א זֵכר אויף דער וועלט!
צוויי טעג צוריק האט מען געצינדן דעם לעצטן לעכטל פון די נירות חנוכה, די אויל איז שוין אויפגערוימט, די מנורה שוין געפוצט, און דאס עלנד לעבן איז צוריקגעקומען. די איינזאמקייט פון דאס פאָרל איז ווידעראמאל דא.
וואס טוט מען יעצט? וואו גייט מען יעצט?
לעצטע וואך איז מען ארומגעפארן צו חנוכה מסיבות נאר צו זען ווי אלע קינדער האקן מיט פושקעס, און יענקל שושקעט פונדערווייטנס פאר זיין ברוך'ל ער זאל נישט קומען מיט די פושקע צו מיר... ער מיינט איך האב נישט באמערקט, אבער איך האב אויך באמערקט ווי מוישי קרומט מיט די נאז ווען איך האב געגעבן א בלויזן קוואדער פאר זיין מיילעך.
יעצט איז נישט די צייט פאר ווייטאג, יעצט דארף מען ערגעץ ארויספארן אינאיינעם מיט די בני בית צו הייבן אביסל די גיסטע אין שטוב, און זיך גרייטן צום לאנגן ווינטער סעזאן מיט צוויי אדר'ס.
איך ברעך דעם שטילקייט און איך רוף זיך אן צו איר קום, לאמיר זיך אריינזעצן אין קאר. מ'גייט פארן ערגעץ. איך ווייס וואו, אבער איך וויל איר סורפרייזן.
אונז זיץ מיר אין קאר, אונז פאר מיר אראפ די גאסן פון וויליאמסבורג, אונז קומער שוין אן צום וויליאמסבורג בריק, אונז גיימער קיין מאנהעטן? ניין. וועסט באלד זען. אונז מאך דעם וועג צום אידישן ישוב וואס זי האט נישט דערקענט באלד ביים אנקומען.
מיר קוקן ארויס פון פענסטער און מען זעט שוין אידישע פנימ'ער. צוויי-דריי אידן לויפן אריין צום צענטראלן בית המדרש כאפן א מנין מעריב און אנדערע זענען אויפן וועג אהיים פון גראסערי, דער ישוב ווירבלט.
איך פאר אבער ווייטער. צום קאנסטראקציע ארט א גאס אוועק פון בית המדרש.
איך פארק מיין קאר, און מיין ווייב כאפט שוין וואו זי איז. דא ווערט געבויעט אונזער מקוה! דא גייט הענגען די סיין "לזכות משה נחמן בן פערל, וזוגתו יוטא איידל בת נחמה, שיזכו לזרע של קימא"
מיר שטייען ביידע אויפ'ן גאס און קענען נישט אראפנעמען קיין אויג פון דעם איין-שטאקיגן געביידע. נאך א מזל אז קיין איד גייט פונקט נישט דא אדורך, ווייל מיר קוקן אויס שרעקליך אויפפאלנד.
מיר קלאצן אויפ'ן בנין. און אונזערע מחשבות לויפן.
אט אט גייט שוין ארויפגיין די לעצטע דעטאלן צו פארשנערן דעם דרויסנדיגער טייל פון די געביידע. נאך אביסל וועט די מקוה זיין פארטיג און וועט אריינגיין אין באנוץ פאר צענדליגער אידישע משפחות.
דא גייען זיך טובל'ן הונדערטער אידן. אלעס וועט זיין פאר אונזער זכות. דא גייט פאראייביגט ווערן אונזערע נעמען.
מיר לאזן דאס איבער אויף דער וועלט. די סגולה פון בויען א מקוה וועט טאקע זיכער אויפטון, אבער ביז'ן קרעטשמע, ביז עס וועט קומען די ריכטיגע מינוט אז די תפילות פון אזויפיל אידישע קינדער וועלן געענטפערט ווערן, איז דאס אונזער זכר.
מיר האבן שוין עפעס אויף דער וועלט! ביז היינט האבן מיר געהאט א ליידיגע דירה. אן קיין איבריגע בעט אדער קריב. אן קיין קערידזש אדער א דריטע לעכטל שבת. יעצט האבן מיר א הויז. א קדיש וואס וועט אונז אויף אייביג געדענקן, אונזער זכר וואס מיר לאזן איבער, אונזער בית מקדש מעט.
פון דעם מקוה גייען ארויסקומען אומצאליגע דורות ישרים, אידישע לעכטיגע קינדער וואס וועלן ווייטער אויפשטעלן לעכטיגע דורות און שפינען דעם קייט עד סוף כל הדורות.
דאס זענען אונזערע דורות, אונזער נחת, אונזער חיות און אונזער לעבן.
דאס איז אונזער!
דער וועג אהיים איז זיך אנדערש געפארן, און אויך דער שלאף נאכדעם איז אנדערש געווען.
זינט יענעם מיטוואך ויגש, באזוכן מיר דארט איינמאל א וואך, מיר קוקן זיך אום אויף די מקוה און דאס געבט אונז חיות אנצוגיין פאר נאך א וואך.
טייערע אידן, מיר האבן ברוך ה' פולע דירות, לעכטיגע קינדער וואס מיר לאזן איבער.
אין די צייטונגען וועט שטיין נאך אונזער הונדערט-און-צוואנציג "ער האט איבערגעלאזט נאך זיך 7 קינדער, בנין וחתנין רבנן... און צענדליגער אייניקלעך."
ער האט דאס (נאכ)נישט! ער האט גארנישט אויף דער וועלט און לאזט נישט איבער קיין זכר!
חוץ דער מקוה וואס דאס איז זיין זכר, זיין שם ושארית וואס ער לאזט אויף דער וועלט.
ער גייט טאקע געהאלפן ווערן מיט זרע של קימא, אבער ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א גלעזל בראנפן. דעם גוטן געפיל פון זען דעם אויפגעבויעטן בנין וועט לינדערן זיינע שמערצן און וועט אים פארזיכערן אז אויך קינדער וועט ער נאך זוכה זיין צו האלזן.
יעצט האט ער גארנישט, אבער מיר וועלן אים פארזיכערן אז דאס וועט ער האבן. זיין נאמען וועט פארזיגלט ווערן לעד ולנצח אויף די ווענט פון די מקוה.
צום שלוס: האט איר נאכנישט געגעבן? לאזט איבער א שיינע נתינה אינעם לינק אין מיין חתימה.
האט איר שוין געגעבן? שטרענגט אייך אביסל איבער, און געט נאך אביסל אז אונזער חבר זאל איבערלאזן א שם ושארית בארץ, א מקוה און אויך אן אייגן קינד!