"טייערע אידן, מיר קומען אט אן צום ציון המצויינת פונעם הייליגן צדיק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב, וואס בלויז דערמאנען זיין נאמען איז א סגולה אויף ישועות, און צדיקים האבן געזאגט אז אפילו בלויז ערווענען דעם נאמען פונעם שטאט בארדיטשוב, איז שוין מסוגל אויף אלעס גוטס. "לוי יצחק בן שרה סאשא" איז א נאמען וואס מיר אלע זענען אויפגעוואקסן דערמיט. נאך איידער מיר זענען באקאנט געווארן מיט "רבי ישעי' ב"ר משה / רבי חיים זאנוויל ב"ר משה ויוטא צפורה" האבן מיר שוין געשריבן אויף אונזערע בחינות און אויף די גורל צעטלעך דער נאמען פונעם הייליגן בארדיטשובער. כ'געדענק ווען מיר האבן אלס קינד געשווערצט עפעס עסנווארג פון אייראפע קיין אמעריקע (שיריים פון אדמו"ר מהר"י מפשעווארסק זי"ע), האט מען געשריבן א צעטל דערנעבן לוי יצחק בן שרה סאשא און אלעס איז אדורך בשלום.
"טייערע אידן, מיר וואלטן אלע געדארפט יעצט זיין איבערגענומען פון התרגשות אז מיר דערגרייכן ענדליך דעם ערשטן דעסטינאציע פון אונזער ציל און מיר גייען זיך משתטח זיין ביים ציון פון דעם גרויסן צדיק. אבער ליידער זענען מיר נישט דא... די גופים זענען דא, אבער דער קאפ איז ווייט פון מסודר און מיר קענען זיך נישט געהעריג אריענטירן צוצוגיין מיט די ריכטיגע התעוררות צום הייליגן צדיק. און דער סיבה איז הויפטזעכליך וויבאלד מיר האלטן נאך א טאג און א האלב ארומפליען און ארומפארן, זייענדיג מיד און הונגעריג, און יעצט אויפ'ן מינוט אנגעפאשעט...
"לאמיר אבער געבן א טראכט. ווען מיר זאלן יעצט ארויסנעמען א טעלעפאן און אנרופן צו אונזערע שטיבער, און מעלדן אז מיר קומען יעצט אן קיין בארדיטשוב און מען גייט יעצט אנהייבן דעם ערנסטן פאזע פון די אזוי אויסגעגארטע נסיעה... איך ווייס נישט וועגן ענק, אבער ביי מיר אין שטוב בין איך בטוח אז ביים באקומען אזא טעלעפאן רוף, לאזט מען אפ אלעס וואס מען האלט אינמיטן טון, מ'צינדט אן צוויי ליכט און מ'זעצט זיך אראפ ביים טיש מיט א תהלימ'ל וואס ווערט גוט דורכגענעצט, זיך שפירנדיג מקושר מיט אונזער חבריא וואס איז אט יעצט דא.
"אלזא, לאמיר פארגעסן פאר אביסל פון אונזער מידקייט און אלע אנדערע מצבי הגוף, און לאמיר זיך אריינשטעלן אינעם מצב פון אונזערע משפחות וואס האבן אונז געשיקט צו אויסבעטן אלעס גוטס פאר זיך און די קינדער. "טייערע אידן. מיר האבן זיך אלע באקענט דורך די "אידישע וועלט"... וויסן זאלט איר, אז אויף דער "אידישע וועלט" איז דא - אויסער די אלע געשמאקע שמועסן און ווערטלעך - אסאך צרות ישראל ל"ע. איך בין פערזענליך באקאנט מיט אסאך חברים וואס שרייבן דא צוגלייך מיט אלעמען, אבער אין זייער שטוב איז פינסטער... זיי ווארטן צו ווערן אויפגעראכטן בזרע של קיימא. מיר זענען זייערע שליחים, און מיר דארפן איינרייסן פאר זייערטוועגן."
איך האב שוין נישט געהאט קיין צייט צו מאריך זיין לענגער, ווייל דער באס האט זיך שוין אפגעשטעלט ביים פארקינג לאט קעגנאיבער דעם בית החיים, און מיר זענען אלע אפגעשטיגן מיט א ציטערניש אין די אינערליכע גלידער. .
טייערע חברים און טאג בוך ליינער,
די התעוררת יעמאלטס איז געווען עד אין לשער! די בכיות פאר אונזערע ברודער וואס ווארטן אויף זש"ק האט געשפאלטן הימלען! פי כמה איז די התעוררת וואס שפילט זיך אצינד אפ צווישן די שפאלטענעס פון אונזער וועלטל, ווי איינס ביי איינס רופט מען זיך אן מיט הערליכע סכומים! די אחדות און געטריישאפט איז ממש אומבאשרייבלעך.