פארוואס נאר מיטפילן מיט יענעם'ס צער? פריידט אייך מיט מיט מיין שמחה
דער קאקאש איז געווען א אינגל ווי אלע אינגלעך געגאנגען אין חדר מיט שיינע געמאכטע פיאות געקענט די פארהערנס אמאל יא און מער מאל נישט געטראפן א שידוך ביי די 19 און חתונה געהאט ביי די צוואנציג
ער האט אלעמאל געהאט עפעס אזא געפיעל צו דעם מאכל קאקאש קעיק איך רעד שוין נישט פון די קאקאש קעיק וואס זיין באבע פלעגט מאכן וואס עס איז ממש גערינען די שאקאלאד דערפון נאר אפילוט ווען ער איז געאנגען צו א קידוש וואו עס איז געליגן סתם טרוקענע קאקאש קעיק האט ער זיך צוגעכאפט דערצו ווי צו א געבראטנס אפגערעדט פון דעם ווען אין ישיבה האט איינער געברענגט איבריגע קאקאש קעיק פון א געוויסע בעקעריי איז יענעם טאג נישט געווען קיין פארמיטאג
אזוי זענען די יארן געלאפן אן ב"ה אונזער קאקאש'ל האט לעצטע וואך זוכה געווען צו האלזן זיין צווייטע אינגל און די שמחה איז ב"ה געווען געוואלדיג גרויס
ווי אלע אנדערע אייוועלט ליינער האב איך גענומען זייער צום הארצן די מצב פון ידידינו הרב מחר אני בא און בפרט שטייענדיג ביי א שמחה ב"ה שפירט זיך עס נאך אסאך מער און עס פרעגט זיך ווען וועט הרב מחר זוכה זיין דערצו???
עס איז באקאנט אז מיטפילן מיט יענעם'ס צער איז א געוואלדיגע זאך פון די אנדערע זייט שטייט אויך מורא'דיגע זאכענעס איבער זיך מיטפרייען מיט יענעמ'ס שמחה
אט דא האט איר א געלעגנהייט סיי מיטצופילן מיט יענעמ'ס צער און סיי זיך מיטצופרייען מיט מיין שמחה דורכן דרוקן אויף דעם לינק און אריינווארפן א נדבה צו העלפן הרב מחר אני בא