פאר סיי וועלכע פראגן בנוגע די סליוו אפעראציע קען מען זיך ווענדן צו מיר אין אישי אדער אנפרעגן דא
-----
איך האב באשלאסן צו מאכן די סליוו נאכן ליגן אין שפיטאל מיט קאוויד. איך האב געפילט וואס מיינט סטראגלען צו לעבן און באשלאסן זיך צו נעמען אין די הענט אריין.
יעצט א וואך נאך סורדזשערי שטיי איך ביי 291. דאס מיינט אז איך האב שוין פארלוירן 31 פונט. 24 פון די פונטן האב איך פארלוירן זייענדיג אויפן ספעציעלן דייעט פאר די אפעראציע (וואס איז - ביידעוועי - געווען די שווערסטע חלק)
איך האב נישט געמאכט דעם סליוו אבער איך האב עטליכע ארימיגע וואס האבן דאס געמאכט אין ווי זיי זאגן איז דאס גאר וויכטיג איך מאך די 7 מיניט עקסערסייס וואס היימישע הייקער האט דא ארויפגעלייגט אין עס העלפט מיר מוירעדיג אבער איך ווייס נישט צו דאס איז וואס מען מדארף פארן סליוו
winner האט געשריבן:

אויב קענסטו מיר ביטע צוצייכענען צו די תגובה פון היימישע הייקער וועל איך דיר שטארק דאנקבאר זיין

נאכן האבן א נומבער פון א סורדזשען און א רעפערל, רופסטו אריין יענע דאקטערס אפיס צו מאכן אן אפוינטמענט.
ביי די אפוינטמענט וועט דער דאקטער אדער זיין געהילף אויסשמועסן מיט דיר די גאנצע פראסעס. געוואנדן אין וועלכע אינשורענס דו האסט.
געווענליך וועט זיך אויספעלן די פאלגענדע:
6 חדשים און א צי וואס דו גייסט צו דיין דאקטער און ער מאניטארט דיין וואג, בלאד פרעשור , דייעט, עקסערסייז וכדו.
א מאגן טעסט - ענדאסקעפי א אולטראסאונד אויף די בויך א אולטראסאונד אויף די הארץ - Echocardiogram א לונגען טעסט - pulmonary function test פארשידענע בלוט טעסטן א סליפ עפניע טעסט א פסיכאלאגישע אפשאצונג אויב דו קענסט דורכגיין א סורדזשערי.
נאך זעקס חדשים ווען מהאט אלע טעסטס מסודר און אריינגעשיקט צום סורדזשען און אויך א בריוו פון דיין דאקטער אז ער האט דיך געמאניטארט פאר זעקס חדשים און ער האלט ספעלט אויס די סורדזשערי, א בריוו פון דעם פסיכאלאג אז דו ביזט מענטעלי גרייט צו דורכגיין דעם סורדזשערי. דעמאלטס קען די סורדזשען בעטן אפראוועל פון די אינשורענס פאר די סורדזשערי.
וועסט נאכאמאל דארפן א רעפערל פון דיין דאקטער צו זען דיין סורדזשען און ביי די אפוינטמענט וועט די סורדזשען אויסשמועסן מיט דיר די גאנצע סורדזשערי. און נאכדעם וועט די סורדזשען אפלייען פאר אפראוועל פון די אינשורענס.
וועסט אויך דארפן זען א נוטרישאניסט וואס וועט דיר אויסשטעלן דיין דייעט פאר בעפאר און נאך די סורדזשערי.
עס געדויערט א וואך צוויי צו באקומען אפראוועל און נאכדעם סקעדזשולט מען די סורדזשערי.
צוויי וואכן פאר די סורדזשערי פאנגט מען אן א גאר שטרענגע דייעט פון נאר דורכזיכטיגע ליקווידס אן קיין צוקער.
געווענליך ווערט מען באפרייט פון שפיטאל א טאג נאך די סורדזשערי. ביי מיר האט עס גראדע געדויערט צוויי טאג