטן. יעדע פאדעם פון האפענונג ווערט אנגעכאפט און מען דראפעט זיך ארויף דערויף מיט אלע כוחות. ער איז באזארגט און פאר'דאגה'ט אגאנצן טאג, וואס זאגט דער דאקטאר?

און דאן, א טרייסל - - - בום בום בום - - - איך זעה אין מיין דמיון @מחר… ער לויפט שוין נישט צו קיין דאקטוירים… דער דאגה האט ער שוין אויך נישט… דער דאקטאר וויל אים שוין נישט זעהן! נישטא מער קיין האפענונג!

מיינע געפילן זענען אין א טאטאלן קורצשלוס. איך קען דאס שוין נישט הענדלען. הלואי זאל איך קענען עפעס טון פאר @מחר'ל! הלואי זאל איך כאטש האבן די ווערטער אים צו מחזק זיין און אפווישן זיין טרער!

*

נאך עטליכע חדשים, איז דער געלעגנהייט אנגעקומען!!

מיט שטראלן פון האפענונג, האב איך זיך אנגעשלאסן אינעם חברה מחיה מתים, און גענומען א בלעטל אויף מיין נאמען, מיטן ציהל ארויפצוטרייבן צווישן מיינע חברים א באדייטנדע ציפער למען טהרתן של ישראל, לזכותו פון ידידינו @מחר'ל.

אצינד א בקשה צו דיר מיין ידיד. איך גלייב אז דאס איז נישט דער ערשטער פופציגער ארטיקל וואס דו ליינסט, און איך האף אז במשך הימים האב איך שוין באוויזן דיר צו מאכן שמייכלען בס"ד.

אצינד בין איך אויף א מיסיע צו מאכן @מחר'ל שמייכלען, ביטע העלף מיר ארויס מיט מיין מיסיע. געב א שפאציר אריין אין מיין בלאט , און לאז איבער דיינע אפדרוקן!

יישר כח למפרע, ותזכו למצוות.

לעצט פארראכטן דורך פופציגער אום מאנטאג יוני 28, 2021 1:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידידי היקר

עכט היימיש האט געשריבן:

דער ערשטער אריינצווארפן א מאה'לע!!!

האסט געמאכט מיין טאג!!!
לעצט פארראכטן דורך פופציגער אום מאנטאג יוני 28, 2021 11:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידידי היקר

פעטער משה האט געשריבן:

אריינגעשליידערט א פופצי פאר פופצי!!!

זאלסטע זיין געבענטשט!!!
לעצט פארראכטן דורך פופציגער אום מאנטאג יוני 28, 2021 11:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידידי היקר

ליקעריש האט געשריבן:

אזויווי אלעמאל מאכט ער מיר שמייכלען!!!
לעצט פארראכטן דורך פופציגער אום מאנטאג יוני 28, 2021 11:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע:און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

wow!!!
א מאסיווע ארטיקל... ערווארט מיין דאונעשאן סאאן...
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

נאט דיר א גאנצער געהענגל פיפציגערס, וואס זאל איך זאגען א שיינער ארטיקל? נייין סנישט שיין, וואלט געוואלט זאלסט שרייבען פון שענערע זאכען, אבער וואס איז שענער וווי ווען א איד שפירט מיט א צווייטען איד!!! אונטער עטליכע פיפציגער'ס טאר מען פיפציגער נישט געבען.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח כבוד המנהל

לכאורה האט געשריבן:

א רויטע נדבה איז סאמטינג ספעשיל!!!

[אגב, מעגסט שוין אפראוון מיין טריליאנער ניק...]
לעצט פארראכטן דורך פופציגער אום מאנטאג יוני 28, 2021 11:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידידי היקר

ריעל עסטעיט האט געשריבן:

פיינע נייעס ווי אלעמאל... א קאפ אויף די לייצעס!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידידי היקר

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:

די זכות זאל דיר ביישטיין און די מילך זאל קיינמאל פארדארבן ווערן!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידידי היקר

נימער ערגער האט געשריבן:

נאך אזא שיינע נדבה דארף מען ווען אפדעיטן מיט אן ארטיקל לכבודך!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידידי היקר

קאפעלע האט געשריבן:

א זונטאג נדבה האט א געוואלדיגע חשיבות ביינונז!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2676
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

:-e;/:-e;/

פיין געשריבן!
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידיד נפשי

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:

שיין פון אייך!! יישר כח פאר די קאמפלימענט!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידידי היקר

ערעב איד האט געשריבן:

דער זכות זאל איייך ביישטיין!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח

זאלץוואסער האט געשריבן:

א כבוד.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידידי היקר

קענדיס האט געשריבן:

חי חי יודיך וישבחוך!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידידי היקר

ר' זעקל האט געשריבן:

דאס איז סאמטינג ספעשיל!!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידידי היקר

מים חיים האט געשריבן:

דער זכות זאל דיר ביישטיין!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידידי היקר

שמחת עולם האט געשריבן:

יישר כח פאר די קאמפלימענט!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידידי היקר

און שוין! האט געשריבן:

א גלאטן פופציגער!!!! הוהא!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידידי היקר

מקוה איד האט געשריבן:

שוין איינמאל א 'מקוה' איד...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

פי די עף

פרישע קוגל האט געשריבן:

וואוףףף... דאס איז דער באמבע!!! אזא נתינה דארף מען עקסטער באדאנקען און באזינגען!!!

זאלן דיר די גרויסע זוכתים ביישטיין לעד ולנצח נצחים!!

א יישר כח פאר די נדבה און א גרעסערן יישר כח פאר די חיזוק!!!

צוויי מאות איז א נאמבער!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

און איך לץ רעד פון זיינע צוויי מאות...

דער פרישער קוגל האט אראפגעפליקט אזא אכצן מאות להרבות טהרה בישראל!!!!!

אשריך ואשרי חלקך!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

ממנו ילמדו וכן יעשו!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א טרייסל אין מיין פארהויכטער דמיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח ידידי היקר

זעמל רינדערצווייג האט געשריבן:

דער זיסער אינגעלע האט אראפגעסווייפט פונעם טאטן'ס קארטל א שיינעם סכום...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”