לויטערע נשמות
קאלטע טרוקענע גרינבינס ריקן זיך הין און צוריק אונטער זיין גאפל, די פלייש ליגט אין זייט אומבארירט, און די קארטאפל שטייט און קוקט אים אן.
און ער, ער איז נישט דא.
'הערשל'.-שטיל. 'הערשל, איך רעד צו דיר'.-אבער ער איז נישט דא.
זי זיצט קעגנאיבער און קוקט אים אין פנים, זי האט אויך נישט קיין אפעטיט צום עסן, זי האט אבער אפעטיט צו רעדן, אראפצולאדענען, צו וויינען, כליפען ווי א קינד, אבער ער איז נישט דא.
ער איז ווייט ווייט אוועק, אין א פרייליכע זאל, שיין געדעקטע טישן און פרעכטיג באצירטע ווענט, ער זעט זיינע קליינע זיסע נעפיוס, זיי לויפן ארום מיט די קלאפעדיגע שיך און די דשעלד פיאות, זיינע פעטערס זיצן ארום א טיש און שמועסן איבער די לעצטיגע נייעס, און מיטאמאל שטעלט זיך אלעס אפ, אלע אויגן זענען געוואנדן צום טיר.
די חתן איז דא! ער שפאצירט אריין מיט די ציכטיג ווייסע שאל און פארטרעטע אויגן, א העכערקייט שוועבט אויף זיין געזיכט, ער שיינט פון גליק און התרוממות, אונטערן ארעם האלט ער א תהילימ'ל און פון אונטן באגלייט אים זיין טאטע, די פארזאמלטע הייבן זיך אונטער, און מיט שנעלע טריט שפרייזט ער צום אויבן-אן.
א ערנסטקייט שוועבט אין די לופט, די נאכט שפרייט אויס אירע פליגלען און די יום החופה האלט אט ביים פארבייגיין. ער זעצט זיך אראפ מיט זיין תהילימ'ל, די התעוררות שטייגט, די מסובין ווארעמען אים אן מיט הארציגע ניגונים און ער זיצט איבערן תהילימ'ל און טרייסלט פאר געוויין.
איי, ויהיה זרעי, וזרע זרעי, תלמידי חכמים וחסידים, אהובים למע-עע-לה ונחמדים למ-ההה-טה, ותחזיק את לבבם בתורה ועבו-הוי-דה הכל כרצונך הטוב.
טרי-ריי-נא-ניי-נא-ניי-נא-ניי-נא-רוי... ואזכה לראות, לראות בנים, בנים ובני בנים...
ש-ש-ש...
די זאל ווערט שטיל. אלע אויגן זענען געוואנדן צום שעמעוודיגע בדחן, יענער נעמט ארויס אפאר צוקנייטשטע צעטלעך פון טאש, רוקט זיך צו נענטער צו הערשל, און הייבט אן גראמען...
א) א נשמה, לויטער און ריין,
ער וויל קומען, אויף דעם וועלט צו גיין,
דעם באשעפער צו דינען,
און זיין ברויט פארדינען,
ערליכעהייט.
אויבן אין הימל, א טאטע מ'זיכט,
ווער וועט אויף זיך נעמען, דאס הייליגע פליכט,
ממשיך זיין די נשמה,
ממקומו הרמה,
ריינערהייט.
ב) הערשל לעבן, פארשטיי מיר גאר גוט,
ממשיך זיין א נשמה, גייט נישט אויף איין מינוט,
מ'דארף א הכנה, צוגיין צו דעם, הייליגעהייט.
די ספר הזכרונות, טו יעצט אויפמישן,
הרצון והאונס, מיט טרערן אוועקווישן,
וועסטו א נייע נשמה באקומען, כבן שנה נער, לויטערעהייט.
ג) אויב דו וועסט קיין זינד פארמאגן,
וועסטו לויטערע נשמות אויפן וועלט אראפטראגן,
אויב דו וועסט דיך ריכטיג מקדש ומטהר זיין,
וועלן זיי אראפקומען אויפן וועלט לויטער און ריין,
טו דיינע מעשים גוט איבער קלערן,
און טו תשובה מיט הייסע טרערן,
וועסטו לויטערע נשמות אויפן וועלט פארמערן.
------ ביי די ווערטער האט עס געפלאצט... ער ווארפט זיינע הענט אויפן פנים און הייבט אן וויינען אויפן קול, די טרערן פליסן פון זיינע אויגן, און ער קען דאס אטעם נישט כאפן.
זיין אשת חיל זיצט נאך פארוואונדערט, זי ווייסט נישט וואו איר מאן איז פארשוועמט געווארן מיט זיינע מחשבות, אויפן רגע האט זי זיך דערשראקן פון די פלוצלינגדיגע אויסברוך, אבער גאנץ שנעל האט זי אויך מיטגעוויינט...
די ווענט וויינען מיט, א דומם קען צוגיין. הוא יושב בזווית זה והיא יושבת בזווית זו, והם בוכים, בוכים למשפחותם...
וואס וועט זיין מיט אונזערע לויטערע נשמות? וועלן זיי אמאל אנקומען?
***
שיין אויסגע'שורה'ט, איינער נעבן צווייטן, תמימות'דיגע אויגעלעך מיט געקרייזלטע לאקעלעך, ווייסע העמדער מיט שווארצע קאשקעטלעך, אייינער איינער ווערן זיי ארויפגעפירט אויף די פארענטשעס, ווען יעדער פון זיי ווערט באגלייט דורך א גליקליכע טאטע.
לויטערע נשמות. זיי הייבן היינט אן לערנען חומש.
פון אונטן שטייט הערשל און קוקט, אזוי סתם, ער קוקט, אמאל פלעגט אים דאס ברענגען טרערן, זען ווי זיינע חברים ברענגען זייערע קינדערליך, אין די צייט וואס ער ווייסט אז לויטן דאקטער וועט ער קיינמאל נישט האבן די זכי' ארויפצושטעלן זיין אינגעלע דארט אויפן פארענטשעס, אבער היינט איז זיין קוואל שוין טריקן. אזוי מיינט ער.
אלס גייט ווי די רוטין, די בית המדרש פילט זיך אן גליקליכע טאטעס און זיידעס פראבירן צו "ספאטן" זייער קינד/אייניקל, און הערשל שטייט פארטראכט.
הערשל שטייט און קוקט אויף די לעכטיגע קינדער מיט די שניי ווייסע העמדער, אזוי ריין... אזוי לויטער... קליינע טרערעלעך הייבן אן שפרענקלען אויף זיינע גלעזער, ער זעט אלעס אזוי אומקלאר, פון צענדליגע ווייסע העמדער זעט ער בלויז ווייס.
א ציכטיג ווייסע טישטאך איז אויסגעשפרייט, ארום און ארום זיצן זיינע פעטערס, און ער זיצט אויפן אויבן-אן, מיטן ווייסן שאל און א אפענע תהילימ'ל, ער איז ווייט אוועק אין עפעס א חתונה זאל...
די רבי קומט אריין, די עולם נעמט איין א שטילקייט, א יראת הכבוד שוועבט אין די לופט, אבער הערשל כאפט נישט אויף אז עפעס גייט פאר. ער איז נישט דאהי.
ער הערט ווי זיינע פעטער'ס זינגען, אוי, ואזכה לראות, לראות בנים, בנים ובני בנים...
און פלוצליג הערט ער א ריזן ארקעסטרע פון פידלען, זיי שפילן צו... ס'נאגט ביים הארץ די מתיקות, די לויטערקייט, די זיסע קול פונעם פידל שניידט דורך די לופט, די קול ווערט נענטער און נענטער, ס'דאכט זיך אז דאס איז א טייל פון די ווירקליכקייט...
אוי, עוסקים בתורה, בתורה ובמצוות, הכל כרצונך הטוב...
ס'איז ממש דא נעבן אים, און ניין, דאס איז נישט קיין פידלען, דאס איז קינדערישע קוליכלעך, ער הערט די קול נענטער, ער וואכט זיך צוביסלעך אויף פון זיין דמיון, די קול ווערט נאר שטערקער, ס'איז ממש דא נעבן אים.
זיי זינגען מיט תמימות:
ווייל די תורה איז הייליג און ריין! און מיר זענען אויך הייליג און ריין! פארדעם לערנען מיר ויקרא!
אהה! לויטערע נשמות!
הערשל פארדעקט זיין געזיכט, ער פראבירט צו דערשטיקן זיינע טרערן. נאך אלעם פאסט נישט זיך צו צעוויינען אזוי ברבים, אבער אן ערפאלג, ס'רייסט זיך ארויס פון אים מיט כח.
וויאזוי קען מען אפשטעלן אזא געוויין? וויאזוי? וויאזוי?
***
הערשל טייערע, מיר זעען דיין ווייטאג און פיין, אונזער הארץ גייט אויס פאר דיר.
מיר וויינען מיט מיט דיר, אוי, ווי שטארק דו ווילסט ברענגען אויף די וועלט לויטערע נשמות... ווי שטארק דו ווילסט האלדזן א אייגן קינד... ווי שטארק דו ווילסט הערן די לויטערע געזאנג פון דיין אינגעלע...
מיר וועלן די העלפן ברענגען לויטערע נשמות אויף דער וועלט!
אינאיינעם וועלן מיר בויען א מקוה טהרה לזכותך, א מקוה וואס וועט העלפן ברענגען אויף דעם וועלט לויטערע נשמות. א מקוה וואס וועט רייניגן און אויסלייטערען אידישע נשמות.
און בזכות זה וועלן מיר זיך בקרוב פרייען ביי דיין שמחה מיט טרערן פון פרייד!
דיינע חברים וואס קענען נישט פארשטיין דיין צער, אבער וועלן דיר בעזר ד' ארויסנעמען פון דיין קלעם
אוי וויי, ונזכה לראות, לראות בנים, בנים ובני בנים, עוסקים בתורה, בתורה ובמצוות, הכל כרצונך הטוב...
- אטעטשמענטס
-
- לויטערע נשמות - כתוב וחתום.pdf
- (145.63 KiB) געווארן דאונלאודעד 131 מאל