בלאט 1פון 3

אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2021 7:50 pm
דורך ארחיקה נדד
פון דא
ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:

"טייערע אידן, מיר קומען אט אן צום ציון המצויינת פונעם הייליגן צדיק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב, וואס בלויז דערמאנען זיין נאמען איז א סגולה אויף ישועות, און צדיקים האבן געזאגט אז אפילו בלויז ערווענען דעם נאמען פונעם שטאט בארדיטשוב, איז שוין מסוגל אויף אלעס גוטס. "לוי יצחק בן שרה סאשא" איז א נאמען וואס מיר אלע זענען אויפגעוואקסן דערמיט. נאך איידער מיר זענען באקאנט געווארן מיט "רבי ישעי' ב"ר משה / רבי חיים זאנוויל ב"ר משה ויוטא צפורה" האבן מיר שוין געשריבן אויף אונזערע בחינות און אויף די גורל צעטלעך דער נאמען פונעם הייליגן בארדיטשובער. כ'געדענק ווען מיר האבן אלס קינד געשווערצט עפעס עסנווארג פון אייראפע קיין אמעריקע (שיריים פון אדמו"ר מהר"י מפשעווארסק זי"ע), האט מען געשריבן א צעטל דערנעבן לוי יצחק בן שרה סאשא און אלעס איז אדורך בשלום.

"טייערע אידן, מיר וואלטן אלע געדארפט יעצט זיין איבערגענומען פון התרגשות אז מיר דערגרייכן ענדליך דעם ערשטן דעסטינאציע פון אונזער ציל און מיר גייען זיך משתטח זיין ביים ציון פון דעם גרויסן צדיק. אבער ליידער זענען מיר נישט דא... די גופים זענען דא, אבער דער קאפ איז ווייט פון מסודר און מיר קענען זיך נישט געהעריג אריענטירן צוצוגיין מיט די ריכטיגע התעוררות צום הייליגן צדיק. און דער סיבה איז הויפטזעכליך וויבאלד מיר האלטן נאך א טאג און א האלב ארומפליען און ארומפארן, זייענדיג מיד און הונגעריג, און יעצט אויפ'ן מינוט אנגעפאשעט...

"לאמיר אבער געבן א טראכט. ווען מיר זאלן יעצט ארויסנעמען א טעלעפאן און אנרופן צו אונזערע שטיבער, און מעלדן אז מיר קומען יעצט אן קיין בארדיטשוב און מען גייט יעצט אנהייבן דעם ערנסטן פאזע פון די אזוי אויסגעגארטע נסיעה... איך ווייס נישט וועגן ענק, אבער ביי מיר אין שטוב בין איך בטוח אז ביים באקומען אזא טעלעפאן רוף, לאזט מען אפ אלעס וואס מען האלט אינמיטן טון, מ'צינדט אן צוויי ליכט און מ'זעצט זיך אראפ ביים טיש מיט א תהלימ'ל וואס ווערט גוט דורכגענעצט, זיך שפירנדיג מקושר מיט אונזער חבריא וואס איז אט יעצט דא.

"אלזא, לאמיר פארגעסן פאר אביסל פון אונזער מידקייט און אלע אנדערע מצבי הגוף, און לאמיר זיך אריינשטעלן אינעם מצב פון אונזערע משפחות וואס האבן אונז געשיקט צו אויסבעטן אלעס גוטס פאר זיך און די קינדער.

"טייערע אידן. מיר האבן זיך אלע באקענט דורך די "אידישע וועלט"... וויסן זאלט איר, אז אויף דער "אידישע וועלט" איז דא - אויסער די אלע געשמאקע שמועסן און ווערטלעך - אסאך צרות ישראל ל"ע. איך בין פערזענליך באקאנט מיט אסאך חברים וואס שרייבן דא צוגלייך מיט אלעמען, אבער אין זייער שטוב איז פינסטער... זיי ווארטן צו ווערן אויפגעראכטן בזרע של קיימא. מיר זענען זייערע שליחים, און מיר דארפן איינרייסן פאר זייערטוועגן."

איך האב שוין נישט געהאט קיין צייט צו מאריך זיין לענגער, ווייל דער באס האט זיך שוין אפגעשטעלט ביים פארקינג לאט קעגנאיבער דעם בית החיים, און מיר זענען אלע אפגעשטיגן מיט א ציטערניש אין די אינערליכע גלידער.
.

טייערע חברים און טאג בוך ליינער,

די התעוררת יעמאלטס איז געווען עד אין לשער! די בכיות פאר אונזערע ברודער וואס ווארטן אויף זש"ק האט געשפאלטן הימלען!
פי כמה איז די התעוררת וואס שפילט זיך אצינד אפ צווישן די שפאלטענעס פון אונזער וועלטל, ווי איינס ביי איינס רופט מען זיך אן מיט הערליכע סכומים! די אחדות און געטריישאפט איז ממש אומבאשרייבלעך.

דא האט איר א לינק צום בלעטל ספעציעל פונעם נסיעה, ויה"ר איבערעסיאר זאלן מיר נאכאמאל פארן, און דאסמאל אפגעבן א שבח והודאה פארן אויבערשטן פארן באשענקן אונזער חבר מיט אן אייגן קינד.

https://charidy.com/ivelt/ar

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2021 7:52 pm
דורך ארחיקה נדד
אפליקאציעס פאר די וואס זענען זיך משתתף, וועט ווערן אנגענומען נאך א שפעטערדיגע מעלדונג...

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2021 7:53 pm
דורך ארחיקה נדד
וויצן אין א זייט געלייגט... חברים! לאמיר מאכן זיכער אז עס קומט א הודאה נסיעה.

שטרענגט אייך אן יותר מכפי יכלתכם, ובזכות זה זאלט איר קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער!

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2021 8:07 pm
דורך ארחיקה נדד
יישר כח א נסיעה מיטגליד... אופס... שטא אזא ניק... וואטעווער יור נעים איז, א הארציגן דאנק.

מאכט זיכער איר האט א גילטיגע פעספארט!

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2021 8:07 pm
דורך יש לו מנה
די נעקסטע נסיעה בין איך פולי אין אי’’ה, ווער ספאנסערט מיר עס?

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2021 8:08 pm
דורך לכאורה
ארחי, היות אז תשפ"ב גייט זיין א שווערע געדרענג ארויפצוגיין אויף די נסיעה ליסטע, נאכ'ן ליינען א גאנץ יאר ווי געשמאק די תשפ"א נסיעה איז געווען

איז אפשר מאכן אז ווער עס געבט אכצן הונדערט אויף דיין בלעטל, האט א פארצוג ביי די קומענדיגע נסיעה...

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2021 8:09 pm
דורך פרישע קוגל
לכאורה האט געשריבן: ארחי, היות אז תשפ"ב גייט זיין א שווערע געדרענג ארויפצוגיין אויף די נסיעה ליסטע, נאכ'ן ליינען א גאנץ יאר ווי געשמאק די תשפ"א נסיעה איז געווען

איז אפשר מאכן אז ווער עס געבט אכצן הונדערט אויף דיין בלעטל, האט א פארצוג ביי די קומענדיגע נסיעה...

האסט מיר געכאפט... כ'הייב אן קלערן...

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2021 8:28 pm
דורך ארחיקה נדד
א ריזן דאנק כבוד המנהל לכאורה פארן נתינה פון פופציג טאלער!

דיסקלעימער: דאס נעמט נישט אראפ קיין איין קאפיטל פונעם טאג בוך!

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 12:29 am
דורך בעל מדרגה
זיך משתתף געווען על תנאי אז די מנהל זאל ווייטער ממשיך זיין מיט די טאג בוך...

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 12:31 am
דורך צולייגער
יש לו מנה האט געשריבן: די נעקסטע נסיעה בין איך פולי אין אי’’ה, ווער ספאנסערט מיר עס?

האמער א דיעל? ספאנסער לי ואספנסר לך

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 12:46 am
דורך Iphone
צולייגער האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן: די נעקסטע נסיעה בין איך פולי אין אי’’ה, ווער ספאנסערט מיר עס?

האמער א דיעל? ספאנסער לי ואספנסר לך


פארגעס נישט פון מיר. וועל מיר אלע גיין אינאיינעם

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 1:17 am
דורך יש לו מנה
Iphone האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן: די נעקסטע נסיעה בין איך פולי אין אי’’ה, ווער ספאנסערט מיר עס?

האמער א דיעל? ספאנסער לי ואספנסר לך


פארגעס נישט פון מיר. וועל מיר אלע גיין אינאיינעם

דו וועסט אונז אלע ספאנסערן:wink:

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 3:36 am
דורך לכאורה
בעל מדרגה האט געשריבן: זיך משתתף געווען על תנאי אז די מנהל זאל ווייטער ממשיך זיין מיט די טאג בוך...

עס איז אין פלאן אי"ה, תיכף נאך די קאמפיין

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 6:47 am
דורך קרייסלער
הצעה: אפשר זאל מען אויסראפלען א טיקעט פאר אלע נותנים פון א געוויסע סכום און ארויף

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 6:47 am
דורך קרייסלער
און פארשטייט זיך א דין קדימה פאר אלע גרעסערע באשטייערער

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 8:49 am
דורך ארחיקה נדד
יישר כח בעל מדריגה פארן צוואנציגער, א סומע גענוג אינטערצוקויפן צעהן שומרים...

זאלט איר געבענטש ווערן מיט אלעם גוטן!

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 8:50 am
דורך ארחיקה נדד
יישר כח קאפעלע פארן נתינה #8! חי חי יודוך מיין פריינד!

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 12:11 pm
דורך ארחיקה נדד
סטאוו יא פיטא!!!!!!!!!

אריינגעשמיסן פופצן מאות אין אנדענק פון די פופצן פלעשער יי"ש וואס ער האט מתקן געווען ביים נסיעה! (די ערשטע טאג...)

ירבו כמותך בישראל!


דיין ווארעם הארץ צו טוען פאר א צווייטן איז אומגלויבליך!

תתברך בכל הברכות!!

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 12:15 pm
דורך רינדעכיג
ארחיקה נדד האט געשריבן: סטאוו יא פיטא!!!!!!!!!

אריינגעשמיסן פופצן מאות אין אנדענק פון די פופצן פלעשער יי"ש וואס ער האט מתקן געווען ביים נסיעה! (די ערשטע טאג...)

ירבו כמותך בישראל!


דיין ווארעם הארץ צו טוען פאר א צווייטן איז אומגלויבליך!

תתברך בכל הברכות!!


האסט א חשבון וויפיל פלעשער איך האב פארציקט?
(כ'האף אז נישט, ווייל כ'זעה ס'גייט מיר קאסטן!)

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 1:19 pm
דורך ארחיקה נדד
דממה דקה האט אריינגעשמיסן אן אכצענער! זאג? שוין דא פיש פאר מלוה מלכה?

געבענטשט זאלט איר זיין!

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 1:20 pm
דורך ארחיקה נדד
בבקשה! טענקס פאר דיין דאונעישען! מ'טאר אבער נאכאלץ נישט גיין צו בחירות!

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 1:21 pm
דורך ארחיקה נדד
שכח מחר פאר דיינע צוויי מאות! ער טענה'ט ס'לעבט אים אויף... איבערעסיאר העמיר רעדן וואס ס'לעבטעך אויף!

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 1:22 pm
דורך ארחיקה נדד
אנאנאמיס ברויך פעטש!!
פאר צוויי דאללער קען מען אפשר קויפן די דעקל פון א ביר באטל!!

קום צוריק מיט דיין עכטע דאונעישן..

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 1:32 pm
דורך ארחיקה נדד
ב"א שעמצעך מיט זיין נאמען... אבער צו גיבן 180 האטער זיך נישט געשעמט!!!

פון הימל זאל מען דיר באגליקן מיט א 180 מעלאנעס נאך די וואך!

Re: אייוועלט נסיעה תשפ"ב!

געשריבן: מאנטאג יוני 28, 2021 1:33 pm
דורך רינדעכיג
מיין געס איז דאס איז בדרך אפשר..

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: