Re: נארמי'ס וואקאציע (אינפאו איבער פלארידא)
שנאפס האט געשריבן:קוגל מיט פיקל האט געשריבן:נארמאליזעם האט געשריבן:קוגל מיט פיקל האט געשריבן: וואס טוט זיך מיט בתי מדרשים אין פארט לארידעיל?
ס’איז מיר בעיקר נוגע לגבי שבת. כזוך איינצושטיין ערגעץ וואו מ'קען גיין צופיס צום בית המדרש
קודם געב א קוק וואס @דריידל האט דא אויבן געשריבן איבער שבת אין פארט לארידעיל
כוועל דיר צוצייגן נאך מארגן אי"ה
יישר כח. יעצט געזען טאקע אז ס'איז דא נאך א חב"ד שול מיט א גוטע פאר האטעלס זייער נאנט אין געגנט. אבער די ספעציפישע האטעל וואס הרב דריידל האט צוגעצייכנט (Residence Inn by Marriott) האט היפש אסאך שלעכטע רעוויוס אויף גוגל אלס אן אלטע און נישט קעיר גענומענע האטעל. אזוי קוקט מיר אויס, נישט אז כ'זוך עס גלייך אוועקצומאכן.
איך בין דארט געווען צוויי מאל, נישט קיין שלעכטע האטעל
גם אני מצטרף, געווען דארט אדאנק דריידל'ס תגובה דא און זייער הנאה געהאט, די וואסער וויו פונעם פארטש איז הערליך, וואלקינג דיסטענס צו חב"ד און מקווה, ים איז זייער נאנט, פליישיגס אין געגענט, און גראסערי און עטליכע מילכיגע רעסטאראנטן 25 מינוט אוועק, א רואיגע געלאסענע געגענט מיט כולו מעלות.
באגעגענט דארט א היימישע איד וואס איז שוין ארום 10 יאר אין דעם האטעל דורכאויס די ווינטער חדשים.
דא איז די אינפא נאכאמאל
RESIDENCE INN FORT LAUDERDALE INTRACOASTAL/IL LUGANO
Address: 3333 NE 32nd Ave, Fort Lauderdale, FL 33308
https://www.marriott.com/hotels/travel/ ... -il-lugano