מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

@בן פדהצור אסאך הצלחה!
337 צו 200 איז מעגליך!
איך האב פאר 5 א האלב יאר צוריק געווען 350, געמאכט די סליוו ער"ח אדר א' פ"ט, האלט מיר היינט ביי 195 ב"ה.
קיפ איט אפ! (סיי די weight loss און סיי די שרייבן..)
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

א גוט מארגן @בן פדהצור .
ס׳איז דורכגעגאנגען צוויי וואכן און מ׳הערט נישט פון דיר.

וויאזוי גייען זאכן? וויאזוי פילסטו?
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

yid101 האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 6:22 am
yid101 האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 11:24 pm
What can you do for the hair loss due to the surgery?
?
נעמען ערליך ווייטעמינען.

ביי מיר איז אויך געווארן מיין האר זייער דין, אבער נאך א שטיק צייט האט זיך עס שיין געסעטלט ב"ה.
אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

שלום וברכה פון איבער דעם סמבטיון. איך פיל זיך ב״ה אמבעסטן! איך האב נישט פארגעסן. איך וועל אריינקומען שפעטער אין טאג אי״ה מיט א שילדערונג איבער מיינע ערשטע צוויי וואכן.
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

בן פדהצור האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 8:25 am
שלום וברכה פון איבער דעם סמבטיון. איך פיל זיך ב״ה אמבעסטן! איך האב נישט פארגעסן. איך וועל אריינקומען שפעטער אין טאג אי״ה מיט א שילדערונג איבער מיינע ערשטע צוויי וואכן.
ברוך השם. עס פרייט זיך צו הערן.
אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

איז אזוי, קודם כל יישר כח פאר אלע חשובע טייערע חברים דא וואס האבן מיך אינזין געהאט (בבחינת טוהטס ענד פרעירס). און א דאנק פארן ווייזן אינטערעסע אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען. עס מאכט מיר דעפינעטלי פילן גוט.

און יעצט א שטיקל באריכט.

דער אפעראציע זעלבסט איז אדורך בה בשלום. מאנטאג אינדערפי פר׳ בהר ולמס׳ מאי 20 זענען מיר אנגעקומען קיין קאלאמביע שפיטאל. מיין הארץ האט געצאפּעלט עטוואס אבער נישט געפערליך. ארויף צום פיפטען שטאק און אריינגעטשעקט. זיך אראפגעזעצט ווארטן אין ווארט זאל און אנגעשפיצט די אויערן צו הערן אויב מען רופט מיין נאמען.

ס׳בני בית איז ב״ה מיט געקומען מיט מיר און זי איז אויך געווען אביסל נערוועז. (איך מיין אז זי איז געווען מער נערוועז איבער וואס זי גיייט טון פאר די עטליכע שעה פון ווען מען טראגט מיך צום עקידה ביז זי קען מיך קומען זען).

און שוין והנה מען רופט מיר ביים נאמען. איך מיט׳ן הויז געזונט זעמיר אריין אין א ספעציעלע פארצימער ווי די מצב ווערט אביסל מער אלול׳דיג. ערנסטקייט. מען הייסט מיר איבערטוען אין ספעציעלע שפיטאל קליידער (האט מיר גענומען אפאר מאל הין און צוריק פראגע און ענטפער צווישן מיר און די קראנקע שוועסטער ביז כ׳האב געכאפט וויאזוי מען טוט דאס אן) און מען האט גענומען ווייטעלס. דער דאקטער איז אריינקןמען אין זיינע מונדירן אנדערש ווי ביז היינט ווען ער איז געגאנגן א שיינעם רעקל. דער נאכט לייגער (אנעסטיזשיאלעדזשיסט) איז דאן אויך אריינגעקומען און געפרעגט אפאר שאלות. פארוואס זיי דארפן איבערפרעגן זייער רוטינע מאנאטאנישע שאלות: עני עלערדזשיס? בלא בלא בלא… אזויפיל מאל יעדער איינער באזונדער איז א מיסטעריע.

דאן איז געקומען דער מינוט ווען זיי האבן מיר געזאגט זיך צו געזעגענען און זאגן מיין לעצטע וואונטש… און זיי האבן מיך אנגעהויבן אוועק פירן מיטן רעדער שטול.

ווען מען האט מיר אריינגעפירט אין חדר העקידה (OR) האט מיר געכאפט א שטיקל פחד. איך בין נאך בה קיינמאל בעפאר אריין אין אזא פלאץ. פון איין זייט האב איך מיך געפילט גוט; א קלייניגקייט אזא גרויסע צימער נאר פאר מיר?! אבער פון די אנדערע זייט האב איך פארשטאנען אז אן אפעראציע איז אן ערנסטע פראצעדור וואס דארף האבן א גאנצע שטאב פון מענטשן.

ב״ה איך האב נישט געקענט צופיל טראכטן, פילן אדער אבזערווירען ויייל די מלאכי חבלה האבן מיר אנגעהויבן זאגן אז זיי גייען מיר נאר בלויז מאכן פילן רואיג. און איך בין שוין לאנג נישט דא געווען.

איך וועק זיך אויף זייער צוביסלעך. כ׳׳הער מענטשן רעדן ארום מיר. עס נעמט מיר א מינוט צוויי צו כאפן אז כ׳בין דא אויף דעם עולם. כ׳פיל שוואך און דיזי אבער אויך גאר אין א גוטע גוסטע… איך לאך אסאך און איך בין דזשאלי. איך שוועב. ערנסט פארדאופּט מיט הויכע סחורה.

ווי א מינוט איז פארביי האב איך זיך מער און מער אויפגעכאפט. מיין זיכרון איז מיר נישט אינגאנצן קלאר איבער ווי לאנג איך בין געווען דארט אין דעם גרויסן רעקאווערי צימער.

שפעטער בין איך ארויף צו א שטוב. איך האב מיך תיכף גענומען ארומוואקן ווייל אזוי האט מען מיר אנגעזאגט בעפאר, פשוט ווייל די בויך איז פול מיט לופט און דאס מאכט שטארקע פּעין. די חברה זענען געווען זייער צופרידן און האבן מיר געזאגט אז איך קוק אויס זייער גוט ב״ה. איך בין נאך געווען עטוואס אונטער די איינפלוס פון די סחורה אבער עס האט אנגעהויבן נאכלאזן און איך האב אנגעהויבן שפירן שטארקע פּעין אויף די העכערע חלק פון בויך. אויך איז מיר געווען גאר שווער צו שלינגען אפילו א פּיצי ליקוואד. ווען זיי האבן מיר געזאגט אז איך מוז זען צו טרינקען א געוויסע סכום (כ׳דענק נישט וויפיל) פון ליקוואד כדי נישט צו ווערן אויסגעטריקענט האב איך זיי אנגעקוקט מיט אזאנע גרויסע אויגן און געפרעגט: אנה יכנס כל הפשתן הזה?

אגב, עס איז זייער אינטערעסנאט געווען אז איידער די אפעראציע האב מיך נאכאנאנד געווינדערט, און מענטשן וואס זענען דאס נישט פאראיבער וואונדערן זיך נאכאלץ, וואס מיינט דאס אזאנס אז מען ווערט פיל נאכן טרונקן אדער עסן א פיצי?? אבער תיכף ווען איך האב מיך אויפגעוועקט פון סורדזשערי און מען האט מיר געגעבן עפעס צו טרינקען אדער טיילענאול (פארגעב מיך, מיינע זיכרונות זענען פארנעפלט פון יענע מינוטן) האב איך דאס אינסטינקטיוו אוועקגעשטופט. מה רבו מעשיך ה׳. מיין מח האט זעט עס תיכף געכאפט אז איך גיי דאס נישט קענען באווייזן מער.

ב״ה אין שפיטאל האט מיר דער אייבערשטער צוגעשיקט נאך א יונגערמאן וואס איז געשניטן געווארן תיכף איידער מיר און מיר האבן זיך באפריינדענט. אזוי שמעסוענדיג דערמאנט ער אייוועלט.. און דיזען אשכול… שטייצעך אז עס איז געקומען א גילוי פון מיין זייט נאכדעם. מיר האבן געהאט א גוטן לאך. ר׳….. א גריס אייך!

אויסער די גאז יסורים האב איך אויך געהאט עצירות. (איך זאג נאר די אלע דעטאלן אז די אידן נאך מיר וואס גייען דאס טון און גייען באזוכן דעם אשכול זאלן וויסן בעפאר אביסל איבער די דורכשניטליכע אחרי הדברים האלה׳דיגע ענינים. עס קען העלפן זיך צו קענען צוגרייטן און וויסן וואס צו ערווארטן).

די נאכט האבן זיי מיר נישט געלאזט געהעריג שלאפן. יעדע פאר שעה זענען זיי געקומען געבן מעדיצין.

איך בין געווארן באפרייט די נעקסטע טאג, דינסטאג. די שפיטאל האט מיר באצאלט אן אובער (אפשר איז די אינשורענס, נישט זיכער).

פון דא און ווייטער האט זיך אנגעהויבן די עכטע ערהוילונג פראצעדור. די ערשטע טאג בין איך געווען זייער שוואך, אבער איך האב מיך געהאלטן גאר שטארק צום סקעדזשול פון טרינקען יעדע 15 מינוט 2 אונסעס ליקוואד. איך האב אנגעצינדען א טיימער און געהאלטן אין איין דרוקן ריפּיעט. כ׳מיין אז דאס איז די סיבה פארוואס איך האב ב״ה נישט געליטן פון קיין אויסטרוקענונג כאטש עס איז געווען יענע פאר טעג זייער זייער הייס. איך האב אויך זיכער געמאכט צו וואקן דאס מערסטע וואס איך האב געקענט. אינדרויסן און אינעווענדיג. שטייט אבער קאנסיסטענט.

איך האב נאכאלץ געהאט פּעין פון מיינע שניטן און זיך נישט געקענט לייגן אין בעט די ערשטע פאר נעכט, איך בין געשלאפן אויפן רעקליינער. ב״ה איך האב אנגעהויבן שפירן אביסל בעסער יעדן טאג וואס איז פארביי געגאנגן.

די ערשטע טאג אינדערהיים האב איך אנגעהויבן טרינקען פראטין שעיקס צוטיילט אין פיצי 1 אונס גלעזלעך, אויסגעשפרייט יעדע 15 מינוט א אונס. כ׳קען זאגן אז כ׳האב געפילט בעסער תיכף ומיד. עס האט מיר געגעבן אביסל מער כח. אויך האב איך געטרונקען (געגעסן..) טשיקן זופ. איך האב ב״ה געקענט גאנץ גוט טרינקען. אבער כ׳האב מיך אנגעהויבן באקענען מיט א נייע גאסט אין מיין קערפער; דער גבאי.

דער גבאי איז דער קוועטשער אין בויך וואס האלט קאפ אויף וויפיל איך עס אדער טרונק. אויב שפירט ער ווי שוין צו סאך האט ער א ספעציעלע וועג פון מיך לאזן וויסן. ס׳ווענדט זיך אין זיין גוסטע, אמאל קען ער מיר געבן אזא קניפ אן קיין שום פריערדיגע מעלדונג, אבער איך האב מיך שנעל אויסגעלערנט אז אים ברויך מען פאלגן. ש׳טא קיין מעשיות.

האבענדיג דעם חשובן גבאי׳ן האב איך צוביסלעך אנגעהויבן זיך אויסלערנען וויפיל איך קען אריינעמען און ווען ס׳צייט צו סטאפּן. פאקטיש, לערן איך זיך נאך יעדן טאג.

די ערשטע שבת בין איך געגאנגן ביינאכט אין שול אבער כבין אהיים פרי ווייל איך האב געפילט צו שוואך. אינדערפרי בין איך נישט געגאנגן אבער צו שלש סעודות בין איך געהעריג געגאנגן.

איך האב געהאלטן אין איין הערן פון מענטשן אז עס ווערט גרינגער און גרינגער וואס א טאג עס גייט פארביי און איך האב עס באשיינפערליך געזען. איך האב ממש געשפירט בעסער און בעסער. מאנטאג דערויף בין איך ב״ה צוריקגעגאנגן צו די ארבעט. דאס איז אויך געווען די טאג וואס איך בין אריבער צו פּיורעיד פאזע, נעמליך שטארק צומאלענע עסנווארג. עס איז ביי מיר געווען אזא שמחה. מיט בושה קען מען דאס צוגלייכן צום הייליגן בארדיטשובער וואס האט נישט אויסגעהאלטן זיין התרגשות צו שאקלען לולב. נאכן נישט עסן עפעס וואס איז נישט ליקוואד פאר דריי וואכן איז מיין עקסטאז טועם צו זיין (עטוואס) נארמאלע עסן געווען שטארק.

שוין, איז יעצט האלטן מיר דא. מיין טעגליכע דיעטע דערווייל - ביז יוני 10 ווען איך גיי אריבער צום נעקסטן פאזע באשטייט פון יעדע צוויי שעה עסן איינע פון די פאלגענדע: 1 יאגורט, 1 דייעט טשיז סנעק, 1 סטרינג טשיז, צוויי לעפלעך פינאט באדדער (כ׳האב קיינמאל נישט געוויסט ווי געשמאק ס׳איז), 2 אונסעס גאַלע, 2 אונסעס צומאלענע לעבער, טשיקן זופ. גאנץ א רייכע מעניו, וואס? יע יע…

מיין וואג היינט אינדערפרי איז געווען 304. אראפ 20 פון ווען איך בין אהיימגעקומען פון שפיטאל. גראדע די לעצטע פאר טעג זע איך אז דער וואגשאל האט זייער ליב באקומען דעם נומער (איינס ארויף איינס אראפ) ווייל ער בלייבט סטאביל און טראסקעט נישט מיט אזא אימפעט ווי בעפאר. אבער כ׳בין זיך מחזק מיט דאס וואס אנדערע גוטע אידן האבן דא געזאגט אז דאס איז די נארמע, אזוי ארבעט עס.

בעז״ה דעם פרייטאג גיימיר אנהויבן רייזן מיט מיין ביציקעל.

איך וועל אי״ה פרובירן אריינצוקומען מיט א קורצערע באריכט נעקסטע וואך איבער פראגרעס וכדו׳.
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

אויש דערמאנסט מיך זכרונות..

אינטערעסאנט, די שפיטאל האט מיך בשום אופן נישט געלאזט אהיימגיין מיט אן אובער, איינער האט מיך געדארפט קומען אויפפיקן.

דאקטער געווען דר. בעסלער?
אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

באגלייבט האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 10:22 pm
אויש דערמאנסט מיך זכרונות..

אינטערעסאנט, די שפיטאל האט מיך בשום אופן נישט געלאזט אהיימגיין מיט אן אובער, איינער האט מיך געדארפט קומען אויפפיקן.

דאקטער געווען דר. בעסלער?
יא דר. בעסלער.

קען זיין אז זיי האבן געפילט אז איך בין גענוג שטארק פאר דעם. אדער האבן זיי געדארפט האבן מיין בעט. לא יודע.

זיי האבן מיר נאר געגעבן דעם אפציע ווען איך האב זיי געזאגט אז איך האב פרובירט צו שאפן א וועג אבער ס׳גייט נישט און איך האב זיי געזאגט אז איך גיי נעמען אן אובער האבן זיי מיר געזאגט די שפיטאל גייט מיך רופן איינס. זיי האבן א ספעציעל טעקסט מעסעדזש סיסטעם וואס איך האב בלויז געדארפט דרוקן דעם לינק און דאס האט באשטעטיגט דעם אויטא.
בכורות
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:11 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בכורות »

באגלייבט האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 10:22 pm
אויש דערמאנסט מיך זכרונות..

אינטערעסאנט, די שפיטאל האט מיך בשום אופן נישט געלאזט אהיימגיין מיט אן אובער, איינער האט מיך געדארפט קומען אויפפיקן.

דאקטער געווען דר. בעסלער?
מיר האט מען געהייסען אונטערשרייבען אז סאיז מיין אייגענע אחריות פארן נעמן א אובער אהיים
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

אינטערוויו: ר' ארי' אבראמאוויטש - דורכגעגאנגען א סליוו אפעראציע
ג' בהעלתך פ״ד
וואס האט אים געברענגט צו גיין אונטערן מעסער / א יוגענט אלס פעשער יונגעל / די חן פון איבערוואגיגע / די וועג פון דייעטעס / די הכנות צום סליוו / די רייע דאקטאר וויזיטן / די סליוו פראצעדור / סליפ אפניע / די רעקאווערי / קאמפלימענטן / דאס לעבן נאך א סליוו אפעראציע / צווישן קינדער אין קעמפ
https://www.yiddish24.com/interviews/38/107872
טריפל וועקסט דאבל מעסקט

קרעדיט אליעזר קרויס
אוועטאר
חרדי חסידי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 31, 2023 3:34 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרדי חסידי »

ארי זאגט אויפן אינטערטויא אז ער איז געווען אויף ליקוויד דייעט פאר צוויי טעג משא"כ @בן פדהצור האט געשריבען אז ער האט געברויכט צוויי וואכן ,מה הפשט?
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

חרדי חסידי האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 3:43 pm
ארי זאגט אויפן אינטערטויא אז ער איז געווען אויף ליקוויד דייעט פאר צוויי טעג משא"כ @בן פדהצור האט געשריבען אז ער האט געברויכט צוויי וואכן ,מה הפשט?
יעדע דאקטער, און יעדע פאציענט איז אנדערש.
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע:אויפן טרעדמיל

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

חרדי חסידי האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 3:43 pm
ארי זאגט אויפן אינטערטויא אז ער איז געווען אויף ליקוויד דייעט פאר צוויי טעג משא"כ @בן פדהצור האט געשריבען אז ער האט געברויכט צוויי וואכן ,מה הפשט?
דר. בעסלער איז זייער שטרענג מיט זיין שיינט פאר די סורדזשערי, איך האב עס אנגעקוקט ווי איר וויל זיכער מאכן נאר צו אפערירן פאר די וועלכע מיינען עס ערנסט.

---

רעדנדיג פון דר. בעסלער - נאך לאנגע יארן האט ער איבערגעלאזט קאלאמביע שפיטאל
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

וויפיל דארף צי קאסטן אויב צאלט מען פין די אייגענע טאש ?

אין קען מען קיינמאל מער נישט אינזשויען צי עסן מיטן גאנצן קנאק ?

וויפיל קאסט צי אראפנעמען אלע איבריגע הויט נאכן פארלירן ?

איך בין נאכנישט אזוי גרויס ברוך השם, אבער איך קען זיך נישט אפגעוויאנען פין עסן שפעט באנאכט
אדער אינמיטן די ארבעט אין נאך די ארבעט, ווען איך פיל אז איך מיז בארואיגן מיינע נערוון, דורך עסן אסאך קעיק , 2 בארס טשאקלעט, א זיפ טעלער אייזקרים,

די אלע דייעט קוקיס זענען פאר מיר גארנישט ווערט
אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

חיים טוב האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:38 am

ס׳קוקט מיר אויס ווי דיין רילעישאנשיפ צו עסן איז דער פראבלעם און נישט דיין איבערוואגיגקייט. אין אזא פאל וועט דיר דער סליוו נישט העלפן כלל וכלל.

עסן איז ביי דיר אן אדיקשאן וואס ערפילט (צייטווייליג) אן אינעווייניגסטער חלל. איך וואלט דיר געראטן אריינצוקוקן אין Overeaters Anonymous.
https://oa.org/

דאס איז מיין אפּיניען.
אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

.
לעצט פארראכטן דורך בן פדהצור אום מיטוואך יוני 26, 2024 7:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

חרדי חסידי האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 3:43 pm
ארי זאגט אויפן אינטערטויא אז ער איז געווען אויף ליקוויד דייעט פאר צוויי טעג משא"כ @בן פדהצור האט געשריבען אז ער האט געברויכט צוויי וואכן ,מה הפשט?
יא אזויווי לייפסטייל האקט. יעדע דאקטער און יעדע מענטש איז אנדערש (שטעל זיך פאר אז נישט… וואלט איך אויך דאך געקענט זיין אן אקטיאר). עס ווענדט זיך אויך אין די BMI
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

פיינע פעדער הרב @בן פדהצור ,די ערשטע רגע האביך געמיינט (אפשר טאקע?) אז מיר האבן דא א גילוי, אבער ניין, סאיז דא חילוקים, צוויי טעג.. צוויי וואכן... וכולי
#בשיטה נישט
אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

נו שוין האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:08 am
פיינע פעדער הרב @בן פדהצור ,די ערשטע רגע האביך געמיינט (אפשר טאקע?) אז מיר האבן דא א גילוי, אבער ניין, סאיז דא חילוקים, צוויי טעג.. צוויי וואכן... וכולי
הא. נאכן הערן דעם אינטערוויו האב איך פארשטאנען אז ס׳גייען זיין די וועלכע וועלן קלערן אז איך בין עקיבא אבער נאופס. גראדע איז דער אינטערוויו גאר גוט און איך האב רילעיטעד צו כמעט יעדע ווארט. זיין סליוו דאטום (ווי ער זאגט אויף קולמע) געווען נאך ל״ג בעומר און מיינס בעפאר.
אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

אפדעיט יום ה׳ פר׳ שלח כ״א סיון תשפ״ד.

ב״ה איך בין שוין יעצט ערלויבט צו עסן סיי וואס, דאס הייסט יעדע זאך וואס איז געזונט.

וואס יא? ערגעץ בערך צוויי דריי וואכן צוריק האב איך פלוצלונג אנגעהויבן ליידן פון שטארקע איבלען. איך האב נישט געקענט דערגיין פון וואס עס קומט, די מעדיקעל טיעם אויף מיין קעיס האט אויך נישט געקענט באשיידן וואס אזאנס דא קומט פאר. יעדער האט גיזאגט עפעס אנדערש און רעקאמאנדירט עפעס אנדערש ווי דעם צווייטן. דער סך הכל איז געווען אז איך בין געבליבן איבלען. ס׳געווען היבש אנטמוטיג פאר מיר ווייל וועם איך האב נאר גערעדט צו וואס האט געמאכט דעם סליוו האט נישט געהאט אזא ערפארונג אז דריי וואכן נאך די פראצעדור זאל זיך פלוצלונג אנהויבן אן איבלען עפאכע. צווישן די זאכן וואס כ׳האב פרובירט איז געווען אויפהערן עסן מיליכיגס אבער כהאב נאכאלץ געפילט איבלדיג. בקיצור גארנישט האט נישט געהאלפן. אפילו די מעדיצין וואס זיי האבן מיר פארשריבן האט נישט אלעמאל געהאלפן. גראדע דזשינדשער טיי האט מיר יא געהאלפן צייטווייליג. געלויבט דער פון אויבן, אונטן און איבעראל ברוך הוא איז דאס אוועק געגאנגן צוביסלעך. אפאר זאכן וואס כ׳האב געטון וואס האט מעגליך געהאלפן איז: כ׳האב אויפגעהערט עסן ווען כ׳דרייוו (כ׳פלעגט עסן פרישטאג אין קאר וויבאלד כ׳פאר א שטיקל וועג יעדן טאג צו די ארבעט) ווייל דאס טוט אויפשאקלען מיין קליינע מאגן און ברענגן איבלען. כ׳האב אויפגעהערט רייכערן ווייל כ׳האב געזען אז דאס רייכערן מאכט מיר איבלען. די איבלען קאשמאר איז ב״ה ווי געזאגט מערסטענס טייל פאראיבער. און ווען כ׳זאג קאשמאר גלייב מיר ביים פולן זין פון ווארט, דער מענטש איז קיין מענטש נישט, ס׳איז גרויסע יסורים.

עניוועי מיין וואג איז געשטאנען צוויי טאג צוריק ביי 288! אראפ פון 337!

לכה״פ דריי מאל א וואך בין איל אויף מיין ביציקעל פאר א 4 מייל רייזע. אוי איז עס דערפרישענד און געשמאק. איך גיי אינדערפרי ווען די פייגעלעך טשיפשען און די נאר די נארמאלע מענטשן זענען שוין אויף… איך גיי אין א הערליכע פארק וואס האט א טרעיל.

בלייבט נאר איבער צו וואונטשן.
אוועטאר
גרינע מילך
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2021 8:12 pm
לאקאציע:וואסער רעזערוואר

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע מילך »

חיים טוב האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:38 am
וויפיל דארף צי קאסטן אויב צאלט מען פין די אייגענע טאש ?

אין קען מען קיינמאל מער נישט אינזשויען צי עסן מיטן גאנצן קנאק ?

וויפיל קאסט צי אראפנעמען אלע איבריגע הויט נאכן פארלירן ?

איך בין נאכנישט אזוי גרויס ברוך השם, אבער איך קען זיך נישט אפגעוויאנען פין עסן שפעט באנאכט
אדער אינמיטן די ארבעט אין נאך די ארבעט, ווען איך פיל אז איך מיז בארואיגן מיינע נערוון, דורך עסן אסאך קעיק , 2 בארס טשאקלעט, א זיפ טעלער אייזקרים,

די אלע דייעט קוקיס זענען פאר מיר גארנישט ווערט
I can totally relate to this as I use to be the same way. Bh I started a year ago with the help of an app and it totally changed the way I eat and I already lost more than 50 pounds
אריינגעכאפט
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 27, 2018 11:28 am

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריינגעכאפט »

גרינע מילך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:21 am
חיים טוב האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:38 am
וויפיל דארף צי קאסטן אויב צאלט מען פין די אייגענע טאש ?

אין קען מען קיינמאל מער נישט אינזשויען צי עסן מיטן גאנצן קנאק ?

וויפיל קאסט צי אראפנעמען אלע איבריגע הויט נאכן פארלירן ?

איך בין נאכנישט אזוי גרויס ברוך השם, אבער איך קען זיך נישט אפגעוויאנען פין עסן שפעט באנאכט
אדער אינמיטן די ארבעט אין נאך די ארבעט, ווען איך פיל אז איך מיז בארואיגן מיינע נערוון, דורך עסן אסאך קעיק , 2 בארס טשאקלעט, א זיפ טעלער אייזקרים,

די אלע דייעט קוקיס זענען פאר מיר גארנישט ווערט
I can totally relate to this as I use to be the same way. Bh I started a year ago with the help of an app and it totally changed the way I eat and I already lost more than 50 pounds
?"If I may ask, witch "APP
לעצט פארראכטן דורך אריינגעכאפט אום דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס זאל איך ענק זאגען??
"איך לויב אין דאנק דעים אייבערשטן"
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

גרינע מילך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:21 am
חיים טוב האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:38 am
וויפיל דארף צי קאסטן אויב צאלט מען פין די אייגענע טאש ?

אין קען מען קיינמאל מער נישט אינזשויען צי עסן מיטן גאנצן קנאק ?

וויפיל קאסט צי אראפנעמען אלע איבריגע הויט נאכן פארלירן ?

איך בין נאכנישט אזוי גרויס ברוך השם, אבער איך קען זיך נישט אפגעוויאנען פין עסן שפעט באנאכט
אדער אינמיטן די ארבעט אין נאך די ארבעט, ווען איך פיל אז איך מיז בארואיגן מיינע נערוון, דורך עסן אסאך קעיק , 2 בארס טשאקלעט, א זיפ טעלער אייזקרים,

די אלע דייעט קוקיס זענען פאר מיר גארנישט ווערט
I can totally relate to this as I use to be the same way. Bh I started a year ago with the help of an app and it totally changed the way I eat and I already lost more than 50 pounds
וואס העלפט די עפפ ?
איך עס נאש פאר די זעלבע סיבה פארוואס א חלק מענטשן רייכערן, למשל נאך א טאג ארבעט
פילט מען ווי מען דארף כאטש עפעס צי פילן alive
מיוזיק העלפט אסאך מאל אבער נישט אייביג
דימעל פאר דימפעל
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 8:03 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דימעל פאר דימפעל »

חעלמעך נישט אריין מישען אין די סליוו קאמיונעטי
אבער יעך האב געלאזט געמאכט One-Anastomosis Gastric Bypass (OAGB-MGB)
אֶחָחָחָחָדּדּדּדּ דימעל פאר דימפעל
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

'סליוו' איז א שם הכולל, כמובן אז די אשכול איז געווידמנעט פאר אלע סארט באריאטריק סורגעריס.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”